טאג בוך - סוכות אין אנטווערפן (#שלפים_3)
טאג בוך - סוכות אין אנטווערפן
דעיס אלעס ווערט געשריבן, יעצט, 2-3 טעג נאך סוכות, און איך העל מוזן מודה זיין אז ס'גארנישט אזוי פשוט אויפצומישן די זכרון צו 2 וואכן צוריק... אבער כ'וועל פרובירן מיין בעסט.
מאנטיג נאכט, ערב ערב סוכות.
אזוי ווי ביי יעדע זאך, האב איך ליב צו לאזן זאכן פאר די לעצטע מינוט, יעצט, מאנטיג נאכט, ווען מארגן פארט מען שוין אי"ה קיין אנטווערפען, האב איך נישט קיין ברירה און איך מוז גיין קויפן ד' מינים... אז נישט העל איך פשוט נישט האבן. מיין מאמע שתחי' פלעגט מיר טאקע שטענדיג זאגן, אז נאך א מזל אז ס'דא 'די לעצטע מינוט', אנדערש וואלט איך דאך גארנישט געטון קיינמאל… אז ס'דא די 'לעצטע מינוט' כאטש דעמאלט טו איך עס…
ס'שוין נאך 11 א זייגער, אויסגעמוטשעט פון א גאנצע טאג ארבעט און העפטיגע הכנות לכבוד די פארן, האב איך געוואנדן מיינע טריט צו די נענסטע ד' מינים מארקעט צו מיין הויז, א האלבע מינוט צו גיין. זיי זענען די 'שענסטע' און די 'ביליגסטע' פון די גאנצע שטאט. די שאלה איז נאר, וויאזוי קען זיין אז יעדע איז די שענסטע און ביליגסטע... עפעס מאכט נישט סענס.
עניוועיס, גיי איך צו די 75 פונט'יגע אתרוגים (נישט וואג, מ'רעדט דא פון געלט....) וואס אויף די צעטל שטייט 'קלאר' אז דאס איז אנשטאט 150! פארוואס עס שטערט זיי צו שרייבן אז ס'אנשטאט 350 פארשטיי איך נישט. במילא איז דא גרויסע גראבע בלאט-פלעקן אדער שווארצע פינטלעך, סאו אפילו 75 איז עס לעניית דעתי נישט ווערט, א אבוקדו איז שוין שענער.
בעק איך ארויס, און איך גיי צו א אנדערע יריד, אויך נאנט צו מיין הויז, דארט איז שוין דא פון 100 פונט אויך, און טאקע אויך עפעס שענער ווי די פריערדיגע, אבער ווייטער האב איך נישט געטראפן וואס מיין הארץ באגערט, 'עפעס איז דאס יאר נישט דא קיין שיינע אתרוגים' טראכט איך צו מיר - ווי יעדע'ס יאר פון ניי.
רוף איך אן מיין חבר וואס ארבעט און א אנדערע מארק/יריד, און ער זאגט מיר אז ער פארמאכט שוין כמעט, אבער קום שנעל אריבער און כ'וועל דיר שוין מסדר זיין עפעס א שיינס. איך כאפ מיין קאר, איך קום אן, און כ'הייב אן זוכן צוריק פון א', אבער א אתרוג וואס איך וויל, טרעף איך נישט. קוקט אויס אז פאר די פרייז וואס איך קען ערפארדן, איז נישטא די אתרוג וואס כ'וויל.
יעצט, ווען כ'וואלט געקענט וואלט איך זיך אריינגעפאקט אין בעט, און כ'וואלט צוריקגעקומען מארגן, און אנגעהויבן מיט א פרישקייט א נייע זוך-אקציע. אבער, מארגן פארט מען שוין, נישטא קיין מעשיות.
בין איך למעשה צוריקגעגאנגען צו די 2'טע געשעפט ווי איך בין געווען, און אביסל בעסער אנגעהויבן דורכטון די 100 פונט'יגע, איך האב דורכגעטון א אתרוג א אתרוג, איך האב אפילו גענוצט די קליינע לעקטער פון מיין טעלעפאן זיך צו מאכן פילן גוט כאילו איך בין עפעס א גרויסע מומחה..
למעשה נאך אפאר מינוט דורכקוקן אלע חברה, בין איך געבליבן מיט 2 שטיק. איינס, א הערליכע שיינע גידול, עקזעקטלי די קאלער וואס איך גלייך, אזא קליינע זיסע וואס גייט געשמאק אריין אין די הענט, בקיצור, א אתרוג וואס איך האב געשפירט אז 'דאס' איז מיין הארץ. נו, אתרוג דומה ללב. איז וואס איז די פראבלעם? אה, - ס'האט געהאט איין גרויסע בלאט-פלעק (דומה ללב – אויטש).
די אנדערע, איז אויך געווען א שיינע קאלער גראדע, אבער גאנץ א גרויסע, די גידול איז נישט געווען אזוי איי איי איי... אבער - ס'ממש געווען גאנץ אן קיין פעלער. ריין.
בין איך געווען אין א פארלעגנהייט, רבש"ע, וואס טוט מען דא? וואס נעם איך?
דארט איז געזעצן א דיין, עד היום הזה האב איך נישט קיין מושג ווער דאס איז געווען, און איך האב אים פארגעלייגט מיין איבעיא. וואס איז ענדישער צו נעמען?
ער האט גע'פסק'נט אז די נישט-אזוי-שיינע אבער גאנץ-ריינע איז בעסער צו נעמען ווי די זייער-שיינע אבער נישט-ריינע, און אזוי האב איך טאקע געטון, כאטש וואס די אנדערע האט סאך מער גערעדט צו מיר. שוין, ביי מצוות דארף מען טון וואס די אייבערשטער וויל, נישט וואס איך וויל.
די לולב האב איך געכאפט די ערשטע וואס איך האב געזען פאר מיינע אויגן, וכן נהגתי גם אצל הדסים וערבות. א קיישיקל, לולב פלאסטיק (10 פונט? גנב!), א סווייפ 202 פונט, און אהיים.
מארגן פארט מען אי"ה!!
דינסטאג, יום הנסיעה
[פאר דער וואס ווייסט נישט, לאמיר מאכן א שטיקעלע הקדמה.
צווישן ענגלאנד מיט אייראפע, איז פארהאן א וואסער, א געהעריגע ים. איז וואס טוט מען אויב איינער וויל אנקומען צו די אנדערע זייט? א גוטע קשיא, ניין? מה עשה הקב"ה? די אומות העולם, די גויאישע פעלקער, האבן געבויעט א טונעל דארט ווי די וואסער איז די נענסטע (וואס דאס איז צווישן פאלקסטאן (אין ענגלאנד) און קאלעיס (אין פראנקרייך) און אינעם טונעל האט מען אריינגעלייגט שינעס, און ס'איז פארהאן באנען וואס פארן אריבער דעם וועג אריבערצופירן דאס מענטשהייט. ס'דא באנען וואס איז געמאכט פאר מענטשן, דאס ווערט גערופן די 'יורא-סטאר', און ס'דא באנען וואס פירט אריבער גאנצעטע קארן, ווען'ס און באסעס - און דאס ווערט גערופן די 'שאטל'. (ס'אויך דא עקסטערע באנען וואס פירן אריבער די טרעליערס וכדומה). קען מען סתם אזוי ארויפפארן אויפן באן? נע.... מ'באשטעלט א טיקעט פאר געלט, און אזוי קען מען פארן. די וועג פון לאנדאן ביזן שאטל איז אנדערטהאלבן שעה (ווען ס'נישטא טרעפיק) און פון נאכן שאטל ביז אנטווערפן איז נאך אזא גוטע 2 שעה. שוין, עד כאן ההקדמה].
מיין טיקעט היינט, איז אויף 5:15 נאכמיטאג, און מיין חשבון איז געווען, אז איך ענדיג ארבעט 1 אזייגער, נאכדעם האב איך נאך א גוטע 2 שעה ביז איך דארף ארויספארן. שפעטער האט מיר איינער אויפגעקלערט אז ארויסצופארן 3 אזייגער איז ממש נישט כדאי, ווייל אין די שעה'ן קען זיין שווערע טרעפיק אויף די וועגן. האב איך מחליט געווען אז כ'וועל טאקע נישט אזוי טון ווי די פלען A, נאר מ'וועט ארויספארן די שנעלסטע וואס מעגלעך, נישט צו דארפן זיצן און טרעפיק. מיין פלאן איז געווען ארויסצופארן 2 אזייגער.
איך האב געענדיקט ארבעט איינזער, געכאפט די קאר, און צוגעפארן צי דארט וואס מ'דארף נאך טון, פאר איך קען ארויספארן. איינער פון די זאכן איז געווען איינקויפן פאר די וועג. פאר איך צום נענטסטן געשעפט, אבער קיין פארקינג איז פונקט נישט געווען, בין איך צוגעפארן צו א אנדערע געשעפט, און דארט איינגעקויפט געבעקסן, און שפעטער צו א דריטע געשעפט איינקויפן די אנדערע זאכן. ביים געשעפט איז געווען א שורה ביים באצאלן, ממש פון דא ביז אנטווערפען, און א סאך פון מיין טייערע צייט איז אוועקגעפאלן ביים ווארטן צו באצאלן.
נאכדעם האט מען אנגעטרונקען די קאר מיט פארשידענע שארפע געטראנקען, כדאי ער זאל קענען פארן נאנ-סטאפ אנע פראבלעמען.
אנגעקומען אהיים, ש'כח אייבערשטער פאר די פארקינג גראד נעבן מיין הויז (גאר א זעלטענע זאך אין די צייט פון טאג), און מ'האט אנגעהויבן אריינפאקן די זאכן אין קאר. און אזוי פארט די צייט אריבער אן קיין דאגות. ענדליך, נאכן נאך צולויפן צום נענטסטן געשעפט איינקויפן טרינקען, זעצט מען זיך אוועק אין קאר, און כ'ווארט אז די אשת חיל זאל נאך אראפקומען.
יענע רגע, קלינגט מיר א אלטע שכן/חבר פון אנטווערפען, און ער פרעגט צו איך פאר קיין אנטווערפען?.... זאג איך 'יא יא, אין 2 מינוט, וואס איז?'. אה, ער וויל שיקן א קליינע זאך.. שוין האב איך געטון א מצוה און געווארט - א גוטע פאר מינוט מיט די גאנצע משפחה אין קאר – ביז זיין שווער האט מיר עס געברענגט. שוין, נאך א מצוה'לע אריינגעכאפט.
20 נאך 3 (ס'נישט שיין צו לאכן) האט מען געגעבן דאס ערשטע דריק אויפן פעדל, און ארויסגעפארן ב"ה, פארשטייט זיך האט מען פארפאסט די שאטל וואס מיר האבן באשטעלט.... און די נעקסטע איז הערשט געווען א שעה שפעטער.
ביים ווארטן איז געווען א גרויסע מנין מנחה פון אידעלעך וואס פארן אויך קיין אנטווערפען צום עלטערן און אפילו א גרויסע ווען וואס איז געווען פיל מיט יודן וואס פארן צום פשערווארסק'ע רבי'ן שליט"א.
מיין קאר טוישט מיינונג
נאכן פארן 2 שעה אויף 75 מפ"ש האט די קאר ענדלעך געקענט קומען צו זיך און כאפן די אטעם, ביים רויט-לייט, 7 מינוט אוועק פונדערהיים. אזון ווי נאר איך האב פארשטייטערט מיין קאר, האב איך אנגעהויבן הערן שרעקלעכע קולות פון די פראנט, ס'מיר געווען אינטערעסאנט ווייל ס'האט זיך נישט אנגעצונדן קיין שום לעמפל צו ווייזן אז עפעס איז פראבלעמאטיש, סאו, וואסי פשט פון אזאנע קולות.
די ערשטע געלעגנהייט וואס איך האב געקענט, האב איך מיר אפגעשטעלט, איך גיי ארויס פונעם קאר, איך טשעק אלעס, די רעדל, די מאטאר, אבער גארנישט. אלעס קוקט אויס פיין און געהעריג, איז פארט מען ווייטער, די קולות קען מען שוין אויסטשעקן שפעטער, קודם לאמיר אנקומען.
זיך דרייענדיג אזוי צווישן די אנטווערפענע געסעלעך, קום איך אן נעבן עפעס א קרעטשמע (נישט א היימישע) און גלייך קומען צולויפן אפאר גוים ווייזנדיג מיט זייערע הענט אויפן פראנט פונעם קאר, גיי איך נאכאמאל ארויס, די גוי פרובירט רעדן ענגליש (ער האט דאך געזען אז איך האב א ענגלישע קאר) און איך פרוביר צו רעדן פלעמיש… למעשה, האבן זיי מיר מגלה געווען די סוד פון די מיסטעריעזע קולות. איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי עס מסביר צו זיין, אבער די ערד פון די פראנט פון די קאר האט זיך אפגעשאקלט פון זיינע שרויפלעך, (דאס קומט לכאורה פון די אלע באמפס וואס לאנדאן איז געבענטש מיט) און דאס האט גורם געווען אז די גאנצע שטיקל איז לויז געווארן און האט זיך ממש געריבן אין די ערד, און דאס איז געווען די סיבה צו די וואנזיניגע קולות. איך האב אביסל אפגעאטעמט, כאטש איז עס נישט עפעס ערנסט. אבער פאררעכטן אויפן פלאץ האב איך נישט געקענט, און אזוי האב איך געדארפט פארן פאר נאך 5-6 מינוט ווען יעדע מענטש וואס איך פאר אריבער קוקט מיר אן, און איך האב געדארפט ווייזן פאר יעדן, אז ס'אקעי, איך ווייס פון דעם… נישט געזארגט.
שוין, ב"ה, מ'איז אנגעקומען, און אויסגעפאקט אלע זאכן, מיין ברודער האט מיר געהאלפן צוקלעפן פאר צייטווייליג די לויזע שטיקל, (ביזדערווייל בין איך נאך אין די 'צייטווייליג' זאנע) און איך האב גלייך אריינגעכאפט די לעבנס-פארזיכערטע אינשורענס, וואס די אייבערשטער זאגט צו ווען מ'טוט די מצוה פון כיבוד אב ואם – ברענגנדיג מיינע עלטערן ערגעץ ווי זיי האבן געדארפט צו פארן. (אין אנטווערפן האבן ווייניג מענטשן קאר'ס, און איינע פון די סיבות פארוואס, העסטו פארשטיין מיטן ליינען די קומענדיגע שטיקל).
פארקינג
אין אנטווערפן איז דאס א שרעקעדיגע פיינפולע ווארט. נישטא קיין פארקינג. נאכדערצו שפעט אינמיטן דער נאכט. א אמעריקאנער יוד וואס וואוינט שוין ארום 30 יאר אין אנטווערפען זאגט מיר, 'איך וואוין שוין 30 יאר אין אנטווערפן, 20 פון דעם בין איך געווען פארנומען צו זוכן פארקינג…..' א אנדערע לעגענדע דרייט זיך צווישן די יודן וואס קומען אויף אנטווערפן, 'אין אנטווערפן איז נישטא וואס צו זוכן - חוץ פון פארקינג…' און ס'בכלל נישט קיין וויץ! אנדערטהאלבן שעה האב איך געזוכט א פארזיכערט ארט ווי צו קענען פארקן מיין וואגן! ס'ממש איבערגעטריבן. איך בין דאך שוין געווען אפגעמוטשעט פון א גאנצע טאג, און יעצט אזא גזירה… אבער ב"ה מ'האט געטראפן פארקינג אפאר גאסן אוועק פון מיין עלטערן'ס שטוב, און דארט איז עס שוין פארבליבן ביז די 3טע טאג חול המועד, נישט וועלנדיג דארפן צופיל מאל אריבערגיין די ביטערע קאשמארן.
מיטוואך, ערב סוכות
איך בין אויפגעשטאנען גאנץ פרי, און מיין טריט האבן אוטומאטיש זיך געוואנדן צו 'סאטמאר שארלאטערליי', וואס איז היינט די גרויסע מנינים צענטער (איך געדענק נאך אלס בחור ווען זיי האבן זיך געפלאגט צו האבן מנין ביי די 10 אזייגער מנין… אבער ב"ה היינט האבן זיי זיך איינגעקויפטגאר א שיינע און גוטע נאמען סיי ביי די היגע יודן, און סיי ביי די חוץ לארץ'דיגע), האבנדיג מנינים ביז שפעט, א געשמאקע גרויסע מקוה, און א הערליכע היכל התורה (פון די איינציגסטע אין שטאט!) און פארשטייט זיך אויך א געשמאקע קאווע-שטיבל.
די מקוואות אין אנטווערפן זענען גראדע גאנץ טייער, פשוט ווייל די עלעקטריק פרייזן זענען לעצטנס גאנץ שטארק געשטיגן, און א פשוטע מקוה אינדערפרי קאסט די אסטראנאמישע פרייז פון 5 יורא! (און ערב יום טוב – 7!) אבער, נישטא קיין ברירה, צו זיין א חסידישע יוד איז נישט אייביג גרינג און ביליג.
נאכמיטאג ערגעץ וואו, האב איך אנגעהויבן צוגרייטן מיין ד' מינים, איך פאק ארויס מיין לולב, און איך באמערק ווי די מיטלסטע בלעטעל איז עפעס גאנץ ברוין. א גרויסע תלמיד חכם בין איך - ליידער – נישט. האב איך אנגערופן מיין לאקאלע דיין, און ער האט געטענהט אז ער קען נישט פסקענען אן עס צו זען. שוין, מיז איך גיין פרעגן א דיין.
גיי איך צו 'קהל חסידים', די ביהמ"ד פון הרב שמעון אברהם גרינפעלד שליט"א, ער איז גאר א חשובע תלמיד חכם, און גאר א גרויסע מומחה בפרט אין ד' מינים. פאר די יום טוב סוכות, איז א נחת צו זען ווי עס שטייען ביי אים לאנגע שורות, פון יודן מיט ד'מינים אין די הענט, צו אנפרעגן איבער די כשרות און הדרות פון די ד' מינים. איך האב געדארפט דארט ווארטן אפאר מינוט ביז ער איז געווען אוועיליבעל, און ער האט געפסקנט אז ס'איז געהעריג כשר, כל זמן ס'נישט פארשימלט. פרעג איך אים 'און פון ווי ווייס איך ווען ס'הייסט פארשימלט?' זאגט ער מיר מיט אזא שמייכל, 'אה, העסט שוין אליין וויסן…. ' און ב"ה ס'גארנישט געשען און די לולב איז געווען אקעי, און ער האט זיך זייער שיין צוגעשטעלט.
יום טוב ושבת חול המועד
ב"ה זייער א שיינע יום טוב געוועזן. ב"ה, אויך געווען הערליכע וועטער ביי די סעודות און קיינמאל נישט געדארפט צוקומען צו ניצן די שלאק אינמיטן עסן.
(וואס? איך מוז פונקטליך אראפלייגן וואס מ'האט געשמועסט אינדערהיים ביים סעודה און וועלכע פון מיינע ברודער האבן מיר געמאכט בושות זיך קרינגדיג אין סוכה? און איך דארך אראפשרייבן די סיבה פארוואס איך האב געהאט שטארקע מאגן-שמערצן שוין פון די 3טע סעודה?)
שבת חול המועד נאכמיטאג האב איך גראדע געדאוונט ביי הרב מרדכי גרינפעלד שליט"א, וואס האט צוליב סיבות פארלוירן זיין ביהמ"ד אין די ווינטער (וד"ל ואכמ"ל). היינט דאוונט ער אין די זאל פון ויזניץ, און האט ב"ה יודן און מער ווי איין מנין וואס קומען צו אים.
ימי חול המועד
ביי אונז איז נישט איינגעפירט צו גיין חול המועד'ינג, נאכאמאל, מ'גייט ארויס אביסל מיט די קינדער 4-5 נאכמיטאג אביסל שפילן אין א פארק, אבער נישט מער ווי דעם.
די צווייטע טאג, ביז איך האב מיר באכלעפטשעט ארויסצוגיין, און איך בין ענדליך אראפ פון באס, האט ממש אנגעהויבן גיסן, און (וואס 'און'? גארנישט. דאס איז די מעשה).
"די דריטע טאג בין איך יא געגאנגען צו גאר א גרויסע אוטינג, נאר איך, מיין שוואגער און אפאר פון מיינע גרויסע ברודער, און אי"ה גייט קומען א עקסטערע באשרייבונג איבער דעם, באגלייט מיט הערליכע אויג-פארכאפנדע בילדער. ס'ממש געווען א זאך וואס פארדינט אן ערנסטער ארטיקל. אויב קיינער פון די היימישע אויסגאבעס וועלן עס נישט וועלן אננעמען, וועלן מיר עס מיטטיילן מיט די 'שלפים' ליינער אי"ה ובל"נ."
הושענה רבה פארנאכט'ס
איך גיי ארויס פון אינדערהיים צו גיין דאווענען מעריב און הערן משנה תורה. און אקעגן איבער די גאס, שטייט דארט א יוד וואס איז נעבעך היינט אינגאנצן פארגויאישט, זיך אויפפירנדיג ווי א גוי, און ליידער אויך א מחלל שבת בפרהסיא רח"ל (ער קומט לכתחילה פון א מאדערנע קרייז, אבער א גוטע פעסטע אנטווערפענע יידיש קען ער) ער האט אבער ליב צו רעדן צו יודן ווען און ווי ער זעט זיי. געבט ער זיך א רוף אן צו מיר:
- אה! מ'גייט אין שול! הושענה רבה!
זאג איך
- יא יא
זאגט ער
- אה! מ'גייט הערן משנה תורה, הושענה רבה איז דאך די גמר החתימה, אזוי ווי יום כיפור!
איך האב פרובירט מיין מזל און אים געזאגט
- נו, קום קום!
מיינע ווערטער זענען ליידער געפאלן צו טויבע אויערן, ער איז זיך געגאנגען זיין וועג, אבער מ'האט געקענט זען אויף אים אז זיין 'פינטעלע יוד' שרייט ארויס פון אים, און זיין הארץ נאגט נאך צו אביסעלע יידישקייט.
שוין, זאל די אייבערשטער העלפן אז אלע פארלוירענע זאלן זיך בקרוב צוריק קערן. ושבו בנים לגבולם.
שמיני עצרת ושמחת תורה
ב"ה, אויך געווען הערליך און שיין, געטאנצט הקפות, און זיך צוגעבונדן אביסל צום תורה. א גאנצע צייט אבער, האט מיר געמוטשעט די געפילן, פון א ווארט וואס איך האב אמאל געהערט, כ'מיין אז עס קומט פון די חב"ד'סקער רבי'ס, "די פרייסט זיך טאקע מיט די תורה, אבער די שאלה איז צו די תורה פרייט זיך מיט דיר?!". יא, עס שטעכט, עס געבט א ציפ אין הארץ. יעדע יאר שמחת תורה, האב איך מער ווייניגער די געפיל, אבער ב"ה מ'איז זיך מחזק, אז אפילו קען זיין כ'ווייס וואס, אבער איך בין נאך אלס פריילעך מיט די תורה! יא! און אי"ה דאס יאר וועט זיין א בעסערע יאר!
שבת בראשית
דאס יאר, טראץ ס'געווען שווער, האב איך גלייך מעביר סדרה געווען, נאכן פאר די סעודה פון שבת ביינאכט. זייער א סאך מאל, טרעפט מען זיך פרשת נח, און מ'וויל מעביר סדרה זיין, אבער מ'געבט זיך א כאפ, 'אוי, איך האב דאך נישט מעביר סדרה געווען בראשית', און די רעשט איז היסטאריע….
סאו, דאס יאר האב איך יא מעביר סדרה געווען, אז לפחות נעקסטע וואך זאל איך נישט קענען קומען מיט דיע תירוץ, לאמיר נאר האפן אז ס'וועט זיך אויסארבעטן, ווייל די יצר הרע קען אויך קומען מיט אנדערע תירוצים….
אזוי ביני לביני, איז מיר טאקע איינגעפאלן א פשט. אין גמרא שטייט דאך, 'אמר רב הונא בר יהודה אמר רבי אמי: לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור', און לכאורה פארוואס שטייט 'ישלים', פארוואס נוצט ער פונקט די לשון, א לשון פון 'ענדיגן'? נאר די תירוץ איז זייער פשוט, אנהייבן, הייבט יעדער אן… די חיוב איז אבער צו ענדיגן….. דאס איז שוין א קונץ…
*~*~*~*
לא נתקבל עפאכע
ווער האט געגעבן די ערשטע 'לא נתקבל'?
פליעט זיך א מלאך אראפ פון הימל, גראד צום כדור הארץ. ער האט יעצט א שליחות, צו טרעפן איינער וואס גייט אננעמען, איינער וואס גייט מקבל זיין, די תורה.
די אייבערשטער האט באשאפן די תורה, יארן פאר די וועלט באשאף, און אט איז געקומען די ריכטיגע צייט, צו געבן די תורה.
די תורה ענטהאלט אין זיך, מצוות, זאכן וואס מ'דארף און מ'זאל טון, אויך ענטהאלט עס פארשידענע לא תעשה'ס – זאכן וואס מ'טאר נישט טון, און גראדע גאנץ אסאך זענען אסאך מאל גאר שווער, און עס פארלאנגט שטארקע כוחות, צו טון די רצון הבורא ריכטיג.
שוין, יעדער קען די מעשה, צו פון די רבי'ס אין חדר צו פון די מלמד פון כיתה ב' וואס האט אויסגעלערנט די הערליכע ר' יום טוב ערליך'ס ניגון 'איז די מלאך פון הימל געקומען אראפ' און אזוי ווייטער.
יעדער פאלק פאר זיך, האט פארלאנגט פונעם מלאך זאל זאגן נאר 'איין' זאך, וואס עס שטייט דארט, אינעם תורה. פאר איינער האט די מלאך געזאגט, לא תרצח, פאר א נאנדערע האט ער אנגעוויזן די מצוה פון כיבוד אב, פאר א דריטע די איסור פון לא תגנוב.
און וואס האבן אלע פעלקער געענטפערט?
לא נתקבל.
עם, אנטשולדיג מיר, האסט פרובירט? אפשר פרוביר פרעגן נאך אפאר זאכן וואס עס שטייט דארט? אפשר איז דא יא גוטע זאכן, וואס די האסט פארזען פשוט ווייל האסט נישט מער מברר געווען וואס גייט פאר? ווער זאגט דיר אז ס'נישט פאר דיר? פון איין זאך וואס געפעלט דיר נישט, קענסטו פסקענען אויף א גאנצע זאך?
אבער, דאס איז א גוי. א גויאישע מידה און אויפפירונג.
די יוד אבער, קודם זאגט מען יא! שפעטער העט מען זיך שוין מסדר זיין. ווען די ייד האט געזאגט יא איז ער געווען פארזיכערט אז ס'גייט גיין גרינג?? כ'בין נישט אזוי זיכער. ער האט געוואוסט אז ער נעמט א ריסק.
אבער א יוד, זאגט יא.
נתקבל.
איי, אבער די טאטע וכו' אבער איינמאל אין חדר האט די בחור וכו' און די פעטער דארט אין די משפחה וכו'.
גארנישט, קודם נעם אן. שפעטער העט מען זיך מסדר זיין.
נעשה ונשמע.
אט א דאס איז א יוד.
א גוט שבת!