פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4692
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

ליידיג גייער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 9:18 am
Wow
נעקסט לעוועל היימישע צוויבל דזשורנאליזם.

געוואלדיג.

א דאנק
◄ ווייז ספוילער
תקנות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 10:31 am
#אייער #קוואל פאר #פרעשע נייעס!

Fresh.jpg

שכח
ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 10:35 am
נאט אייך א גרינע!🐸🐸🐸
טענקס! עס איז עפרישיעיטעד
ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 10:37 am
@צפרדע המצרי איז די עגיפטישע @הכל הבל

נ.ב. ווי איז @אבימלך פארשוואונדן?

שיידל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 11:41 am

דארפסט פינען א נ.פ.ש.ה סטייל אלערט נישט אריינצוקומען דא ווען מ'האט עסן אין מויל
שכח פאר די פידבעק

אפשר טאקע...
כ'בין א פשוט'ער איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 12:54 pm
@צפרדע המצרי די ביזט גוט ציחאשט
איך קען נישט אויפהערן לאכן

איך וויל נאר איין זאך וויסן פון וועלעכע נייעס קוואל איר נעמט אייער נייעס
איך וויל זיכער מאכן עס איז טאקע פאלש

די האסט א מוראדיג אחריות פון טויזניטער ליינער וואס נעמען זייער נייעס פון דא

נעם דיר נאך א לייק

שכח!

די קוואל קומט פון די זעלבע קוואל ווי פאלענד ספרינג נעמט זייערע וואסער
פיאקער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 1:13 pm
ס'איז בכלל נישט פאלש

איינער פרעדיקט די אויסגאנג פון די וואלן
און ער פרעדיקט די נייעס וואס גייט געשען...

נייהויז האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 1:28 pm
דע אייער קוואל איז בערך אזוי נאסטאלגיש ווי די אייער קוואל אי שעראן ספרינגס.

אגב: ווער האט שוין געהערט פון דעם צייטאנג "דער צוויבל" (the onion) בלע"ז
א דאנק!

יא
כ'האב געדארפט אראפנעמען אסאך שמייכלען צוליב די תקנה
אטעטשמענטס
שמייכלען לימיט.png
שמייכלען לימיט.png (21.13 KiB) געזען 1759 מאל
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

אראנזש קאונטי וועט טוישן נאמען צו פוירפל קאונטי צוליב די געמיש פון בלויע און רויטע שטימען

ניו יארק - די אראנז קאונטי לעגוסלעיטאר האט אויפגעברענגט א ביל צו טוישן די נאמען פונעם קאונטי צו פוירפל נאך די גרויסע געמיש פון בלויע און רויטע שטימען אינעם קאונטי ביי די לעצטע וואלן.

"עס איז וויכטיג ריכטיג צו רעפלעקטירן די ווילן פון אונזערע איינוואוינער און וויילער" האט געזאגט דער קאונטי עקזעקוטיוו.

די אראנזש ענד ראקלענד פירמע באקאנט מיט אירע ראשי תיבות O&R האט באגריסט די שריט, א ווארטזאגער פארן פירמע האט געזאגט אז "עס איז א טריט אין די ריכטיגע ריכטונג און טוט זיכער ריכטיג ערפילן די ווילן פון די וויילער", אנאליסטן האבן אויך אנגעוויזן אז די פירמע קען באשטיין די טויש זאל אדורך גיין ווייל אזוי וועט זי קענען טוישן נאמען צו "פוירפל ענד רקאקלענד" וואס וועט נישט דערמאנען זייערע קאסטומערס פון זייערע שלעכטע סערוויס ביז אהער און וועט זיי ערלויבן זיך איינצוקויפון א שלעכטע נאמען פון פריש.

טראמפ שלאגט פאר פלאן צו ערלויבן בירגער צו ווערן מעמבערס מיט אמעריקע און קלויבן פון עטליכע שטאפלען וויפיל שטייער צו ביישטייערן און פאר וועלכע צוועקן, דעמאקראטן ברויזן אז עס קען מוטיגן פאטריאטיזם

פלארידע - די טראמפ טראנזישאן טיעם האט ארויס געשטעלט א פלאן וועלכע וועט ערלויבן אמעריקאנער צו קלויבן וויפיל פראצענט זיי ווילן ביישטייערן פאר די אמעריקאנער רעגירונג אין שטייערן, און אויך קענען זיי רעקאמענדירן פאר וועלכע צוועקן די צוגעלייגטע געלטער זאלן זאלן גיין, טראמפ האט געזאגט ער האפט דערמיט אויפצוטרייבן עטליכע ביליאן דאלער א יאר דורך פאטריאטישע אמעריקאנער, און האט צוגעזאגט שנעלערע און בעסערע VIP סערוויסעס פאר אמעריקאנער וואס זענען אנגעשלאסן אלץ גאלד מעמבערס.

דעמאקראטן ברויזן אויף די פלענער צייגנדיג אז עס האט ערנסטע פאטענציאל צו הייבן די מאס אמעריקאנער פאטריאטן, ווי אויך קען עס אנצייגן וועלכע פון זייערע פאליסיס זענען נישט פאפולער און אמעריקאנער וועלן כמעט נישט ביישטייערן פאר זייערע צוועקן.

"צושטעלן פארשנעלערטע און בעסערע סערוויס פאר אמעריקאנער וואס צאלן העכערע פראצענטן שטייער איז אומדערהערט" האט געזאגט א ווארטזאגער פאר די דעמאקראטישע פארטיי,"זינט בלויז לעגאלע בירגער צאלן שטייער איז עס א קלארע דיסקרימינאציע קעגן די אומלעגאלע אימיגיראנטן" האט זי צוגעלייגט
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

קאנגרעס וועט קלעבן שילדן מיט קלארע בילדער וואס צייגן די חילוק צווישן א טיר הענטל און א פייער בעל

וואשינגטאן - קאנגרעס האט געשטימט מיט א שמאלע מערהייט צו באקלעבן די קעפיטאל געביידע מיט קלארע שילדן וועלכע צייגן וואס עס איז א פייער בעל און וואס איז א טיר הענטל.

די שריט קומט נאך גרויס צעמישעניש ווען פילצאליגע קאנגרעסלייט און סענאטארן דערקענען נישט די חילוק צווישן די צוויי, ענליכע פארשלאגן זענען אויפגעברענגט געווארן צו פארלאנגען יעדע קאמערציאלע בילדינג אין די פאראייניגטע שטאטן צו פארמאגן ענליכע ווארענונגען כדי צו פארמיידן פאלשע אלארעמס אין בנינים דורכאויס אמעריקע.

"היינט איז א פרייליכע טאג פאר סעיפטי" האט געזאגט קאנגרעסמאן באומאן פון ניו יארק, "פון היינט און ווייטער וועלן קאנגרעסלייט שוין קענען זען א חילוק צווישן א טיר הענטל און א פייער בעל צינגל" האט ער צוגעלייגט
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

טראמפ זאגט ביידען זאל בלייבן פרעזידענט און ער זאל בלייבן פרעזיגענט עלעקט כדי זיך צו באשיצן פון אימפיטשמענט

פלארידע - פרעזידענט עלעקט דאנאלד טראמפ האט היינט פארגעזלאגן פאר א גרופע רעפארטער אז ביידען זאל בלייבן פרעזידענט פאר די קומענדיגע פיר יאר, און ער זאל פארבלייבן פרעזידענט עלעקט זאגנדיג אז אלץ פרעזידענט עלעקט פירט ער סייווי די לאנד'ס אינערן און אויסערן פאליסי, און ווערן פרעזיגענט וועט אים בלויז ברענגען קאפ ווייטאג אז מען וועט אים קענען אנהויבן אימפיטשן.

"איך זע נישט קיין שום סיבה פארוואס דאס זאל נישט זיין אויסגעהאלטן קאנסטיטוציאנעל" האט געזאגט עלאן דערשאוויץ, "אין ערגעץ אינעם קאנסטיטוציע ווערט נישט דערמאנט אז מען קען נישט זיין פרעזידענט עלעקט פאר 4 יאר" האט ער צוגעלייגט.

אויך ווערט אנגעגעבן אז אויב וועט טראמפ דאס אויספירן קען ער אין 4 יאר ארום ווידער לויפן פאר פרעזידענט צוליב וואס ער וועט נאכנישט האבן געדינט א צווייטע טערמין אלץ פרעזידענט.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3588
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

צוקאש!!!

שוין דא א קאמענטארן אשכול?
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

קארנין אנטזאגט צו פארשפרעכן אויסצופירן זיינע צוזאגן אויב ער ווערט ערוועלט אלץ פארטיי פירער
טון פארשטייט נישט פארוואס

וואשינגטאן - סענאטאר קארנין וועלכער פארמעסט זיך פארן אמט פון מאיאריטעט פירער פונעם סענאט האט אנטזאגט צו פארשפרעכן אויסצופירן זיינע צוזאגן איינמאל ער ווערט ערוועלט אלץ פירער.

זיין קעגנער אינעם פארמעסט סענאטאר טון האט אויסגעדרוקט שטארקע וואונדער אויף זיין קאלעגע'ס אנטזאגן דאס צו פארשפרעכן זאגנדיג 'איך פארשפרעך עס יא, און איך קען נישט פארשטיין פארוואס קארנין אנטזאגט דאס צו פארשפרעכן, וואס איז עס אנדערש ווי קאמפיין פארשפרעכונגען?'

פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

יוחנן כהן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 3:28 pm

צוקאש!!!

שוין דא א קאמענטארן אשכול?
יא

viewtopic.php?p=5560951#p5560951
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3588
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

צפרדע המצרי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 3:48 pm
יוחנן כהן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 3:28 pm

צוקאש!!!

שוין דא א קאמענטארן אשכול?
יא

viewtopic.php?p=5560951#p5560951
נייהויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע:ווי בינעך דא ?

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

צפרדע המצרי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 2:40 pm

אראנזש קאונטי וועט טוישן נאמען צו פוירפל קאונטי צוליב די געמיש פון בלויע און רויטע שטימען

ניו יארק - די אראנז קאונטי לעגוסלעיטאר האט אויפגעברענגט א ביל צו טוישן די נאמען פונעם קאונטי צו פוירפל נאך די גרויסע געמיש פון בלויע און רויטע שטימען אינעם קאונטי ביי די לעצטע וואלן.

"עס איז וויכטיג ריכטיג צו רעפלעקטירן די ווילן פון אונזערע איינוואוינער און וויילער" האט געזאגט דער קאונטי עקזעקוטיוו.

די אראנזש ענד ראקלענד פירמע באקאנט מיט אירע ראשי תיבות O&R האט באגריסט די שריט, א ווארטזאגער פארן פירמע האט געזאגט אז "עס איז א טריט אין די ריכטיגע ריכטונג און טוט זיכער ריכטיג ערפילן די ווילן פון די וויילער", אנאליסטן האבן אויך אנגעוויזן אז די פירמע קען באשטיין די טויש זאל אדורך גיין ווייל אזוי וועט זי קענען טוישן נאמען צו "פוירפל ענד רקאקלענד" וואס וועט נישט דערמאנען זייערע קאסטומערס פון זייערע שלעכטע סערוויס ביז אהער און וועט זיי ערלויבן זיך איינצוקויפון א שלעכטע נאמען פון פריש.
און די קאמפעני וועט הייסן PR
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

צפרדע המצרי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 2:40 pm

אזוי וועט זי קענען טוישן נאמען צו "פוירפל ענד רקאקלענד" וואס וועט נישט דערמאנען זייערע קאסטומערס פון זייערע שלעכטע סערוויס ביז אהער און וועט זיי ערלויבן זיך איינצוקויפון א שלעכטע נאמען פון פריש.

אוועטאר
שטענדיגרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 6:37 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטענדיגרייט »

כאטעם נישט!!!!!!

אמר"ש לייג דאס אין דיין אינטערשריפט

קאוד: וועל אויס אלע

 [url=https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=5558808#p5558808]פאלשע נייעס, אן קיין בייעס וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל[/url] 
אוועטאר
פרעה מיט פידשאמעס
שר האלף
תגובות: 1519
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 19, 2024 5:39 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעה מיט פידשאמעס »

יוחנן כהן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 3:50 pm
צפרדע המצרי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 3:48 pm
יוחנן כהן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 3:28 pm

צוקאש!!!

שוין דא א קאמענטארן אשכול?
יא

viewtopic.php?p=5560951#p5560951
האסט דיך נאכנישט אויסגעלערנט אז א יא דא מיינט א ניין??????
מ'עיק א'מעריקא ג'ארבידש ע'געין (קרעדיט אהרן יוסף מארקאוויטש)
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

מאסק זאגט ער וואט אפקויפן די ווייסע הויז צו קענען אריין שטעלן אהין וועמען ער וויל

טעקסאס - דער קריאזער ביליאנער און נאנטער ראטגעבער צו פרעזידענט טראמפ עלאן מאסק זאגט ער וועט אפקויפן די ווייסע הויז כדי צו קענען פון היינט און ווייטער אריין שטעלן אהין וועמען ער וויל.

מאסק האט דאס געזאגט פאר רעפארטער וואס האבן אים געפרעגט פארוואס ער האט געטוישט די נאמען פונעם טוויטער פירמע צו עקס, אויף וואס ער האט רעאגירט אז ער האט געוואלט מאכן דער ציבור פארגעסן פון טוויטער'ס שלעכטע היסטאריע, דערנאך האט ער צוגעלייגט אז ער האט אויך אין פלאן אפצוקויפן אויך די ווייסע הויז.

טראמפ האט אויסגעדרוקט אינטערעסע צו פארקויפן די ווייסע הויז זאגנדיג אז עס איז סייווי אלט און צוריק געשטאנען, און אז סייווי פלאנירט ער צו בויען א נייע ווייסע הויז וואס וועט זיין סאך שענער און בעסער.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

דעמאקראטן רופן פאר לויזערע גאן קאנטראל נאך עף בי איי שאצונג אז קינדער ביי שולע שיסערייען זענען נאר באטראפן געווארן פון שראפנעל

וואשינגטאן - א ביל אויפגעברענגט אין קאנגרעס דורך פרוי קארטעז רופט צו פארלייכטערן אדער גענצליך אפשאפן סיי וועלכע פארעם פון גאן קאנטראל און האט שוין באקומען די שטיצע פון אלע פירנדע דעמאקראטן.

לויט קארטעז האט זי אויפגעברענגט די ביל נאך א שאצונג פארעפנטליכט דורך די עף בי איי האט דערקלערט אז א מערהייט פון די אומגעקומענע ביי מאסן שיסערייען זענען אומגעקומען פון שראפנעל און נישט פון קיין דירעקטע קויל.

"עס איז נישט דא קיין שום באווייז אז די קוילן האבן דירעקט באטראפן די געטראפענע" ליינט זיך די עף ביי איי דאקומענט, "עס קען זייער מעגליך זיין אז די קוילן האבן קודם אנגעקלאפט אין די לופט און זיך צעשפלעטערט צו שטיקער שראפנעל און די שראפנעל האט אומגעברענגט די געטראפענע".

א ווארטזאגער פאר די דעמאקראטישע פירערשאפט זאגט אז אומברענגען מענטשן דורך שראפנעל איז באשיצט אין די קאנסטיטוציע, און אז פארבאטן ביקסן צוליבן פאראורזאכן שראפנעל איז ווארשיינליך אומקאנסטיטוציאנעל.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
עמוקה מני ים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 7:42 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוקה מני ים »

די אשכול באלאנגט אין 'היימישע' נייעס...
ידיעה אינו ידוע.
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

עריק עדעמ'ס אדוואקאטן פארלאנגען ארויס צו שליידערן קלאגעס קעגן אים זאגנדיג ער האט אימיוניטעט פאר זאכן וואס ער האט געטון אלץ בארא פרעזידענט

מאנהעטן - אדוואקאטן פאר ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האבן אריין געגעבן א מאושען אין געריכט גענצליך ארויס צו שליידערן די קלאגעס קעגן מעיאר עריק עדעמס פאכענדיג מיט די סופרים קאורט אורטייל אז א פרעזידענט האט אימוניטעט.

די אדוואקאטן זאגן אז די סופרים קאורט האט נישט געזאגט אז די אורטייל איז נאר אויף דער פרעזידענט פונעם לאנד, נאר נוצט די טערמין פרעזידענט, דעריבער אזויווי די קלאגעס קעגן עדעמס זענען איבער זאכן וואס ער האט געטון אלץ בארא פרעזידענט איז ער באשיצט אונטער די סופרים קאורט אורטייל.

דער דיסטריקט אטוירני'ס אפיס האט אפגעווארפן דעם ארגומענט צייגנדיג די אנגייענדע געריכטן קעגן טראמפ אין ניו יארק סטעיט, אבער דער מעיאר'ס אדוואקאטן האבן קאנטער ארגומענטירט אז די סופרים קאורט אורטייל איז נאר בינדענד אויף פעדעראלע קלאגעס, אבער סטעיט קלאגעס קענען יא אנגיין.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

טראמפ וועט שאפן נייע 'ספענדינג ראטגעבער' קאמיטע, באטראכט צו שטעלן העריס קאמפיין פירערשאפט אלץ דירעקטאר

פלארידע - פרעזידענט עלעקט דאנאלד טראמפ האט געמאלדן אז ער וועט גרינדן א ספעציעלע 'שפענדונג ראטגעבער' קאנסול וואס זאלן דינען אלץ ראטגעבער צום פרעזידענט וויאזוי צו רעדוצירן און האלטן שפענדונג אונטער קאנטראל.

אלץ מעמבערס אינעם נייעם קאנסול וועט טראמפ נעמען די פירערשאפט פון די העריס קאמפיין זאגנדיג אז זיי האבן ארויס געצייגט גאר א טיפע פארשטאנד אין עקענאמיקס און האבן באוויזן אנצוקומען צו א פלאץ וואס ווייניג האבן גע'חלום'ט מיט א בוזשעט פון וואס ווייניג האבן געטרוימט.

העריס האט באגריסט די נייע אפיס זאגנדיג אז אויפוואקסנדיג אין א מיטל קלאס הויז פארשטייט זי די וויכטיגקייט פון האבן א נארמאל באלאנצירטע בוזשעט מיט קלארע פלענער פאר שפענדונג.
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

פראשי! דו ביסט צוקער זיס, איינס בעסער ווי די צווייטע!!! קיפ איט אפ
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

קאכעדיגע האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 9:01 pm
פראשי! דו ביסט צוקער זיס, איינס בעסער ווי די צווייטע!!! קיפ איט אפ
א דאנק!
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
אוועטאר
דאני
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

נעקסט לעוועל די אשכול, סוסקרייבד, א דאנק פראש
וועירד הא הא! וועירד הא הא! וועירד הא הא הא!!
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
אוועטאר
צפרדע המצרי
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:28 pm

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרדע המצרי »

דאני האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 9:42 pm
נעקסט לעוועל די אשכול, סוסקרייבד, א דאנק פראש
שכח!
פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס
פאלשע נייעס, אן קיין בייעס
וואס וועט אן קיין צווייפל, אייך ברענגען א שמייכל
שמחת התורה
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 13, 2021 2:15 pm
לאקאציע:אין ביהמ"ד

Re: פרעש'ע נייעס - אייער קוואל פאר פאלשע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת התורה »

קאכעדיגע האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 9:01 pm
פראשי! דו ביסט צוקער זיס, איינס בעסער ווי די צווייטע!!! קיפ איט אפ
אין שמחה כשמחת התורה! טעמו וראו כי טוב.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”