די פעטער זאל לעבן א מזל טוב! - וואס מיינט א טראמפ געווינס פאר די מיטל מזרח לענדער?
די פעטער זאל לעבן א מזל טוב! פאר די גאנצע משפחה א מזל טוב! - א שוויצעדיגע חתונה מיט שיכור'ע געדאנקען
.וואס מיינט א טראמפ געווינס פאר די מיטל מזרח לענדער?
##########
בנימין נתניהו די איזראעלי פרעמיער מיניסטער פאנגט יעצט אן צו שוויצן.
יעצט פאנגט זיך אן די עכטע שווערע ארבעט.
יעצט גייט ער דארפן זיך נעמען ארבעטן אן קיין תירוצים גאלאנט וואשינגטאן ושאר ירקות....
טראמפ וועט אים יא געבן אן אנלימיטעד קרעדיט קארד אבער די פעימענט וועט זיין מידי חודש בחדשו! נתניהו וועט דארפן צאלן אנגעשוואלענע אינטרעסט פארן כבוד גייציגער רויטער אוהב ישראל.
טראמפ וויל זען די ענדע פון די מיטל מזרח קאנפליקט, ער וויל זען א שיינע רייכע גבירישע חתונה - אבער די שושבינין מדינת ישראל און סעודי אראביע זיי גייען דארפן שוויצן צו אויסשטעלן די בלומען...
די רייכע פעטער מאכט חתונה, ער וועט זיך לאזן קאסטן אבער זיינע שמחות דארפן קלאפן און ער האט נישט ליב קיינע דורכפעלער! די אלע פלוימעניקעס פון פעטער שמואל (דאנאלד) וועלן טאקע באקומען פרי בילעטן צו די גרויסע חינגה - אבער זיי וועלן דארפן שלום מאכן צווישן זיך, די פעטער האט נישט ליב אז ביי זיינע שמחות דערמאנט מען די אלטע פאמיליע סכסוכים.
מדינת ישראל, די אראבישע שכנים, אפי' די עזה'תן און מעסיגע פאלעסטינער (אויב ס'איז שייך אזאנס) דארפן אויסנוצן די שמחה וואס הערשט ביים פעטער'ס הויף, די פארחורב'טער עזה קען פארוואנדלט ווערן אין א מעין אבו דאבי, די זעלבע רייכע האטעלן ווי דובאי קענען שטאלצירן אין עזה, יא , עס קען געשען אויב די איזראעלי און די עמיראטישע רעגירונג וועט האָבן די ריכטיגע שכל וויאזוי צו מחנך זיין פון דאסניי דעם צופראסקעטן צופאטשטן פאלעסטינער קינד.
איך סאונד אביסל פאזיטיוו, די אלקאהאל שפילט נאך אינגרויסן, די מח דרייט זיך אבער יעצט מאכט די פעטער חתונה! מען טאנצט יעצט די אראבישע טראדיציאנאלע הארא טאנץ און יענקל באמערקט נישט אז ער האט יעצט אנגעהאלטן די האנט פון די קאזין משה מיט וועם ער איז מסוכסך שוין יארן… אזוי גייט עס, מטרונקט און משפרונגט אבער מ'שפירט נישט גארנישט…
שוין, גענוג געטרינקן.
ויהי ממחרת:
אחחחח….
די פלוימעניקעס וועקן זיך אויף מיט שווערע רוקן ווייטאג, די רושם פון די דערהויבענע ריקודים האבן געלאזט טיפע שפורן אריין געקריצט אין די אברים וגידין, מדערנענטערט זיך שוין צו די גרויסארטיגע לעצטע שבע ברכות, דא איז שוין די עולם היבש מער אויסגעניכטערט און אויסגעקלארט, אבער דא קומט א שיינע געזעגענונג דרשה פון די פעטער בכבודו ובעצמו!
די פעטער גייט צו צום פאדיום, און ער לאזט גריסן אלע באטייליגטע, און נאך א לאנגע דרשה ווי ער שילדערט די געשמאקע לעבעדיגע ימי בשמחה העעל''ט, און נאך לאנגע מינוטן ענדיגט ער די דרשה מיט די ווערטער "מעיק אמעריקע גרעיט עיגען"!!!!!
טייערע פאמיליע מיטגלידער, געדענקט! אמעריקע איז פירסט! אויב וועט איר זיך אויפפירן ווי וואוילע קינדער דאן וועט איר נאכאמאל קענען קומען אטייל נעמען אין מיינע פראכטפולע פריילעכע חתונות! אבער אח און וויי! אויב גייט מען זיך קריגן - וועט די פעטער מער נישט איינערקענען אין זיינע פלוימעניקעס! עטץ וועט דארפן קומען דינסטאג נאכט און שטיין ביי די רייע מיט שי משולחים….
זאל די אויבערשטער אפהיטן אמעריקע און די גאנצע וועלט פון אלעמען בייזן ובא לציון גואל!
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]
ללא חשש גילוי.
צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]
ללא חשש גילוי.