מעגליכע היסטארישע אויפדעקונג - ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפיצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ברדלס
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

גא"מ

@ייחוס זוכער הייב אן!
מאך נישט קיין ריס, וועסטו נישט ברויכן קיין לאטע...
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

פתחיה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 12:21 pm
אויב איז ער למעשה געווען אין דעם קעלער און דארט אוועק, פארוואס זאל עס זיין דמיונות אז זיין קבר איז דארט?
ווייל ווער זאגט אז:

1. ער איז אוועק אין די בונקער ? אפשר איז ער געכאפט געווארען אדער געלאפט ווייטער
2. אפשר איז ער יא דארט אוועק אין מען האט במסי"נ געטראגען צו א דערנעבענדיגען ביה"ח
3. אפשר איז ער דארט אוועק און די עולם איז אנטלאפען, און אנדערע האבן שפעטער אוועקגעפירט צום חצר אדער מקום אחר

בקיצור מען רעדט דא פון ימי הרס עולם וואס זאכען זענען נישט געגאנגען לויט ווי מיר טראכטען, כל זמן עס איז נישט דא קיין קלארע עדות זעה איך נישט פארוואס מען דארף עס גלייבען, אויב איז דא א חלל קבר זאלן כהנים חושש זיין וזהו
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

פתחיה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 12:21 pm
אויב איז ער למעשה געווען אין דעם קעלער און דארט אוועק, פארוואס זאל עס זיין דמיונות אז זיין קבר איז דארט?
איך קען נישט קיין פוליש, אבער שטייט אין די פערמיט אז ער וואוינט אויף דער אדרעס? אדער סתם מען וויל בויען א סוכה כללי פאר אלע שכנים און א הויז וואס איז לאו דוקא ר' יהוש'עלע גליקסמאן'ס הויז?

ואת"ל אז עס שטייט אז ער וואוינט און דעם הויז, דאס איז געווען תרפ"ט וואס איז מוכיח אז ער האט דארט געוואוינט בשנת תש"ג?

ואת"ל אז גליקמאן האט דארט געוואוינט תש"ג, וואס איז מוכיח אז ר' אלעזר איז דעמאלט דארט געווען? ר' אלעזר איז דארט געווען שנת ת"ש-תש"א דערנאך איז ער אוועק קיין קשאנוב ביז תש"ג עי' הספר 'צדיק רבי אלעזר', ווען ער איז צוריק געקומען תש"ג איז ער פורים געווען און די שטראדלע געטא, נישט ביי גליקמאן?

און נאכמער, לפי די איינקליך פון גליקמאן, האבען זיי באגראבען, אלע זילבערווארג און חפצים אין דעם קעלער, ווער זאגט אז אין דער גרוב ליגט רבי אלעזר? אפשר איז עד גאר גליקמאן'ס אוצר?

עס דארף נאך א גרויסע בירור
לעצט פארראכטן דורך ריקוד אום מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 4:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3296
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: מעגליכע היסטארישע אויפדעקונג - ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפיצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

פארוואס זאל מען נישט עפענען דעם חלל הקבר? [נניח מען וועט מפנה זיין פון דארט]
אפשר ליגט דארט עפעס אנדערש?
געוועזענע 'יהיה כן' ניק
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: מעגליכע היסטארישע אויפדעקונג - ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפיצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

אביונה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 3:33 pm
פארוואס זאל מען נישט עפענען דעם חלל הקבר? [נניח מען וועט מפנה זיין פון דארט]
אפשר ליגט דארט עפעס אנדערש?
נישט דא קיין גאנצע גוף זיכער אפשר אפאר ביינער מ'האט געמאכט א X רעי אויף די לאקעישין
די אייניקלעך וואס שטייען אונטער דעם און די חוקרים וואס האבן ארויסגעהאלפן אלע לייקענען אז ס'איז דא עפעס
אוועטאר
Jhon
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4164
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

נחום וואהלינער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 2:01 pm
פתחיה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 12:21 pm
אויב איז ער למעשה געווען אין דעם קעלער און דארט אוועק, פארוואס זאל עס זיין דמיונות אז זיין קבר איז דארט?
ווייל ווער זאגט אז:

1. ער איז אוועק אין די בונקער ? אפשר איז ער געכאפט געווארען אדער געלאפט ווייטער
2. אפשר איז ער יא דארט אוועק אין מען האט במסי"נ געטראגען צו א דערנעבענדיגען ביה"ח
3. אפשר איז ער דארט אוועק און די עולם איז אנטלאפען, און אנדערע האבן שפעטער אוועקגעפירט צום חצר אדער מקום אחר

בקיצור מען רעדט דא פון ימי הרס עולם וואס זאכען זענען נישט געגאנגען לויט ווי מיר טראכטען, כל זמן עס איז נישט דא קיין קלארע עדות זעה איך נישט פארוואס מען דארף עס גלייבען, אויב איז דא א חלל קבר זאלן כהנים חושש זיין וזהו
אויף דעם אינטערווי אויף קול מבשר האט ער געזאגט אז ס'איז דא עדות מען האט אים מקבר געווען אינעם בעיסמענט ווי ער האט זיך אויסבאהאלטן.

לויט ווי זיי זאגן אז בשם א עדות אז מען האט מיטגעלייגט אין די ערד א גלאזענע באטל מיט א באשרייבונג, פארוואס גרובט מען נישט נאך דעם?
אויב האט מען אים באגראבן שנעל בימי הזעם אין א בעיסמענט פון א הויז, פארוואס זאל מען אים נישט מעגן אויפגראבן און מקבר זיין במקום כבוד????!!
(אזא איש קדוש ופלא איז זעכער געבליבן מער ווי עפעס ביינער...) האבן זיי שוין געגראבן אז זיי ווייסן פינקטליך וואס איז געבליבן? (אפשר האט עס איינער דא געשריבן נאר בדרך הו"א

גראדע זיין אייניקעל הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל באראן מקאמינקא-ירושלים (בן חתנו ר' יונה באראן מיאסלא) איז מיינער א פעטער, זיין זון איז ר' יונה באראן פון די בעיגעלס אין בארא פארק
בייגעלייגט בילד פון הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל באראן מקאמינקא-ירושלים
רעכטס איז חתן גיסו (ר' מרדכי יוזעביץ ז"ל) הרה"ג ר' יוסף ליבערמאן ז"ל מחבר פירוש על החובות הלבבות
r yeshiele with r yosef liberman.JPG
r yeshiele with r yosef liberman.JPG (17.5 KiB) געזען 373 מאל
מיט זיין יוגנט חברותה און קרוב הרה"ק רבי נפתלי'טשע מבאבוב
r yehosiele mkaminke - Copy.JPG
r yehosiele mkaminke - Copy.JPG (47 KiB) געזען 373 מאל
לעצט פארראכטן דורך Jhon אום דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 12:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ולמלשינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
אוועטאר
ברדלס
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: הסטארישע אויפדעקונג! ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר'ל אושפצינער זי"ע - חשון תשפ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

ברדלס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 13, 2024 1:21 pm
גא"מ

@ייחוס זוכער הייב אן!
אריבער דא:
קעפל: ארגינעלקייט פון גבולות ובתי חיים ברחבי אייראפא
מאך נישט קיין ריס, וועסטו נישט ברויכן קיין לאטע...
שרייב תגובה

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”