פראבלעמען מיט אן עקסטערנעל הארד דרייוו.
לעצטענס מאכט עס פראבלעמען. דהיינו נישט יעדעס מאל איך ריסטארט די קומפיוטער וועט עס "כאפן". עס קומט ארויס די "נאט רעקאגנייזד" מעסעדזש. געווענדליך אז מען מאכט נאך א ריסטארט כאפט עס יא. און לעצטענס האבעך אויך מצליח געווען מיטן עס אויספלאגען און איינפלאגען אינען USB פארט עטליכע מאל.
סא די דרייוו איז נאך פיין. עס האלט אלעס, און איינמאל עס איז קאנעקטעד כאפט ער א מחי'. די פראגע איז נאר פארוואס אמאל כאפט ער נישט, און אויב דאס איז א אונדייטונג אז אט אט גייט ער אין אייביגען וועג, און עס וועט שוין נישט העלפן די אלע טריקס, און ממילא זאלעך באצייטענס גיין קויפן א נייע און איבערפירן, אויב ווילעך נישט נאכדעם באצאלן א שיינע אפותיקי פאר איינעם צו "ריטריווען" די אינפא?