Re: א ווארט אויף די פרשה
דער כתב סופר זאגט אויפן פסוק הבו לכם אנשים חכמים. אז עס איז דא מנהיגים וואס פירן די קהילה לויט ווי אזוי זייערע ווייבער פארלאנגען. אויף דעם זאגט דער פסוק הבו לכם "אנשים" חכמים.
זאגט מיט דעם דער ילקוט אז פארדעם האט משה רבינו געבעטן יפקוד ה' על העדה, דווקא תיכף נאך די מעשה פון בנות צלפחד. ווייל דארט זאגט דאך חז"ל בנות צלפחד חכמניות דרשניות היו, האט משה רבינו מורא געהאט אז דער עולם גיי זיי אויפנעמען פאר די רבנים, האט ער שנעל געבעטן פונעם אייבערשטער יפקוד ה על העדה.
עס איז דא אן ענדליך געדאנק פונעם ברך משה, אז חז"ל זאגן אונז: "ויהי לעת זקנת שלמה נשיו הטו את לבבו": אמר רשב"י, נוח לו לשלמה שיהא גורף ביבין שלא נכתב עליו המקרא הזה לכאורה ממש נאכדעם זעהט מען אז די פסוק שרייבט אויף שלמה המלך אסאך שארפער "ויעש שלמה הרע בעיני ה' ולא מלא אחרי ה' כדוד אביו" די גמרא וואלט זיך געדארפט באציען צו דעם פסוק און נישט צו נשיו היטו את ליבו. נאר זאגט דער ברך משה: פון דא זעהט מען אז עס איז ערגער ווען די רביצין פירט די רבין (אדער חסידות), ווי די פסוק זאל שרייבן ויעש הרע בעיני ה'...