Re: רבי צבי הירש הורוויץ מטשארטקוב - ט"ו חשון תקי"ד
אויב אזוי רב @מתנת כהונהמתנת כהונה האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 07, 2017 1:02 pmווער קען מיר ארוס-העלפען צו וויסן מער איבער די אייניקלעך פון די הפלאה?
איך האב א באבע חי' פרומט - שימנאוויטש (הורוויץ)
https://www.geni.com/people/Chaya-Shimo ... 4558152166
זי האט חתונה געהאט מיט ר' נחום הערש/צבי שימאנאוויטש
זי איז געווען א טאכטער פון מרת חנה הורוויץ
מרת חנה איז געווען אויף אויף עפעס אופן אן אייניקל פונעם הפלאה
אויף איר מציבה שטייט געשריבן ממש נאר געציילטע ווערטער
זי ליגט און די בודאפעסטע בית החיים,
די בודאפעסטע אידישע קהילה דארט, האט מן הסתם דאמאלס נישט ציפיל געוויסט איבער איר,
עס איז לכאורה געווען שווער פאר זיי נאך צו קומען צו אלע אנפארמאציע ווייל עס איז דאן געווען א שווערע תקופה
א בילד פון א די מציבה
https://www.geni.com/photo/view?album_t ... position=0
פ"ט
אשה חשובה ויקרה
חי' פרומט
אשת ר' נחום צבי ע"ה
שימאנאוויטש
נ' י"ז שבט תר"כ לפ"ק
ש"א חנה
ת.נ.צ.ב.ה.
זי איז ליידער אוועק ביי די 66 יאר און די בודאפעסטע שפיטאל פון אינפלוזיע עפידעמיע וואס איז געווען די שפאנישע פלו
וואס איז ליידער געלויפן און יענע צייט פון 1918 ביז 1920 וואס האט ליידער אפגעקאסט צענדליגאר טויזנטער טויזנטער מענטשן
viewtopic.php?t=42425
אינטערסאנט צו-צולייגען אז די בודאפעסטע שפיטאל האט געוויסט מער אבער אירע עלטערען ווי די בודאפעסטע אידישע קהילה דארט
אפשר זענט איר גאר אן אייניקל דורך אייער משפחת שימאנאוויטש אליין?
דורך רבי צבי הירש, די הפלאה'ס טאטע, און איר זענט נאר א קרוב צו די משפחה פונעם די הפלאה
ווייל אייער זיידע'ס נאמען איז דאך, נחום, צבי / הירש, דער נאמען דרייט זיך שטארק במשפחות 'רבי צבי הירש הלוי הורוויץ'