דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יונה פון נינוה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:44 pm

דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פון נינוה »

פון ווען איך בין אריין אין כיתה ב', האבן מיר מיינע רבי'ס אייביג געהייסן ברענגן א חומש ווען די פאריגע חומש מיט די פרשיות וואס איז דעמאלסט געגאנגען האט שוין נישט פינקצענירט.
און איך בין שטייצעך אייביג געווען די שלימזל וואס האט עס אייביג אויפגעגעסן צו ברענגן, און מיינע רבי'ס האבן מיר אייביג געצימבלט און פרובירט מיט אלע זייערע טאקטיקן מיר צו מאכן ברענגן דעם דאזיגן חומש. צו מיטן מיר הייסן מאכן א קניפ אויף מיינע צוויי געדרייטע לאקעלעך אויף די זייט פון מיינס א קאפ, צו מיט אנדערע עטישע מהלכים. און א'חוץ אז איך האב מיר ארום געדרייט מיט א צוקניפטן פיאה, האט ער גארנישט אויפגעטיען.
טיילמאל האבן זיי זיך געבייזערט און מיר געפרעגט דעם בעל שם טוב'ס קשיא, "זאג נאר, דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגן?"
ס'איז א בחינה פון ווען איך האב פאר א מיסטעיק פארגעסן זיך צו באנוצן מיטן הכנות צימער ביי לאנטש, און ווען איך האב געזעהן אז ס'איז כלו כל הקיצים, האב איך אויפגעהויבן מיינע צוויי פינגער עד רקיע השמים, בשעת ווען פון מיין מויל שעפשעט זיך אונטער הא הא הא, צוליב מיר האבן קבלה פון אונזערע זיידעס אז ווען מען שעפשעט זיך אינטער די ברימערייאכץ, ברענגט דאס שנעלערע ריזאלטאטן...
און ווען מיינע רבי האט פיינעלי דיסייטיט צו זיך קומערן מיט מיינע געשפשערייאכץ, און איך האב געזאגט מיין פשוטע פרומע בקשה אז איך ברויך ארויסגיין, איז גלייך צוריק געקומען עפרון החיתי'ס קשיא, "ביסט געגאנגען ביי לאנטש?"

קענסטו מיר מסבירן וואס די חוצפה און הפקירות דאס איז געווען?
וואס האט רעכל מיט מעכל?

פארשטייט זיך אז זיין טיש מיט א אמה ארום דעם איז אייביג געוועזן מקצה.
אבער שוין, לאמיר נישט פארקריכן.

צו ווען איך בין געקומען שפעט צו פארטאגס, און מיין מגיד שיעור האט מיר געפרעגט צו אויב איך וואלט געדארפט אויפשטיין פרי צו א טריפ, צו איך וואלט אויך אנגעקומען שפעט?!


ווען איך האב פארוויילט אין מיינע ישיבה יארן נישט מער געדאכט כולם שוין לטובה, האבן מיר אייביג געדארפט ברענגן גמרות, טיילמאל א בלויע, טיילמאל א רויטע להגדיל תורה ולהדירה.
און ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז כ'האב אייביג געברויכט זיכן מיין גמרא און כ'האב געספענד א לאאט אויף טיים דזשאסט צו זיכן מיין גמרא. ביז ד'רוילעם האט מיר אויפגעקלערט די סוד ווי אזוי ס'ארבעט, אז יעדער איז משפיע אנהייב זמן א גמרא, ומשם ואילך ביסטו בארעכטיגט צו נעמען עני גמרא פונעם שלחן, א בחינה פון שיבעודה דר' נחום, אזוי האט יעדער אייביג א גמרא, און ס'הערשט עטוואס עפל סדר בכדיר העולם.

אלזא, לאמיר צוקומען צום פאנטש ליין. ס'איז באוויסט לכל ואחד ואחד אז די אייטעם הנקרא שירעם וואס איז געמאכט צו באשיצן פון רעגן, אויב דו ברענגסט דאס אין ס'מדרש, איז עס א בחינה פון א זיכערע סוסייד מישען...
און איך געדענק נאך ווען דו פלעגסט אוינען א שירעם...
און די לוי' וועט ארויס גיין צוועלעף אזייגער פונעם לאקאלען בית מדרש. אוי איז ער געווען א גיטן שירעם. געדינט דעם תפקיד. אלעמאל געווען געטריי. געארבעט פאר מיר בכל עת ובכל שעה.
אבער נאכן עס ברענגן איינמאל אין ס'מדרש און עס אריין געפארקט אויפן הענגער, און נאכן דאווענען האבן מיר נאר געקענט שלום מאכן מיטן מצב, און האפן אז די נייע אוינער וואס האט עס געלאקכענט פון מיר, זאל עס כאטשיג ניצן אויף גיטע פלעצער.
ליסען, כ'האב נישט קיין טענות, צוליב איך האב געטיען די זעלבע זאך נעכטן. פון ווי מיינסטו האב איך די שירעם?!

סאו לאמיר צוקומען צו מיין מיליאן דאלער,דיגע קשיא און צונעמען די זאך אויף קליין געלט.
פארוואס ברויך איך יעדן טאג קויפן א נייעם שאל?
פארוואס זאל דאס נישט צוגיין גענוי די זעלבע מהלך פינעם שירעם אז יעדן טאג איז מען קונה א אנדערענס דורך א שינו רשות?
פארוואס ברויך איך מיר אויסזעקלן מיינע קעשענעס צו זיך איינהאנדלען א יעדן טאג נאך איינס?
למה ה'שאל ניגרע?
ס'איז עפעס א ראזשינקע?

די עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען מיט קאמענטארן...
ווען מען הערט א פייף, מישט מען אריבער!!
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

😅🤣😂
איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן....

יא יא א מוירעדיגע פאוינט...
די זעלבע דארף אויך זיין מיט די קלאָטשן ביי די שניי סיזאן...
בערשטל
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 5:57 pm

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערשטל »

העהע...
שווערע דעגות...
אוועטאר
יונה פון נינוה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:44 pm

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פון נינוה »

ארטיסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 2:36 am
😅🤣😂
איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן....

יא יא א מוירעדיגע פאוינט...
די זעלבע דארף אויך זיין מיט די קלאָטשן ביי די שניי סיזאן...
די חילוק פון קלאֵטשן איז אז געווענליך די מענטשן וואס זענען מקיים דעם מצוה פון בשבילי נברא העולם, און לאקכענען שירעמעס, בלייבן געווענליך מיטן קלאֵטשן אין ס'מדרש, צוליב זיי טראגן שטייפע עס און עס שיך, און ס'איז עטוואס שווערליך זיי צו אויסטיען, במילא ברויכן זיי נישט צוקומען צו נונזערע טובות!!
היינו טעמא ד'קלאֵטשנס היינו טעמא ד'קוטשמעס!!
ווען מען הערט א פייף, מישט מען אריבער!!
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4161
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

כ'ווייס נישט וואס דו רעדסט.

ביי אונז האט מען געוואוסט אז 'שאל אביך' מיינט מען בארגט זיך א טאטע. אויב שאל בארגן, פאווא זאל מען נישט לכתחילה שאל'ן א שאל?
א געשפעט האב איך
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »


יוש איך קען נישט סטאפן לאכן....
ביסט פיינע נייעס דו! א גוטע שריפט! שרייב מער אפט!
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
חבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2015 12:28 pm

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר »

יארמע רב זז"ג פירט זיך אזוי לכתחילה!

פיינע שריפט!.

להערה בעלמא: היי יאר צילוב'ן עצירת גשמים לוינט נישט צו גרינדן אזא גמ"ח
דער מענעדזשער
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

צק: יא
כ'האב געמוזט אהיימגיין מיט די וואכעדיגע הויזן פון מקוה עשב"ק.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
לעצטע ווארט
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 23, 2023 1:01 am

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעצטע ווארט »

זאגט מיר א איד אז ער נעמט נאר א שירעם מיט א נאמען, אזוי ווייסט ער פון וועם זיך צו וואטשן
איך סופארט דעם כולל אינגערמאן
נייהויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע:ווי בינעך דא ?

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

יונה פון נינוה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 2:34 am

טיילמאל האבן זיי זיך געבייזערט און מיר געפרעגט דעם בעל שם טוב'ס קשיא, "זאג נאר, דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגן?"

איך האב אייביג געוואלט ענטפערן ווען איך בין נישט געקומען אין חדר, אז מיין הויזן האט מיך פארגעסן צו ברענגען.

שטייטסעך אל תפתך פה לשטן, כאבעס קיין מאל נישט ארויס געזאגט ח"ו.

למעשה ביזטו גווווט
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3611
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »



זיס געשריבן
אוועטאר
כן תהיה לנו
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2024 3:04 pm

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כן תהיה לנו »

וואס הייסט? כ'פארשטיי נישט בכלל דיין קשיא! ס'מיפרך פון אנהייב!
לא ראי זה כראי זה!
די שירעם ווי נישט ווי קוקן זיי אלע אויס אייניג ווי די סאלדאטן פון קים דזשאנג אן, משא"כ די שאל טראגט איינער א וואלענע, איינער א זיידענע, איינער א פלאסטישע, אזוי אויך יעדער מיט זיין דיזיין... דו ווילסט נישט מארגן אריינקומען אין ס'מדרש: "העי, יונה, ביסטו זיכער דאס איז דיין שאל? כ'האב נעכטן געזען יאנק'ל עס אראפנעמען פונעם לעצטן באנק אין ביהמ"ד..."
גיבט אכטונג!
נעמען סיי וועלכע פסקים, עצות און הדרכות פון אייוועלט אויף למעשה - קען זיין שעדליך פאר אייער געזונט...
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »



וואס די האסט אלס צאמגאווארפן דא!..

שרייב אפטער!!
האסט מיר א גוטע איידיע פאר אן אינטערשריפט?

אישי!
אוועטאר
יונה פון נינוה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:44 pm

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פון נינוה »

חבר האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 11:26 am


להערה בעלמא: היי יאר צילוב'ן עצירת גשמים לוינט נישט צו גרינדן אזא גמ"ח
געוואלד און געשריגן, וואס האט רעגן מיט שאֵלן?
כ'האב מורא אז איר זענט א בעל הבית פון א דריי גודס געשעפט, און איר זענט א נוגע בדבר!!
ווען מען הערט א פייף, מישט מען אריבער!!
אוועטאר
יונה פון נינוה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:44 pm

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פון נינוה »

כן תהיה לנו האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 12:41 pm
וואס הייסט? כ'פארשטיי נישט בכלל דיין קשיא! ס'מיפרך פון אנהייב!
לא ראי זה כראי זה!
די שירעם ווי נישט ווי קוקן זיי אלע אויס אייניג ווי די סאלדאטן פון קים דזשאנג אן, משא"כ די שאל טראגט איינער א וואלענע, איינער א זיידענע, איינער א פלאסטישע, אזוי אויך יעדער מיט זיין דיזיין... דו ווילסט נישט מארגן אריינקומען אין ס'מדרש: "העי, יונה, ביסטו זיכער דאס איז דיין שאל? כ'האב נעכטן געזען יאנק'ל עס אראפנעמען פונעם לעצטן באנק אין ביהמ"ד..."
פיינעלי רעדט שוין איינער עטוואס דברים של טעם.
אבער איך בין נאכנישט צופרידן.
אני צריך עוד חילוקים.
איך האב נאכנישט מוותר געווען אויף מיין איבריגע גרינע טאלישן וואס איך ברויך ארויסנעמען פון מיין אויסגעזעקעלטע קעשענע א יעדע צווייטע טאג!!
ווען מען הערט א פייף, מישט מען אריבער!!
די גוטע פעטער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:02 pm

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גוטע פעטער »

איך האב דיר גיטע נייעס אז לאוו דווקא א שאל און שיראם
אויכעט פלייש נישט סטם פלייש נאר צינג פלייש
די בעל השבת עבידה און בנין בראך האט מיר לעצטענס געוויזן וואס מענטשן לאזן דארט אלץ איבער
צווי פעקלעך צינג פלייש laundry detergent ועוד
לעצט פארראכטן דורך די גוטע פעטער אום דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 3:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כן תהיה לנו
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2024 3:04 pm

Re: דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כן תהיה לנו »

די גוטע פעטער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 2:11 pm
איך דיר גיטע נייעס אז לאוו דווקא א שאל און שיראם
אויכעט פלייש נישט סטם פלייש נאר צינג פלייש
די בעל השבת עבידה און בנין בראך האט מיר לעצטענס געוויזן וואס מענטשן לאזן דארט אלץ איבער
צווי פעקלעך צינג פלייש laundry detergent ועוד
אוי אוי אוי... הייב נישט אן מיט זאכן וואס מענטשן לאזן איבער אין פלעצער.
בייגעלייגט זענען בילדער פון חפצים וואס מענטשן האבן איבערגעלאזט דעם חוה"מ סוכות אין א פארק וואס איז געווארן ארויסגעדינגען דורך אידן.
רבש"ע! וואס טוט ער מיט tools אין פארק חוה"מ סוכות? אפשר אויב זיין שווארץ-אפל-פונעם-אויג קינד בלייבט שטעקן אויפן רייד? קען זיין...
צ"ק עס איז אן ערנסטע פראבלעם, מען דארף דאס געהעריג שוקל זיין...
unnamed.jpg
unnamed.jpg (241.77 KiB) געזען 104 מאל
unnamed (20).jpg
unnamed (20).jpg (238.74 KiB) געזען 104 מאל
unnamed (38).jpg
unnamed (38).jpg (189.52 KiB) געזען 104 מאל
גיבט אכטונג!
נעמען סיי וועלכע פסקים, עצות און הדרכות פון אייוועלט אויף למעשה - קען זיין שעדליך פאר אייער געזונט...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”