עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

נאכן ליינען די אנאליז - האלט איר אז די פלאן איז מעגליך?

יא
36
45%
ניין - (ביטע שרייב פארוואס)
15
19%
איך ווייס נישט...
29
36%
סך הכל שטימען: 80

אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13903
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

אבנר בן-נר האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 12:40 am


לויט די פלאן דארף די מלחמה נישט אנהאלטן פאר ציפיהל לענגער, ביידען מיט זיין 'פסח על שתי הסעיפים' פאליסי האט געמאכט פונקט ווי אין אוקריינע אז ביידע זייטן זאלן נישט געוואונען און נישט פארלירן, אזוי אז מ׳זאל זיך קענען שלאגן לעולם ועד..
אויב טראמפ גייט לאזן ביבי גיין אלל אוט. וואס איך האלט ער גייט טוהן, קען מען שוין אין צוויי דריי חדשים האלטן נאך די פייער סצענע פונעם מלחמה, און דעמאלטס קען מען אנהייבן מיט די צווייטע חלק פלאן וואס ידידינו הרב ראטשילד האט דא געזאגט.
און דעמאלטס קען שוין טראמפ שטאלצירן אז ער ברענגט רואיגקייט.

(@ראטשילד נעקסט פארגלייך נישט אבנר צו גאלאנט…)
דאס שרייב איך דאךַ צוויי חדשים האלט איך אויך איז מעגליך וועט ער אים נאך געבן ער זאל טון וואס ער וויל. אָבער נישט מער.
אויב זאגסטו אז ביבי קען אפפארטיגן חאמאס מיט חיזבאלא אין צוויי חדשים הרי טוב.

אבער איין זאך ווייל איך נישט, וואטעוואר ס'וועט פאסירן נאך די צוויי חדשים וועלן די פרא ביבי חברה זאגן.. אה אלעס איז שוין פארטיג ווען באמת וועט מען נישט שטיין צופיל בעסער מיט חאמאס ווי מ'שטייט היינט.. און פשוט טראמפ האט אים געגעבן א דעדליין..
ווי טאקע איז ישראל הלוי?
intellectual
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

ראטשילד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 10:04 pm
intellectual האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 9:41 pm
הנאה געהאט. זייער שיין און געשמאק געשריבן.

אבער, נאצי דייטשלאנד און איסלאמישע ראדיקאלזים, זענען צוויי באזונדערע עקסטרעמען.

די דריטע רייך אידיאלאגיע איז געבויעט אויף הוילע פוסט, ווען איסלאמישע עקסטרעמיזם איז ווען געבויעט נאר אויף אן אידיאלאגיע קען איך הערן, דא איז אבער אויך אינוואלווד זייער פארדרייעטע רעליגיע, זיי האבן סיי זייער ווייטאג אז מען האט זיי צוגענומען דאס לאנד און סיי זייער שנאה צו אידן געבויעט אויף זייער רעליגיע, דאס פונאנדערשייד עס פון נאצי דייטשלאנד, אין נאמען פון רעליגיע זענען שוין געשטארבן מיליאנען במשך טויזענטער יאר.

אין די מערב לענדער זענען פארהאן פיל מיט ראדיקאלן, טעראר סימפאטיקער, על אף וואס זיי זעהן די מערב וועלט גליקן פאר זייערע אויגן טאג טעגליך.

די עזה קריזיס איז אסאך ברייטער ווי איהר טעריטאריע, איהרע עקסטרעמע אנשויאונגען זענען איינגעפלאנצט אין פיל לענדער ביי מיליאנען מענטשן.

לבנון ברויך מען אויך אייננעמען צו לייזן די כיזבאלא פראבלעם ? תימן? נאך וויפיל לענדער?

איז די מערב ברעג אן עקזעמפל פון א סוקסעס סטארי פון אזא קאאליציע ?
אמת.

די משל איז נישט אינגאנצן דומה לנמשל אבער איך האב אויך גערעדט פון די עמיראטן און באכרעינער (און אט אט די סעודן) וויאזוי האבן זיי אוועקגעטראסקעט די מוכאמאד רעדיקאלע איסלאם? אז עס האט געארבעט פאר זיי קען עס אויך ארבעטן פאר די עזה'תן.

און אז דו פרעגסט וועגן די מערב ברעג - 100%!!!

אויב עזה וועט אויסקוקן ווי די מערב ברעג בעפאר די אסלא אפמאכן - האט מדינת ישראל שוין פארדינען.

און להוי ידוע - עזה האט אויסגעקוקט פונקט ווי די מערב ברעג. מען פלעגט דארט גיין איינקויפן כמעט אינגאנצן רוהיגערהייט...

די חורבן האט זיך אנגעהויבן ווען מ'האט אנגעהויבן צו נאכגעבן.

און איך האב אינגאנצן פארגעסן פון די נייע גירוש משפחות סטראטעגיע - די נייע געזעץ וואס וועט ערלויבן צו פארטרייבן אלע פאמיליע מיטגלידער פון א יעדע איינציגע טעראריסט דאס גייט פארמיידן אסאך טעראר.

אראבער זענען גרייט צו שטארבן אבער נישט אוועקגעבן זייער לאנד און היים, אויב גייט א פאלעסטינער יונג וויסן אז מיט זיין 'העראישער' טעראר אטאקע האט ער מיט דעם פארטריבן זיין גאנצע חמולה מארצם ונחלתם - גייט אים עס בכלל נישט שמעקן...

די משפחה זענען גרייט צו שטאלצירן מיט זייער שאהיד'ל וואס טרעפט זיך מיט 72... אבער נישט אויפן חשבון פון גלות גיין...

ונראה מה יהיו חלומותיהם.




מיין עכטע מיינונג איז אז די סכסוך וועט זיך ציען עדי ביאת הגואל אבער איך קען נאר אראפ שרייבן וואס זייערע פלענער זענען.
די גירוש המשפחה קען מעגליך אויפטון אז די משפחה וועט צוריקהאלטן זייער שאהיד'ל פון באגיין נארישקייטן, דער סוסיידער אליינס האט נישט קיין ברעקל לאגיק אין זיין דזשעלי ווען ער האלט ביים עקספלאודן, 72 איז אלל הי קנאוס אבאוט..

--

די לעצטע פאראגראף
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4241
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

לויט דער איצטיגער סטאטוס פון די ארומיגע אראבישע לענדער ועוד ידם נטוי' מיט סאודי אראביע, קען זיך אזא מהלך זייער גוט אויסארבעטן.

דאס איז געווען דער גרעסטער נייטמעיר פון די לינקע אויף א טראמפ געווינס, אז עס קען ח"ו ווערן שלום אין מדנ"י אונטער נתניהו.

(זעץ איבער דעם ארטיקל אויף די מדנ"י שפראך און שיק עס אריין צו די צייטונגען אלס א טור אורח).
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

געשטימט ניין.
א. א [אזוי גערופענע] דעמאקראטישע מדינה קען נישט ארויף צווינגען א גזירת חינוך, ע"ע חאריידים. (קרעדיט @פראקטיש ).
ב. די פאלעסטינער האבן דא א נאצינאלע שאיפה - וואס איז נישט שייך אין סעודיה וכל השאר - דאס מעקט מען נישט אויס מיט מאכן שוואך די רעליגיע ע"ע ציונים [די מייסדים זענען געווען אויסגעשפראכן אנטי דת].
ג. בעצם קוק אויף די אראבער בתוככי מדינת ישראל וואס זענען נהנה פון אלע מעדני הדעמאקראטיע לערנען און שטודירן אין אוניווערסיטעט [א חלק ניכר פון די דאקטורים און הדסה שפיטאל זענען אראבער] און נאך אלץ זענען זיי מייחל ומצפה לחורבן המדינה [אן די הוספה 'בלי שום נזק וצער לבר ישראל'..].
לב חכם לימין
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 14, 2024 4:16 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב חכם לימין »

מאטעס האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:18 pm
געשטימט ניין.
א. א [אזוי גערופענע] דעמאקראטישע מדינה קען נישט ארויף צווינגען א גזירת חינוך, ע"ע חאריידים. (קרעדיט @פראקטיש).
ב. די פאלעסטינער האבן דא א נאצינאלע שאיפה - וואס איז נישט שייך אין סעודיה וכל השאר - דאס מעקט מען נישט אויס מיט מאכן שוואך די רעליגיע ע"ע ציונים [די מייסדים זענען געווען אויסגעשפראכן אנטי דת].
ג. בעצם קוק אויף די אראבער בתוככי מדינת ישראל וואס זענען נהנה פון אלע מעדני הדעמאקראטיע לערנען און שטודירן אין אוניווערסיטעט [א חלק ניכר פון די דאקטורים און הדסה שפיטאל זענען אראבער] און נאך אלץ זענען זיי מייחל ומצפה לחורבן המדינה [אן די הוספה 'בלי שום נזק וצער לבר ישראל'..].
טאקע וועגן איז חינוך אליין נישט גענוג, מ'האט געמוזט חרוב לייגן עזה אפשר וועלן פארשטיין דעי שפראך צוזאמען מיט גזירת החינוך
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

@ראטשילד שכח פאר אזא הערליכן ארטיקל!!

ס'הערט זיך ווי א געוואלדיגן פלאן.

מיין שאלה איז נאר ווי אזוי וועלן די עקסטרעם רעכטע דאס צולאזן?
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
אוועטאר
ראטשילד
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

חלק אלקי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:42 pm
@ראטשילד שכח פאר אזא הערליכן ארטיקל!!

ס'הערט זיך ווי א געוואלדיגן פלאן.

מיין שאלה איז נאר ווי אזוי וועלן די עקסטרעם רעכטע דאס צולאזן?
קיינער פרעגט זיי נישט עכט.

זיי פארשטייען אויך אז זיי זענען נישט די רוב אין מדינת ישראל.

און בחדרי חדרים וועט איתמר בן גביר אויך מסכים זיין צו אזא פלאן - ע''ע זיין ווארימע קשר צו די עמיראטן וכו' , ווילאנג די פאלעסטינער זענען מודה אז בן גביר איז באלעבאס (עפ''ל) און זיי שטעלן זיך צו - האט ער נישט קיין פראבלעם מיט זיי.
אזוי זאגט ער עכ''פ.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול


צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]

ללא חשש גילוי.
אוועטאר
ראטשילד
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

Potus האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 6:48 pm
Steve Witkoff - US Special envoy to the Middle East

א גרויסע ריעל עסטעיט מאגנעט
עס קוקט אויס ווי טראמפ האט פלענער צו מאכן ביזנעס אין די מיטל מזרח...
ריעל עסטעיט... וואסענייעס!
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול


צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]

ללא חשש גילוי.
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

רח"ל ווי וואנט משיח נאו!!!!

די מדינה הטמאה האט נישט קיין זכות קיום און ביז משיח'ס טאג ברויך מען צוריקגיין פאר 48'
שיידל
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 25, 2024 8:53 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיידל »

כמעט געשטימט 'יא' אבער כ'האב מורא ס'איז טו גוד טו בי טרו...
אפשר שמועס אביסל מער אויס אויך ווי אזא פלאן קען גיין לינקס?
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7638
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ראטשילד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:44 pm
היות כמה וכמה ניקים היושבים פה בעיר המלכות אייוועלט תובב''א האבן שוין עטליכע מאל ארויף געברענגט די ענין וואס ווערט אנגערופן " נצחון מוחלט" - א גענצליכע/טאטאלער זיג וואס כידוע איז דאס די סלאגאן וואס לויפט ארום אין מדינת ישראל, פון ביידע פאליטישע ארענעס טוט מען שטאלצירן מיט די נוסחא, די רעכטע שרייען נצחון מוחלט און די לינקע שרייען אויך נצחון מוחלט די שאלה איז נאר וואס מיינט א יעדער מיט די זאץ?

איז אזוי.

מתחיל בגנות – די לינקעווילן א טאטאלער זיג וואס דאס מיינט אראפ מיט נתניהו, אים אהיים שיקן לאנחות און פטור ווערן פון די איינציגסטע שטרויכלונג אויפן וועג צו א צוויי שטאטן לעזונג, (הגם איך האלט נישט אז עס איז ריכטיג – אבער פארט זענען די לינקע אזוי איינגערעדט) זיי וועלן דרייען א וועלט און מאניפולירן דאס גאנצע לאנד אלעס מיטן פראבע ארויס צו קעווטשן עפעס א געווינס וואס דורך דעם זאל ביבי אהיים גיין בבושת פנים.

על זה הדרך וועט מען פארגעבן און פארגעסן די אלע הויפט שולדיגע אין די שוידערליכע דורכפאל פונעם יאר הונדערט ואלו פרצופיהן למשפחותיהן יואב גאלאנט די זיכערהייט מיניסטער, הרצי הלוי די רמטכ''ל, רונן בר די ש''ב הויפט, אהרן חליווה ראש אמ''ן, וכו' וגו', די מידיע וועט זיי ארום נעמען מיט זיידענע הענטשוכעס כאתרוג ביום חופתו, מ'וועט זיך אננעמען פאר די לוזערס אלעס ווייל זיי זענען נישט בדעה אחת מיט ביבי'נען.

אלע שילדן און פלאקאטן העכער די לאקאלע שאסייען וועלן שרייען מיט קידוש לבנה אותיות אש שחורה על גבי אש לבנה " אתה הראש אתה אשם" - דו ביזט דער הויפט און דו ביזט שולדיג, מיט א שיינע אנגעצויגענע פארשווארצטע נתניהו געזיכט ארויף געשמירט… אבער די אלע אנדערע לוזערס וואס זענען נישט ווייניגער שולדיג פון נתניהו - אויף זיי וועט מען זאגן "דו ביזט דער הויפט און דו ביזט עמעזינג"!!

און רבותי, דאס איז נישט קיין ווערטל, דאס איז גראבער ווי גראב און צו מיין באדויער פראבירן זיי דאס ניטאמאל צו באהאלטן… ווען די מידיע וואלט כאטשיג פראבירט צו באהאלטן זייערע מאטיוון און געהאקט און געיאמערט אויף אלע נאציאנאלע לוזערס און א יעדער וואס האט נאר געהאט שייכות מיט די שוידערליכע אוק' 7 דורכפאל וואלט אהיים געגאנגען - החרשתי.

אבער דא זענען זיי געקומען מיט אן ארגאניזירטע פיין באצאלטער קאמפיין מיט איין ציהל אחד ויחיד וואס פראבירט איינרעדן די איזראעלי בירגער אז איין חטאת ציבור איז פאראן ושמו בנימין נתניהו. אבער אלע אנדערע חטאות ואשמים זענען ריין אן א פעלער!

און ידידיי, פראבירט נישט יעצט צו אדורך נישטערן דאס געוועב און מיך אפיר נעמען מיט ציטאטן ווי די מידיע פוינט יא מיט די פינגער אויף די אנדערע שולדיגער, די סארט 'נישט אום שבת גערעדט' שפראך קען איך אויך….

די גרעסטע אבסורד איז, אז א נאך א לענגערע צייט וואס די זיכערהייט מיניסטער יואב גאלאנט האט אינטער געגראבן זיין האר די פרעמיער מיניסטער און פשוט צושטערט זיין סטראטעגיע און די אדון איז געווען געצווינגן צו פארשיקן דעם עבד סורר - האט זיך די גאנצע אפאזיציע זיך געשטעלט אויף די אונטערשטע פיס און זיך גענומען מאכן יללות היתכן מען פארשיקט דעם געלונגענעם זיכערהייַט מיניסטער שלא היה כמוהו מימות @אבנר בן-נר ויואב בן צרויה….

און די מידיע האט נאר צוגעלייגט צו די רייכע הארמאניע און געזינגען און געקלאגט מיט אלע ק''נ טעמים ונימוקים היתכן מען ווארפט ארויס א זיכערהייַט מיניסטער אינמיטן א מלחמה.
און איך קליינע שפל ונבזה פשוטער בירגער שטייט אין א זייט פארשעמטערהייט אינגאנצן באליידיגט.

אזוי? אזוי נאריש האלט עטץ מיר? ענק מיינען טאקע אז איך בין אזא אידיאט??
נישט נאר איך, מיליאנען איזראעלי בירגער זענען באליידיגט עד עמקי נשמתם פון די לינקע מידיע קאנאלן וואס האלטן זיי פאר נערנים נבערים מדעת.

עטץ מיינט טאקע אז מ'קען פון איין זייט באשולדיגן איין מענטש מיט אלע רעות חולות און פון די צווייטע זייט באלויבן און באגריסן אלע שותפים/ארבעטער זיינע??

עטץ מיינט טאקע אז די פארלאנגען צו ארויס שטעלן די פרעמיער מיניסטער אינמיטן א קריג גייט בקנה אחד מיטן שרייען און קרייען אקעגן די אפזאגן פון די זיכערהייט מיניסטער גאלאנט??

עטץ מיינט טאקע אז די עולם איז בלינד און זעט נישט אז ווען ביבי טוט איינס שרייען ענק צוויי און ווען ער טוט צוויי שרייען ענק איינס?? א פייער אפשטעל אין עזה יעצט אויב און א מלחמה אין לבנון יעצט, מ'איז שוין ארויס א מלחמה אין לבנון איז מען ווידער נישט צופרידן און מ'וויל שוין ווייטער א פייער אפשטעל.
וועט מען מאכן א פייער אפשטעל וואס וועט ערלויבן די כאמאס/כיזבאללא זיך צוריק שטעלן אויף זייער פיס און קענען אין 10 יאר ארום ממשיך זיין מיט די איסלאמישע שחיטות - וועט מען ווידער הענגען שילדן אתה הראש אתה אשם, ומה יעשה הראש ולא יחטא?

די ענטפער איז אזוי ווי די פאלעסטינער צייטונג הארץ האט געשריבן "מה ייחשב ניצחון במלחמה הזו? כל מה שיהיה הפסד לנתניהו". - וואס וועט גערעכענט ווערן פאר א נצחון אין די קריג? אלעס וואס וועט זיין א שאדן פאר נתניהו.
◄ ווייז ספוילער
Screenshot_20241110_111758_Chrome.jpg
און דער לינקע הארץ שרייבט וואס די לינקע עולם טראכט.

אלזא זעמער שוין מער ווייניגער קלאר וואס מיינט נצחון מוחלט אליבא דלינקע.

********

סמוטריטש, בן גביר, וכת דיליה.

וואס ווילן די רעכטע רעדיקאלע פארטייען?

וויאזוי טייטשט מען בבית מדרשם די ווערטער נצחון מוחלט?

פשוט וברור.

ביי זיי מיינט נצחון מוחלט א טאטאלער פארניכטונג פון די טעראר ארגאניזאציעסאין דרום און צפון.

פארטרייבן אלע קרובי משפחה פון די טעראריסטן.

מוטיגן און ארויס העלפן פאלעסטינער בירגער וואס זענען נמאס געווארן פון די ענדלאזע מלחמות און ווילן אימיגרירן קיין אויסלאנד, שיק זיי מיט אפאר דאלאר אין טאש און פטור אן עסק.

ועל כולנה -

התיישבות!- די רעכטע חלומ'ן פון צוריק אויפבויען אלע פארחורב'טער יישובים אין עזה, גוש קטיף והגלילות זאלן צוריק באוואוינט ווערן מיט מתנחלים און די איזראעלי מיליטער זאל זיך דארט דרייען אזוי ווי אין די מערב ברעג שטחים.

ארץ ישראל באלאנגט פאר זיי - שרייען זיי, און נאר מיט בלוט וועלן זיי דאס קענען באזעצן.

אויך טענה'ן זיי (און די טענה קען איך נישט אפפרעגן) אז נאר 'התייישבות' קען ברענגען זיכערהייַט. אויב וועט מען וואוינען צווישן די אראבער מיט א שטרענגע אויפזיכט און קאנטראל פון איזראעלי קרעפטן - וועלן די פאלעסטינער נישט קענען זיך באוואפענען. אויב איז די גרעניץ אין עזה - דאן וועט מען זיך שלאגן אין עזה, אויב איז די גרעניץ אינדרויסן פון עזה - וועלן די שלאכטן אויך פארקומען אינדרויסן פון עזה… די טענה קען איך נישט אפפרעגן ווייל די היסטאריע האט אויפגעוויזן אז זיי זענען גערעכט מיט אט די טענה.

(ווער עס וויל זיך טענה'ן אויף די מציאות קען קודם גיין צו די אויגן דאקטער און דערנאך קומען זיך טענה'ן דא)

*********

און וואס וויל דער פרעמיער מיניסטער נתניהו בקלונו ובעצמו?

נתניהו וויל דאס וואס אלע רעאליסטישע מענטשן ווילן.

דאָס איז מער ווייניגער די האפענונג פון די צענטעריסטן אין מדינת ישראל און דאס איז:

זיכערהייַט! פרידן! און האפענונג.

די ווערטער הערן זיך אפשר לינק און רעדיקאל, " האפענונג?" די ווארט "האפענונג" האט באקומען גאר א זויערע טעם אין די לעצטע יארן... דאס קומט ווייל נאר די שמאלע קורץ קעפיגע לינקע גולמים האבן דאס גענוצט.

די כלל איז דאך זייער פשוט, די עתיד קען בויען נאר איינער וואס קוקט זיך צו אויף די עבר, אויב וועט איינער מאכן גראנדיעזע פלענער און חלומ'ן פון רויזע בלומען און טויבן ועלי זית בפיהם - וועט מען בלייבן מיט א זויערע איילבירטן טעם אין מויל איינמאל די שלום באלאן וועט פלאצן, און די הענט וועלן וויי טון פון די שווערע ארבעט אפצורייניגן די טויבן שמוץ…

די האפענונג פון די רעכטע צענטעריסטן איז געבויט אויף די פארגאנגענהייט און איז פעלזן פעסט אוועקגעשטעלט אויף די היסטאריע פונדאמענט.

וואס האט מען געטון מיט די דייטשע פאלק נאכן ביטערע וועלטס קריג?

וויאזוי האט מען געקענט דע-רעדיקאלעזירן א שיינע פאר חמולות פון די אראבישע איסלאמישע פאמיליע?

וואס האט געמאכט די פאראייניגטע עמיראטן, באכרעין, וכו' צו לעבן אין פרידן און פארוואנדלען די אראבישע בארטענעס אלס א גן עדן פאר טוריסטן און באזוכער?

זייער פשוט.

חינוך.

מ'האט זיי מחנך געווען דורך פארשידענע מיטלען און זיי אריין געברענגט די מערב וועלט לעבנסשטייגער און טָעֲמוּ וְרָאוּ כי טוב, די אראבישע יושבי המדבר האבן אנערקענט אז עס איז גאנץ געשמאק צו לעבן רייך און געניסן פון די מערב וועלט מאדערנע לוקסוסריעזע באקוועמליכקייטן ווי איידער צו קריכן בארוועס אויף די זאמד און שטיינער און זיך הארגענען צווישן זיך און שרייען אללא אכבאר...

און די רעשט איז היסטאריע.

דאס איז די פלאןוואס זיצט יעצט אויפן טיש פון קברניטי מדינת ישראל און איז יעצט אין די פראסעס פון זיך צוריק קערן צו די ווייסע הויז נאָך א באג וואס האט פארקריפלט די אמעריקאנער סיסטעמען נאכן אן ארגאניזירטע אטאקע דורך דעמאקראטישע העקערס וואס האט פאראורזאכט א באדייטענער אפהאלטונג פון בערך 4 יאר וואס האט שווער געמאכט צו ערגרייכן די ציהל.

נתניהו'ס רעגירונג וויל צום ערשטן אויסרייניגן די גאנצע עזה פאס פון טעראר און וואפן.

נאכן גוט דעמאלישן די גאנצע געגענט וועט מען צוריק אויפבויען די חורבנות דורך א געמיינזאמער קאאליציע וואס איז צוזאמענגעשטעלט דורך די רייכע אראבישע לענדער בסיוע ועידוד הטפסר המרומם טראמפ יר''ה.

מ'וועט אויפבויען דאס פלאץ פון דאסניי אבער נישט לאזן די פאלעסטינער מאכן שבת פאר זיך, היה לא תהיה, זיי וועלן זיך צוריק אויפבויען אינטער די אויפזיכט פון די איזראעלי טרופן וואס וועלן דארט זיצן בקביעות מקום. די מדינת ישראל מיליטער גייט זיך מער נישט ארויס ציען פון עזה. די פלאן האט מען שוין אויספראבירט און עס האט זיך נישט אויסגעארבעט.

מ'וועט אויפשטעלן נייע פרישע שולעס און אוניווערסיטעטן וואס וועלן מחנך זיין די פאלעסטינער יונגוואר על דרך הכפירה המסורה להם ע''י מדינות המערב. די ארטיגע מוניציפאלישע רעגירונג וועט זיין צוזאמעגעשטעלט דורך מעסיגע אראבער וואס האבן אנערקענט אז עס איז ענדערשער צו לעבן ווי א רייכע א''ג קנעכט אינטער די איזראעלי אקופאציע ווי איידער צו לעבן/שטארבן ווי א פרייע מארטירער צווישן פייער בלוט און שטויב.

די פלאן איז בעצם די לאנגיעריגע לינקע שלום חלום.

די לינקע האבן כל ימי חייהם געוואלט זען א פאלעסטינער לאנד בשכנות און לעבן באהבה ואחווה ורעות - די פראבלעם איז נאר געווען אז זיי האבן קיינמאל פארשטאנען אז כדי צו שלום מאכן מוז מען האבן א פארטנער וואס איז אויך אינטרעסירט דערין, די קאנצעפט פון ארויף צווינגען א שלום האט קיינמאל געארבעט און וועט קיינמאל נישט ארבעטן.

ואת''ל מה נשתנה מיט וואס איז אנדערש די פלאן פון די אלטע אסלא פלענער?

און די ענטפער איז זייער פשוט.

ביז היינטהאבן די פאלעסטינער און די איזראעליס געלעבט אינטער די שאטן פון די ערשטע נאכבא בראשית ימי המדינה, די פאלעסטינער האבן געלעבט אינטער די טראומא שטראלן און די איזראעליס האבן נאך געשפירט די זיסע טעם אין מויל פון די א''ג נצחונות בראשית ימי קום המדינה.
אבער דור הלך ודור בא, פרישע יונגען זענען געבוירן און פון ביידע זייטן האט מען פארגעסן די נאכבא, די איזראעליס האבן פארגעסן פארוואס זיי האבן געדארפט פארטרייבן די אראבער, און די אראבער האבן פארגעסן אז די איזראעליס קענען פארטרייבן….

עד שבא אותו נבל משוקץ בעל העכבר במאורה סינוואר ימ''ש און ער האט צופלאצט די באלאן פון ביידע זייטן.

ער האט געגעבן צו פארשטיין פאר די איזראעליס וואספארא מאנסטער האבן זיי ערלויבט צו וואוינען בשכנות און אויך פאר די פאלעסטינער האט ער געגעבן צו פארשטיין אז מדינת ישראל ווייסט נאך וויאזוי צו איבערמאכן די נאכבא טראץ די אינטערנאציאנאלע און אמעריקאנע פרעשור…
ביידע זייטן זענען גוט צושלאגן געווארן, דירעקטע רעזולטאטן פון פארשלאפענע פירער וואס חלומען און פאנטאזירן שלום וואס קען נישט עקזעסטירן - ויהי היום, ויקיצו משנתם והנה חלום.

אלזא, די נייע דור אין עזה איז יעצט אין געוויסע הינזיכטן גלייַך צו די דייטשע פאלק נאכן צווייטע וועלט־מלחמה, די דייטשן זענען מחונך געווארן אויף די שיטה אז די אידן זענען די מקור כל הרע שבעולם, ווער נאר פטור פון זיי און די וועסט גלייַך אנקומען אין גן עדן (היל''ת) אבער נאך אפאר יאר האבן זיי געכאפט אז זייער צעיועזשטע פירער ימ''ש האט זיי נאר געשאנקען גיהנום און נישט קיין ג''ע.

מ'האט דעמאלטס אריבער געברענגט צענדליגע דייטשע בירגער צו זען די שוידערליכע סצענעס אין די לאגערן זאלן אליינס זען און כאפן וואס פארא רציחות משונות זייער פירער האט אראפ געברענגט אויפן וועלט.

נאכן צוריק בויען דייטשלאנד און מחנך זיין די נייע דור אין ליכט פון די שוידערליכע ברוטאליטעיטן וואס זייערע עלטערן זענען באגאנגען - איז אויפגעוואקסן א נייע דור פון נעווער עיגען.

(נישט אז איך האלט אז די הלכה בידוע איז נשתכח געווארן, אנטיסעמיטיזם איז דא לדאבוננו אבער דאך נישט אויף אזא קאמערציאלע באגריף ווי די וועלט קריג צייטן.)

דאס זעלבע גייט/דארף פאסירן מיט די פאלעסטינער אין עזה.

מען גייט זיי אויפשטעלן נייע מאדערענע שולעס וואס וועט זיין געבויט לויט די מערב וועלט סטאנדארטן, מ'וועט זיי צושטעלן א נייע curriculum אויסגעשטעלט דורך די אראבישע מחנכים כדוג' יוסף חאדאד וכו', מ'וועט זיי עפענען די אויגן און געבן צו טועם זיין מזימת הארץ וואס די מערב וועלט איז געבענטשט געווארן מיט… און דאן וועלן די פאלעסטינער יונגוואר מער נישט וועלן אויפגעבן אויף זייער באקוועמליכקייט און אוועק ווארפן די געשמאקע לעבן פאר א חלום פון א אייגענע לאנד.

די בראך איז ביז היינט געווען אז מ'האט זיי נישט מחנך געווען און די איינציגסטע זאך וואס איז געלעגן אין זייער קאפ איז געווען די חלום פון באפרייען על אקצא און באקומען א אייגענע לאנד וואס וועט קענען פארמערן רציחה און טויט. - די מינוט וואס זיי וועלן כאפן אז די חלום איז מער נישט רעלעוואנט, די איינציגסטע האפענונג פאר זיי איז צו לעבן אין פרידן אין א מערב וועלט לאנד וואס הייסט פערצופאל איזראעיל. טו בעד.

די חילוק איז וויאזוי מען צווינגט ארויף א זאך אויף א מענטש, מ'קען ארויף צווינגען אויף די מענטש צו לעבן רייך און מאדערן, און אויב איז ער א פאנאטישער רעדיקאלער פארשוין וועט ער קיינמאל מסכים זיין צו דעם. און מ'קען עפענען די אויגן און אליינס געבן צו טועם זיין פון די מאדערנע לוקסוסריעזע באקוועמליכקייטן. דעמאלטס האט עס א צווייטע פנים.

לענינינו - וואס עס גייט זיך אויסלאזן ווייסט נאר איין יחיד ומיוחד.

אבער אז מען פרעגט פון א פאליטישער שטאנדפונקט וואס איז זייער פלאן?
קען איך פראבירן צו ענטפערן און זאגן

"אט דאס איז בנימין נתניהו'ס פלאן".

(און די אלע לינקע וואס האבן געדרייט א קאפ מיט די "טאג נאכן מלחמה" - די ענטפער פאר ענק איז אז בשעת א מלחמה קען מען נישט לאזן וויסן פאר שונא אז מ'פלאנירט שוין פלענער פאר נאכן מלחמה, די פיינט דארף וויסן אז די ענדע גייט זיין די טויט. נאכן גוט צוקלאפן ווען די פיינט האט זיך אונטערגעגעבן און אויפגעגעבן - דעמאלטס קען מען אנהייבן צו רעדן פון א פלאן אויף די טאג דערנאך.)

און צו די אלע וואס פרעגן צו די פלאן קען געשען אין די קארגע צוויי חדשים ביז ווען טראמפ גייט אריין אין אפיס - די ענטפער אויף דעם איז "ניין" און די נייעס איז אז טראמפ ווייסט אויך דערפון...
פאר מער איבער די טראמפ פראגע זעט דא:

viewtopic.php?p=5551605#p5551605




אזוי ווי עטליכע האבן געפרעגט פון ווי נעם איך די גראנדיעזע פאנטאסטישע פלאן, דאס איז נישט מיינע געדאנקען און אויך נישט מיינע עצות , איך ארבעט נישט ביי זיי ח''ו - דאס האב איך סה''כ געהערט פון אסאך רעגירונג איינגעשטעלטע במשך די לעצטע יאר...
נתניהו האט אביסל גערעדט דערוועגן, רגב, סמוטריטש, מיקי זוהר, ישראל כ''ץ, וכו' וכו'
איך קען נישט נאכזאגן בשמם - ווייל דאס גייט נישט ברענגען קיין גאולה לעולם...

איך זעלבסט האלט איך אז די פלאן וועט זיך אפשר אביסל אויסארבעטן, אבער די סכסוכים וועלן בלייבן ביז ביאת הגואל בב''א.
ישחקו הנערים לפנינו און יושב בשמים ישחק וישלח לנו את הגאולה האמיתית.
ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 2:42 pm


איך האף זייער שטארק אז דאס וואס רבי האי גאון שרייבט זאל טאקע יעצט מקוים ווערן.


"רב האי גאון בתשובתו "על ענין הישועה" כותב וז״ל: וששאלתם לפרש לכם איך תהיה הישועה מתחלה ועד סוף ותחית המתים ושמים חדשים? אם באתי לפרש כל דבר ודבר עם דקדוקיו יעלה הזמן, אבל אני מגיד כללות שלכל דבר ואומר: בהותר משני הקץ שמונה שנים הן שני תחלת הישועה שנתנו חכמים בהן סימן ואמרו שבוע שבן דוד בא וכו׳ בו בשבוע תמלוך אדום על ישראל לא פחות מט' חדשים ולא יותר על ג׳ שנים, יען כי ישראל לא יקחו המלכות אלא מיד אדום שנאמר והיה אדום ירשה וגו' וירד מיעקב, אחרי אשר לקחו אדום את המלוכה מיד אשור שנאמר וצים מיד כתים וגו׳, אחרי אשר לקחו אשור את המלוכה מיד הקינים שהם המדינים שהם הישמעאלים שנאמר כי אם יהיה לבער קין וגו׳. לפיכך כשאנו רואים ששלטה אדום בארץ ישראל אנו מאמינים שהתחילה ישועתנו שנאמר ועלו מושיעים וגו׳"


טראמפ איז נאך אזא אדום ווי עשו.


א דאנק פארן ליינען, פאר מזוזות און אנדערע צרכי סת''ם קען מען זיך ווענדן צו מיר אין אימעיל
ולמצוה גדולה יחשב.
דא שטייט:
וואס איינעם'ס פלאן איז?
וואס דיין פלאן איז?
וואס דו ווילסט זאל געשעהן?
וואס דו פרעדיקסט גייט געשעהן?

ענטפער זי שיין, באראן!
שיידל
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 25, 2024 8:53 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיידל »

@ראטשילד פון ווי קומט דיין הנחה אז די נייע דור פאלעסטינער זענען גרייט פאר דעם?

(זיי האבן למעשה אריין געוואוט כאמאס נישט לאנג צוריק, מיינסט צו זאגן אז די יעצטיגע מלחמה האט זיי געטוישט?
אויב יא מהיכי תיתי?)
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

נישט לאנג צוריק?? 19-20 יאר צוריק...
אוועטאר
ראטשילד
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

שיידל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 10:43 pm
@ראטשילד פון ווי קומט דיין הנחה אז די נייע דור פאלעסטינער זענען גרייט פאר דעם?

(זיי האבן למעשה אריין געוואוט כאמאס נישט לאנג צוריק, מיינסט צו זאגן אז די יעצטיגע מלחמה האט זיי געטוישט?
אויב יא מהיכי תיתי?)
די מערב ברעג פאלעסטינער זענען געהעריג נישט גרייט.
די עזה פאלעסטינער זענען שוין מער ווייניגער גרייט - ווייל נאכן עסן כריין מיט שטויב פאר א יאר ברציפות - רעדט מען שוין אנדערש.

די מהלך איז געבויט לויט די היסטאריע נאכן ערשטען נאכבא האבן די פאלעסטינער ביהעיווט ווי לעמעלעך, מ'האט געקענט גיין שאפינג אין דזשענין און אין עזה.

די פראבלעם האט זיך אנגעהויבן ווען די לינקע האבן זיי געפיטערט מיט כל טוב וטוב אבער אן קיין געהעריגע חינוך - מ'האט זיי געגעבן די עס צייג אבער מ'האט זיי נישט אויסגעלערנט אז א קאפל איז געמאכט געווארן צו עסן און נישט צו שטעכן.

די עיקר בראך האט זיך אנגעפאנגען נאך די אסלא אפמאך וואס דעמאלטס האבן די פאלעסטינער געהויבן דאס קאפ.

אינטערשטע שורה - איך גלייב נישט אזוי שטארק אז עס וועט זיך אויסארבעטן, איך האב נאר אראפגעשריבן וויאזוי איך פארשטיי די סוגיא נאכן הערן כסדר'דיגע אינטערוויאוס דורך די ארטיגע רעגירונג באאמטע.

איך האלט אז די סכסוך וועט זיך ציען עדי ביאת הגואל און אפשר וועט רבי האי גאון'ס ווערטער מקויים ווערן לעינינו און אדום וועט איבער געבן ארץ ישראל פאר בן ישי. (און נישט בן גביר).
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול


צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]

ללא חשש גילוי.
אוועטאר
ראטשילד
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 9:09 pm

דא שטייט:
וואס איינעם'ס פלאן איז?
וואס דיין פלאן איז?
וואס דו ווילסט זאל געשעהן?
וואס דו פרעדיקסט גייט געשעהן?

ענטפער זי שיין, באראן!
דאס איז א פלאן וואס איז קיינמאל אפיציעל ארויס געגעבן געווארן - אבער דאס איז די ריכטונג צו ווי מדינת ישראל ציהלט.

מיין פלאן איז צו וויטער דאווענען און בעטן פאר די גאולה השלימה, מיטהאלטן די נייעס, שרייבן און קאמענטירן אויף אייוועלט, און האפן אז די פרייזן פון טיקעטס קיין ארץ ישראל זאלן זיין ביליגער ווי יעצט.

איך וויל אז די אייבערשטער'ס רצון זאל ווערן אויסגעפירט ושבו בנים לגבולם ברוחניות ובגשמיות.

מיין פרעדיקשן איז בערך אזוי ווי עפעס א וואוילער איד האט מסביר געווען פארוואס זיין קינד שטעלט זיך נישט אין מיליטער:
למה בני מרדכי לא מתגייס לצהל.png
למה בני מרדכי לא מתגייס לצהל.png (289.67 KiB) געזען 73 מאל
הגם די ענטפער איז נישט אינגאנצן ריכטיג - די סיבה פארוואס מ'שטעלט זיך נישט איז צוליב דעם וואס איז א צבא השמד צבא מינות וכו'

אבער די געדאנק איז פשוט - כל זמן די אידן פירן זיך נישט אויף בדרך התורה וועט שלום ושלוה נישט זיין.

דאס איז נישט קיין פרעדיקשן נאר דאס איז א בפירושע פסוק.

ויה''ר שילמדו תועים בינה (וגם אני בתוכם)
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול


צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]

ללא חשש גילוי.
שיידל
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 25, 2024 8:53 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיידל »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 10:44 pm
נישט לאנג צוריק?? 19-20 יאר צוריק...
'לאנג' איז רעלאטיוו,
זיצן אין תפיסה 19 יאר איז זייער זייער לאנג, אבער אין 19 יאר צו טוישן אזעלכע ראדיקאל אידעאלאגישע חברה איז נישט אזוי לאנג
אוועטאר
ראטשילד
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

שיידל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 12:00 am
פאראיעריגער שניי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 10:44 pm
נישט לאנג צוריק?? 19-20 יאר צוריק...
'לאנג' איז רעלאטיוו,
זיצן אין תפיסה 19 יאר איז זייער זייער לאנג, אבער אין 19 יאר צו טוישן אזעלכע ראדיקאל אידעאלאגישע חברה איז נישט אזוי לאנג
קוק אביסל אויף די ווידעאס פון עזה - די קושי השעבוד האט פארטאפלט די 19 יאר.

מ'האט זיי געמאכט די חורבן פון די יאר הונדערט.

אזעלכע קלעפ פארגעסט מען נישט אזוי שנעל... (פארשטייט זיך אז דאס איז א רעזולטאט פון זייער אוק' 7 שחיטה )
לעצט פארראכטן דורך ראטשילד אום דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 12:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול


צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]

ללא חשש גילוי.
שיידל
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 25, 2024 8:53 pm

Re: עזה איז שוין חרוב, וואס איז די פלאן ווייטער? - אנאליז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיידל »

ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 12:04 am
שיידל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 12:00 am
פאראיעריגער שניי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 10:44 pm
נישט לאנג צוריק?? 19-20 יאר צוריק...
'לאנג' איז רעלאטיוו,
זיצן אין תפיסה 19 יאר איז זייער זייער לאנג, אבער אין 19 יאר צו טוישן אזעלכע ראדיקאל אידעאלאגישע חברה איז נישט אזוי לאנג
קוק אביסל אויף די ווידעאס פון עזה - די קושי השעבוד האט פארטאפלט די 19 יאר.

מ'האט זיי געמאכט די חורבן פון די יאר הונדערט!
כ'פארשטיי, כ'האב אים נאר געענטפערט וואס כ'האב געמיינט צו זאגן פאר דיין תירוץ
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”