פרשת לך / לך-לך

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ברדלס
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

פרשת לך / לך-לך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

אלע יארן אין חדר פלעגט מען זאגן פרשת לך-לך.

אלע גמטריות און ראשי תיבות זענען באזירט אויף די ווערטער "לך לך".

פלוצלינג הער איך (בעיקר אויף האטליינס) מענטשן זאגן "דינסטאג פרשת לֶך".

זינט ווען קארגט ער אזוי די ווערטער אז ער איז פויל צוצולייגן דעם "לְךָ", ווי א נארמאלער מענטש?!

פון איין זייט טראכט איך אז אלע סדרות זענען געווענליך נאר איין ווארט.
פון די אנדערע זייט, איז דא למשל "כי-תצא" און "כי-תבוא". אויך דא איז דא א מקף צווישן זיי.


אלזא וויאזוי קומט עס טאקע?
"לך" אדער "לך-לך"?
מאך נישט קיין ריס, וועסטו נישט ברויכן קיין לאטע...
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: פרשת לעעאך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

ברדלס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 2:01 pm
אלע יארן אין חדר פלעגט מען זאגן פרשת לך-לך.

אלע גמטריות און ראשי תיבות זענען באזירט אויף די ווערטער "לך לך".

פלוצלינג הער איך (בעיקר אויף האטליינס) מענטשן זאגן "דינסטאג פרשת לֶך".

זינט ווען קארגט ער אזוי די ווערטער אז ער איז פויל צוצולייגן דעם "לְךָ", ווי א נארמאלער מענטש?!

פון איין זייט טראכט איך אז אלע סדרות זענען געווענליך נאר איין ווארט.
פון די אנדערע זייט, איז דא למשל "כי-תצא" און "כי-תבוא". אויך דא איז דא א מקף צווישן זיי.


אלזא וויאזוי קומט עס טאקע?
"לך" אדער "לך-לך"?
רוב פרשיות התורה רופט מען מיט איין נאמען, בראשית, נח, לכאורה גייט ווייטער: לך, וירא וכו׳, והוא הדין מיט תצא און תבא.

מען באמערקט אבער אין רש״י (איך מיין אז נאך ראשונים) אז ער וועט אייביג דערמאנען א פרשה מיט צוויי ווערטער, בראשית ברא, לך לך, ויהי מקץ, אלה שמות, אלה המשפטים, ואתה תצוה, ויקהל משה, אתם נצבים, וכו׳ וכו׳

סא, לכאורה אדער רופט מען אלעס מיט איין ווארט, פרשת לך, פרשת חיי, תצא, תבא, ברכה. אדער מיט צוויי ווערטער כנ״ל.

אדער איז נישט קיין חילוק, עס האט נישט קיין כלל
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3215
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: פרשת לעעאך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

דערמאנט פון @אליעזר קרויס מערכה מיט טהרה VS מצורע...
אין גלייב אינ'עם אויבערשטן. ער איז מיין באשעפער.
לאו דוקא השם אדער גא-ט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”