גיין אין מקוה מיט א פלעסטיק
קען איינער מסביר זיין וואס עס טוט אויף? הייסט דאס בכלל כאילו ער טובל'ט זיך אינגאנצן, אדער איז עס נאר לשם אז ער זאל האבן די געפיל כאילו ער גייט אין מקוה?
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
איטשע האט געשריבן: איז מען מקפיד נישט צו האבן א חציצה ביי א נארמאלע טבילת עזרא? ניין, והא ראי' די קעמס'ט נישט אויס דיי בארד און פיאות, און די שניידסט נישט דיינע נעגל פאר די גייסט אין מקוה, אויב אזוי מה לי א קליינע חציצה מה לי א גרויסע חציצה? עס העלפט די זעלבע.
גליון האט געשריבן: לויט ווי איך געדענק (איך וועל עס אויפזיכן אי"ה) איז אויך גוט ראשו ורובו
בדרך צחות: אזא איינער ברויך זיך נישט שמירן...
סאיז ידוע אז די רבי פלעגט גיין אין שויער ערב יום כיפור אראפ צו נעמען חציצה. לכאורה איז נאר ערב יום כיפור א פראבלעם אלץ חציציה.