ווען די וואלסט זיך אליינס א נאמען געגעבן.....
שטעלטס ענק פאר אז דאס ניי-געבוירן קינד געבט זיך אליינס זיין נאמען... ויקרא שמו בישראל "waa wa בן waaa waaa", וויבאלד דער טאטע האט זיך אויך אליינס געגעבן די נאמען ביי זיין ברית...
עס הערט זיך גאנץ קאמיש. האב איך געטראכט אז אפשר זאלן די עלטערן געבן א נאמען, און די קינד זאל עס קענען טוישן ביי די בר מצוה אויב ער וויל...
אבער דא בין איך אנגעקומען צו א צווייטע פראבלעם, מען גייט נישט וויסן וואס צו שרייבן אין די אינוויטעישן... אפשר זייט קאוויד דער ניינצנטער וואלט מען געקענט אפשר אביסל אנפאנגען טראכטן דערפון, וויבאלד די אינוויטעישן ביזנעס איז דעמאלטס אראפ די סטאקס...
עס הערט זיך גאנץ קאמיש, זיך אליינס א נאמען געבן? אבער אז איר וועט אריין טראכטן, רוב מענטשן וואס ליינען יעצט די ארטיקל האבן זיך אליינס א נאמען געגעבן...
פונקט אזוי...
נע נישט ממש, אבער כאטש אויף די וועלט, מען גייט דיך טאקע נישט אויסרופן צו די תורה מיט די נאמען און עס גייט נישט שטיין אויף דיין טלית בייטל די נאמען. אויסער ביי @הרב יואל קליין . עס איז דא אסאך מענטשן וואס טראכטן פשוט נישט וואס זיי טוען ווען זיי עפענען א ניק אויף אייוועלט, מען געבט זיך אליינס א נאמען...
עס זענען דא אסאך וואס געבן זיך א געוויסע נאמען פאר א סיבה, און עס זענען דא וואס שיסן פשוט א נאמען...
איך האלט זייער נישט פון די וואס געבן זיך א נאמען אז עס זאל זיין מיט וואס אריין צו לאגן, וויבאלד אויף זיי קען איך נישט שרייבן אין מיין אונטערן ניק אנאליז, און פון די צווייטע זייט איינער וואס האט א ריכטיגע סיבה מאכט עס מיך גרינגער די ארבעט....
יעצט לאמיר אריבער גיין צום אונטערן ניק אנאליז נומער 3.
גיימיר צו אונזער חבר וואס האט א מורא'דיגע סיבה צו זיין ניק, און לויט ווי איך פארשטיי זאגט ער אז די ניק שפיגלט אפ זיין לעבן און אלעס ארום די וועלטל... @מאדערן ארט :
"מאדערן ארט, איי מיין נאמען רעדט פאר זיך, כ'מיין פאר מיך...
ס'טוטצעך קאלירן שטריכן און אומבאקאנטע קריצערייען, זאפאסן מיט מענטשליכע געפילן רוישן איבער דער גאנצער וועלט פונעם קליינעם מח'ל. אין יעדע זאך ליגט מאדערן ארט, אינמיטן א שטומע שמונה עשרה צופלאמט זיך די מחשבה אזש ס'פליען אומקאנטראלירבארע ציאונגען, א שטרעבעניש צושטרעבט זיך ממש ביזן צעשטורעמט ווערן, אבער אינדרויסן קוקט אלעס אויס ווי פשוט'ע קאלירן.
מיין לעבן, אדער בעסער געזאגט, יעדעמ'ס לעבן פארעמט זיך ווי מאדערן ארט, איין טאג רויט, און דער צווייטער געל, א שארפער גרין צווישן העל-בלויע שטרייפן, אבער אלעס איז געפיל, און דער באשעפער באצאלט דערפאר גאר א טייערער, ווייל נאר ווער ס'פארשטייט דערצו באגרייפט די ווערט דערפון!"
באמת שרייבט ער שוין אליין וואס זיין נאטור איז אבער איך וועל עס איבערשרייבן.
מאדערן ארט איז איינער וואס אנערקענט און באטראכט די גוטס פון איעדע זאך, פון די צווייטע זייט איז ער איינער וואס קען נישט איין זיצן (אדער איינער וואס זיין מודס קענען נישט איין זיצן), ממילא קומט ער אן זייער שנעל צו אלע קאלירן.
זייער שיין און שטארק ארויס געברענגט דיין נאמען און דאס איז א גוטע סיבה...
א שטארקע כח הסברה.
גיימיר אריבער צו @לחם לאכול . באמת קען מען גארנישט זען פון די סיבה אבער מען גייט פרובירן צו מאכן עפעס דערפון.
"קודם איך בין נישט קיין הרב און נישט קיין שליט''א...
און יעצט, ניין, עס איז נישט דא קיין עכטע סיבה,
אינ'אמת'ן אריין האט עס מיין נאמען ראשי תיבות אין דעם, (גיי פיגער עס...)
זיי געזונט!
הצלחה."
סא איך גיי נישט שטיין און פרובירן אויסצוגעפונען דיין נאמען, אבער איך וועל העלפן דעם ציבור דורכן ארויסגעבן אביסל פון דיין נאטור.
לחם דו פארשטעקסט זיך צו שטארק! קודם מיט איך בין נישט קיין הרב.... און נאכדעם איך האב נישט קיין סיבה.... און גלייך נאכדעם קומט א הערליכע סיבה...
ער איז איינער וואס מאכט טריפל פראטעקשן אז אויב עפעס גייט ראנג האט עס נישט מיט אים... נאכן זיך אוועקמאכן אז ער איז נישט קיין הרב און אז ער האט נישט קיין סיבה.... זאגט ער א הערליכע סיבה אבער עס קומט נאך נאך א פראטעקשן (גיי פיגער עס אויס)...
זייער א שטילער און צוריקגעצויגענער, אבער א פריינטליכער...
און יעצט גייען מיר אריבער צו @הרב יואל קליין:
"ארטיקל צו לייגן ווי?
ס'איז נישט א ניק. צוליב ביזנעס/מארקעטינג שרייב איך מיט א עכטע נאמען און בילד.
אלע אלטע ניקס זאמלען שטויב…"
שוין, אז איר זענט געבליבן מיטן נאמען וואס מען האט אייך געגעבן ביים ברית, און איך קען אייך נישט, קען איך אייך נישט פרובירן ארויסצוהאבן...
אונטערן ניק אנאליז חלק ב'
viewtopic.php?p=5502724#p5502724
אונטערן ניק אנאליז חלק א'
viewtopic.php?p=5490052#p5490052
יישר כח פאר @ביבליאגראף פארן פאררעכטן די ספעלינג
פליז געב א לייק און א קאמענט עס געבט א געשמאק צו שרייבן ווייטער שכח...

מיר זענען הייליג!!!