על הספר עולמו של אבא ומחברו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

מרנן ורבנן האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 26, 2024 11:14 pm
מיט דעם אלעם, איז דאס א גוטע ספר, ער ברענגט אריין די פילינג וויאזוי אידישקייט פון אמאהל האט אויסגעקוקט.

איך זאג שוין לאנג אז איך וואלט געוואלט ארויס געבען א ספר עולמו של אבא 2.0 און עס זאל קאווערען פון די מלחמה ביז היינט. אוי גייט דאס זיין א האט אייטעם.
איך קען אייך געבן די רעצעפט פאר ספר עולמו של אבא 2.0 .. גראדע גאנץ גרינג:
לייגט אריין אפאר קליינע לשון הרע'לעך, געבט נאר אכטונג סזאל נישט זיין קיין גראבע \אפענע אדער זייער בולט, ווייל דאן וועט עס נישט האבן קיין גוטע טעם, און היידא!

אויפן אמת דארפט איר נישט לייגן קיין גרויס געוויכט ווארום אז גאסיפ זאל זיך גיסען, וועט מען אויף אלעם פארקוקען, ועל כל פשעים תכסה אהבה
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
מראה המקום
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2024 3:30 pm

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראה המקום »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 12:25 pm


און אמר"ש, ער דערמאנט זייענדיג אין סיגוט אויף א שבת, און זיך שטיפן ביים טיש פון עפעס א רבי א בנש"ק, ער פארציילט אז ער האט געזעהן ווי מען האט געשטיפט דארט דעם אלטן ראזוועליא רב, וואס איז נאך געווען א תלמיד פון ר' מאיר א"ש, (ער זאגט נישט קיין נאמען אבער דאס מוז זיין ר' יצחק מנחם קיזעלניק), דער ראזוועליער רב איז נפטר געווארן תרע"ה, מוז זיין אז דאס איז נאך בחייו פון עצי חיים, ער זאגט אבער נישט קיין ווארט ווער עס איז געווען רב דעמאלטס דארט, און צו ער איז געגאנגן באזוכן ביי מרא דאתרא דער עצי חיים, און וואס האט ער מיט אים געשמועסט, כנהוג ווען א רב באזוכט א שטאט פון א צווייטן רב.
נישט אז איך זוך צו פארענטפערן די ספר
אבער דאס קען מען מיישב זיין בפשטות, אפשר איז די עצי חיים נישט געווען אין שטאט אויף שבת, וכיוצא בזה
מכון 'מראה המקום'
מראי מקומות ומקורות פאר ספרים, מאמרים, וכדומה. [email protected]
מיר האבן בעזהשי"ת א סאך יארן עקספיריענס
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”