ספר געזוכט אויף י״ג עיקרים - אני מאמין

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

ספר געזוכט אויף י״ג עיקרים - אני מאמין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

איך וויל אנהייבן לערנען מיט די קינדער די דרייצן אני מאמין דורכאויס די קומענדיגע דרייצן שבתים ביים פרייטאג צונאכטס סעודה, יעדע שבת איינס.
איך זיך א ספר אויף י״ג עיקרים מיט א גיטע אין לענגערע פירוש אויף יעדע פון די דרייצן אני מאמין, באגלייט מיט מעשיות אדער געדאנקען אד״ג.

אויב ווייסט איינער פון א גוטן ספר אדער גליון ביטע קומט אריין
יש״כ
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: ספר געזוכט אויף י״ג עיקרים - אני מאמין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

ספר "אני מאמין" באידיש 'הוצאות בית רחל'

https://tiferesjudaica.eu/collections/% ... 7%99%D7%A9
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: ספר געזוכט אויף י״ג עיקרים - אני מאמין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 4:28 am
ספר "אני מאמין" באידיש 'הוצאות בית רחל'

https://tiferesjudaica.eu/collections/% ... 7%99%D7%A9
יש״כ!
איז דעס מיט מעשיות אדער געדאנקן וואס מקען לערנען מיט 8-9 יעריגע קינדער?
אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

Re: ספר געזוכט אויף י״ג עיקרים - אני מאמין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער יעקל »

הערליכע ספר געוואלדיגע ארבעט באגלייט מיט משלים און מעשיות
דערווייל נאר אויף די ערשטע פינף עיקרים
https://www.greenfieldjudaica.com/ich-g ... mAfg4H7AZ4
אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

Re: ספר געזוכט אויף י״ג עיקרים - אני מאמין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער יעקל »

אוועטאר
מונאוויטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3008
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: ספר געזוכט אויף י״ג עיקרים - אני מאמין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 4:28 am
ספר "אני מאמין" באידיש 'הוצאות בית רחל'

https://tiferesjudaica.eu/collections/% ... 7%99%D7%A9
איך האב עס אינדערהיים. א פיין ספר צו פארשטיין די יסודות געשריבן אין אונזער מאמע לשון, אבער נישט אויב איר זיכט מעשיות, משלים, וכדומה.

אגב, אז מ'רעדט פון אני מאמין, די י"ג עיקרים באשטייען פון פינף קאטאגאריעס פון אמונה:
אמונה בהשי"ת:מציאות הבורא, יחוד ה', אינו גוף, ראשון ואחרון, לו לבדו ראוי להתפלל
נביאה:אמיתת הנביאה, נביאת משה רבינו
אמיתת בתורה:תורה מן השמים, לא תהא מוחלפת
שכר ועונש:השי"ת יודע כל מעשה בנ"א, שכר ועונש
ימות המשיח:ביאת המשיח, תחיית המתים

אז מ'איז זיך מתבונן זעהט מען אז די עיקרים זענען אויסגעשטעלט מיט א געוואלדיגע סדר וואס איינס ברענגט די צווייטע, געקניפט און געבינדן מתחילה ועד סוף. דהיינו, גלייבן אין השי"ת, ער האט גערעדט צו אונז דורך נביאים, געגעבן די תורה לדעת את הדרך אשר ילכו בה, ער ווייסט אלעס אונזערע מעשים ומחשבות און צאלט שכר ועונש, און ביאת המשיח ותחיית המתים כמבואר בתורה (בתנ"ך וחז"ל).

די מטרה פון אני מאמין איז אוודאי אז דער מח און השקפה זאל תמיד זיין גענצליך מקושר מיט די עיקרי הדת. אמונה און יחוד ה' זענען פון די שש מצות תמידיות. ד"ה לעבן מיט אני מאמין וואו אימער איר שטייט און גייט איז כאילו איר זענט דאן מעוטף מיט טלית ותפילין און שאקלט לולב אין די סוכה; א יעדע רגע איז מצוה! אפדאווענען די י"ג עיקרים אחר התפילה -- בלויז צוליב הסגולה שבה -- בשעתן צוזאמלייגן די טלית מיט די האלבע פיס אינדרויסן און די גאנצע מח אין ארבעט, אן צולייגען אביסל מחשבה וואס מ'זאגט דארט איז (כמעט) כאילו מען האט גארנישט געזאגט. (מ'מוז באמערקן אז די יג עיקרים איז טאקע אוועקגעשטעלט געווארן דורך די רמב"ם, אבער די נוסח פון אני מאמין איז א שפעטערע יצירה.)
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”