נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ברדלס
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

וואס מיינט דער טראמפ געווינס פאר מאסק'ס ספעיס פראגראם?
מאך נישט קיין ריס, וועסטו נישט ברויכן קיין לאטע...
מי הוא זה
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

ברדלס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 12:58 pm
וואס מיינט דער טראמפ געווינס פאר מאסק'ס ספעיס פראגראם?
דעס מיינט עס..... ער האט נישט געארבעט פאר טראמפ אומזינסט....
אטעטשמענטס
Screenshot_15.jpg
Screenshot_15.jpg (266.87 KiB) געזען 933 מאל
נאך א וועג וויאזוי זיך אריינצוגליטשן צי ביטקוין פאר אומזינסט - אויף א קליינעם פארנעם - אבער פרוטה לפרוטה מצטרפת, איז דורך ניצן FOLD

https://use.foldapp.com/r/7H7LRAA7

געדענק, בעזר השם גייט איין סעט (SAT) זיין אסאך מער ווערט ווי איין דאלער....
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5297
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ממה נפשך האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:14 am
שטארק נישט מסתבר אז אילאן זאל זיין צו שטארק אינוואלווד אין די אדמיניסטראציע. ער וויל נאך קענען פירן זיין טעסלא און ספעיס עקס קאמפאניס אן קיין געריכטן.
אוועטאר
טשעק-באקס
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 01, 2024 10:05 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעק-באקס »

ברדלס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 12:58 pm
וואס מיינט דער טראמפ געווינס פאר מאסק'ס ספעיס פראגראם?
לאו דווקא מאסק, טראמפ פאר זיך איז א גרויסע פרייד פאר ספעיס ליבהאבער

פאר ווער עס ווייסט נישט - טראמפ איז דער וואס האט וואס האט אונטערגעשריבן צוריק צו גיין צו די לבנה

איך גלייב אז ער וועט עס ווייטער שטופן, און צוזאמען מיט מאסק וועט מען קענען צוענדיגן די לבנה צוריקקעיר.
Screenshot 2024-11-06 214930.png
Screenshot 2024-11-06 214930.png (30.13 KiB) געזען 766 מאל
אוועטאר
מוצלח
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:38 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוצלח »

ממה נפשך האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 12:50 pm
א מעגליכע דעיט פאר סטארשיפ 6 ארויסגעלייגט. נאוועמבער 18.
Are they going for a ship catch?
Be positive
אוועטאר
קאלטער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 7:43 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטער »

ברדלס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 12:58 pm
וואס מיינט דער טראמפ געווינס פאר מאסק'ס ספעיס פראגראם?
יעדע ריר וואס ער טוט דארף ער אפרוועלס פון די גאוערמענט און דעיס איז איין זאך וואס גייט זיכער ווערן בעסער פאר אים

ער דארף עפראוועל פון די FAA פאר יעדע לאונטש
כמעט יעדע מאל איז ער גרייט צו ארויפשיסן און עס ווערט פארשלעפט נאר וועגן די גאוערמענט

נאך א משל ווי ממש א נארישע זאך געט אים קאפוויי
בשעת ווען די ראקעט פלייט ארויס שפריצט מען וואסער אויף די לאונטש פעד און ווייל ס'איז אסאך וואסער דארף ער אפרוועלס פון די EPA און איינער פון די מאל האט ער געדארפט ווארטן אפאר וואכן נאר אויף אפרוועלס פון EPA

אויב קען טראמפ דעיס גרינגער מאכןאר אים און אלעס זאל נאר ווענדן אין ספעיסעקס קען מען זעהן זאכן זיך רוקן אסאך שנעלער
אין עוד מלבדו!!!!!
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

קאלטער האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 9:46 am
ברדלס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 12:58 pm
וואס מיינט דער טראמפ געווינס פאר מאסק'ס ספעיס פראגראם?
יעדע ריר וואס ער טוט דארף ער אפרוועלס פון די גאוערמענט און דעיס איז איין זאך וואס גייט זיכער ווערן בעסער פאר אים

ער דארף עפראוועל פון די FAA פאר יעדע לאונטש
כמעט יעדע מאל איז ער גרייט צו ארויפשיסן און עס ווערט פארשלעפט נאר וועגן די גאוערמענט

נאך א משל ווי ממש א נארישע זאך געט אים קאפוויי
בשעת ווען די ראקעט פלייט ארויס שפריצט מען וואסער אויף די לאונטש פעד און ווייל ס'איז אסאך וואסער דארף ער אפרוועלס פון די EPA און איינער פון די מאל האט ער געדארפט ווארטן אפאר וואכן נאר אויף אפרוועלס פון EPA

אויב קען טראמפ דעיס גרינגער מאכןאר אים און אלעס זאל נאר ווענדן אין ספעיסעקס קען מען זעהן זאכן זיך רוקן אסאך שנעלער
און די גאווערמענט - האט - בעפארצוגט די נישט קאמפעטענטע בויאינג (ספעיס אפטיילונג) מיט זייער סטארליינער
אבער זענען געצווינגען צו לאזן ספעיס עקס - ווייל די סטארליינער האלט נישט אין ערגעץ

בויאינג האט געקריגן 4.2 ביליאן צו בויען די סטארליינער וואס האלט נאך אלס נישט אין ערגעץ - כמיין... די ערשטע סטארליינער קרו איז נאך סטאק אין ISS

ספעיסעקס האט געקריגן נאר 2.6 ביליאן - און געווען פארטיג 4 יאר פאר בויאינג (וואס איז שוין פערטיג אבער נישט סעיף צו מאכן א ראונדטריפ)
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

מי הוא זה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 11:18 am
ממה נפשך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 10:05 am
עלאן מאסק האט ארויסגעלייגט א ווידעא אויף סאשעל מידיע ווי ער שפילט א ווידעא געים בשעת'ן אויסהערן א ספעיס עקס אינדזשעניר רעדן צו אים.

"די סטארשיפ 5 בוסטער איז געווען א סעקונדע אפגעריקט פון א קראך לאנדונג אויף דער ערד נעבן די לאנדונג טאוער. אונז זענען געווען אזוי נאנט צו דעם"

"אה דאס איז שרעקעדיג" און ער שפילט ווייטער מיט די מענטשעלע וואס לויפט אוועק פון אנדערע מענטשעלעך...

"אונז ארבעטן יעצט צו פאררעכטן דעם פראבלעם, אבער אן די FAA אין וועג דאס מאל פראביר מיר אונז צו באלאנסירן נישט צו פארשטייטערן דעם קומענדיגן טעסט צו סאך"

"אה דאס איז גוט" און ער שיסט ווייטער די דאמי מענטשעלעך אויפן סקרין...
https://drive.google.com/file/d/18udyOM ... sp=sharing
ער איז איינע פון די צוואנציג בעסטע ווידיאו געים שפילער אין די וועלט
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5297
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

מוצלח האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 8:08 am
ממה נפשך האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 12:50 pm
א מעגליכע דעיט פאר סטארשיפ 6 ארויסגעלייגט. נאוועמבער 18.
Are they going for a ship catch?
ניין. ווי געמאלדן נוצן זיי דאס מאל די זעלבע FAA אפראוועל ווי די פריערדיגע וואס האט נאר אנטהאלטן א בוסטער קעטש.
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5297
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

געטראפן די חלומות פון סטארשיפ און מארס... קוקט שוין אויס נענטער ווי ווייטער.
ניין דו האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 9:44 pm
האסטו געוואלט זען וויאזוי מארס גייט (אפשר - נישט) אויסקוקן יארן ארום? איך אויך...
אויב ביסטו נייגעריג, דאן לאז איבער א לייק און זעה...
מארס בימים ההם.
נ.ב. אויב איז בטעות אריינגעפאלן אדער פארזען געווארן א ראיה וואס איז נישט אויסגעהאלטן, ביטע מיר שיקן אן אישי.
אזוי אויך אויב האסטו הנאה ביטע לאז איבער א לייק, אז איך זאל וויסן אז מען האט הנאה פון די סארט ווידיאוס.
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5297
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אפאר נייעסלעך וואס זענען נישט באריכטעט געווארן דא.

ספעיס עקס דרעגאן וואס איז יעצט אין ספעיס האט דורכגעפירט א סטאנציע-ארביט-אויסגראדונג מענאווער. וואס דאס מיינט אז די דרעגאן שטופט אביסעלע די גאנצע סטאנציע אויסצוגלייכן איר געלויף אינעם ארביט וואו זי איז.

אזא אקציע איז רוטין פאר די סטאנציע וואס כאטש ס'איז אין ספעיס מיט זערא גראוויטי ווערט עס דאך אביסל צוגעשלעפט צו די וועלט'ס אטמאספערע און דארף יעדע שטיק צייט ווערן אויסגעגראדט.

דאס איז די ערשטע מאל וואס דרעגאן טוט דאס, און לויט ספעיס עקס וועלן זיי נוצן די דאטא פאר די עווענטועלע די-ארביט מיסיע אין 2030, ווי באריכטעט פריער .

---

בלו ארידזשין האט ארויסגענומען זייער נייע "ניו גלען" ראקעט צום ערשטן מאל פארן פאבליק, זיך גרייטנדיג פאר א טעסט ארויפשיס נאך אין 2024. ווי אמביציעז עס הערט זיך פלאנירן זיי צו לאנדן די ערשטע טעסט ראקעט אויף א לאנדונג שיף אין וואסער - א זאך וואס האט גענומען פאר ספעיס עקס יארן צו דעוועלאפן.

מער איבער דעם ראקעט דא .

Screenshot_20241114_121256_Chrome.jpg
Screenshot_20241114_121256_Chrome.jpg (384.39 KiB) געזען 176 מאל
---

די דרעגאן Crew 8 האט אריבערגעמופט צו א נייע פארט אויפן אינטערנאציאנאלן ספעיס סטאנציע, דארט וואו זי האט אריגינעל געדארפט זיין נאר האט נישט געקענט צוליב וואס די באואינג סטארליינער איז דארט געבליבן לענגער ווי געפלאנט. דאס אריבערגיין יעצט איז צו מאכן פלאץ פאר די Crew 9 דרעגאן וואס איז ארויסגעפארן א טאג שפעטער.

ווען אזא אקציע קומט פאר, כאטש וואס סנעמט אינטער א שעה, מוזן אלע אסטראנאטן זיך אריינזעצן אינעם שיף פונקט ווי ביים אהיימפארן. דאס איז פאר סעיפטי אז אויב ער קען זיך נישט צוריק באהעפטן צו די סטאנציע פאר סיי וועלכע סיבה וועלן זיי גלייך אהיימפארן און נישט בלייבן סטאק אין ספעיס. דאס מיינט אז די צוויי באואינג אסטראנאטן האבן זיך אריינגעזעצט צוזאמען מיט די אנדערע צוויי נאסא אסטראנאטן, וואס זיי זענען געפלאנט אהיימצוקומען צוזאמען אום פעברואר 2025.
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5297
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

סטארשיפ 6 גייט פארקומען נאוועמבער 18 אין די נאכמיטאג שעות כדי אז די סטארשיפ לאנדונג אינעם וואסער זאל זיין ווען ס'איז ליכטיג אז די אבזערווירער שיפן אין די געגנט און ווי אויך די קעמערעס זאלן קענען בעסער אבזערווירן די טעכנישע דעטאלן בשעת'ן לאנדן.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”