עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן
פסיכאלאגיע און מעדיצינען
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
ניין איך בין נישט אינטרעסירט בכלל צו לעבלען מענטשן, איך האב נאר געזעהן אז שויתי'ניק איז מגיב אזוי ווילד איז מיר דיזע מחשבה'לע דורך געלאפן אין קאפ. אבער ביסט גערעכט שטארק זיך, אז מ'נוצט עס צו לעבלען מענטשן איז עס נישט מער ווי אביסל פאן (וכוהוא פלאי), ס'איז אבער דא אן ערנסטע מהלך דערביי אויך (וכוויווידיזיינער).
אגב אין מאנסי איז דא א באוויסטער פסיכאלאג הר"ר שרגא פליישמאן, אויב איך געדענק גוט דאכציך אז כ'האב געהערט אמאל אז ער נוצט די אנאגראם מהלך.
אגב אין מאנסי איז דא א באוויסטער פסיכאלאג הר"ר שרגא פליישמאן, אויב איך געדענק גוט דאכציך אז כ'האב געהערט אמאל אז ער נוצט די אנאגראם מהלך.
הנותן לשכוי בינה...
- און וואס נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 537
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2011 2:19 am
- DotCom
- שר חמש מאות
- תגובות: 686
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
- לאקאציע:אין גלות
איך פארשטיי נישט רב וויווידל'ס טענה וועגן חינוך, כמיין איך בין טאקע נישט קיין בעל מחנך אבער אזויפיל ווייס איך אז ווי אינג דער צווייגל איז קען מען עס גרינגער בייגן, אך און וויי ווען מ'זאל מיר ווען נישט מאכן איינזיצן עטליכע שעה א טאג ברציפות, וויאזוי וואלט איך געקענט איינזיצן ביי מיין היינטיגן דזשאב? וויאזוי וואלט איך געקענט טראכטן פון גיין צום כינוס? וויאזוי וואלט מען בכלל געקענט לעבן צווישן אנדערע נאמבער'ס? און ווער רעדט נאך פון חתונה האבן?
יעצט אז עפעס גייט שווער אין חדר אדער שפעטער אין לעבן ח"ו, גיט מען א לעיבל אפ און פטור אן עסק, אבער וואס וואלט געווען דער תירוץ ווען דער שידוך איז לכתחלה געווען גענאמבערט?
יעצט אז עפעס גייט שווער אין חדר אדער שפעטער אין לעבן ח"ו, גיט מען א לעיבל אפ און פטור אן עסק, אבער וואס וואלט געווען דער תירוץ ווען דער שידוך איז לכתחלה געווען גענאמבערט?
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות)
.
- זייער נייגעריג
- שר האלף
- תגובות: 1961
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm
זייער נייגעריג האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן: וואו איז "סאכדעס"???? ער האט שוין געשריבן דערוועגן נאך אין אלט שטאט (דאכט זיך).
דערמאנסט מיר טאקע, איין נאכט זעמיר אפגעזיצן מיטן דיין בערך א האלבע נאכט דורעכטיענדיג דעם נושא, כ'געדענק שוין נישט אויב ס'איז אים געלונגען מיר צו נומערירן...
נו סאכדעס ספיק אפ.
עס איז דא מענטשן וואס ס'איז זייער שווער צו קאטאגאריזירן פונקט אין איין נומער.
שויתי השם לנגדי תמיד
- מתבונן
- שר האלף
- תגובות: 1044
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
- לאקאציע:פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.
שטארק זיך האט געשריבן: וואו איז מר מתבוננן ווען מען ברויך אים?כהאף עריז נישט אריין אין באהעלטעניש פאר נאך א צוויי יאר.
אטא דא בין איך.
זייער אויבערפלעכליך. בכלל נישט לעומק. כדי צו פארשטיין די טיפקייט פארלאנגט זיך א שטיקל הקדמה.
דאס איז א קלארע זאך אין קבלה און חסידישע ספרים אז עס זענען ד 'שרשי המידות' וואס פון דעם טיען זיך ציען די אנדערע מידות. דאס איז בכלל נישט קיין האנטיגע אויפקום. פון די ערשטע מקורות איז ר' חיים וויטאל אין שערי קדושה ווי ער ברענגט ארויס מיט די ד' יסודות, וואס פון דעם קומען ארויס די אנדערע מידות. דאס הייסט אז 'אש', אדער ווי סווערט אנגערופן און אנדערע ספירם אלס דער 'כח המכלה' איז א געוויסע שורש פאר זיך וואס טוט פראדיצירן נאך מידות. נאך שפעטער ספרים זעט מען אפילו מייחס זיין געוויסע שרשי המידות צו די עשר ספירות וואס יעדער האט א געוויסע שורשדיגע מדה וואס פון דעם איז זיך מסתעף די אנדערע מידות. דאס הייסט, יעדער האט מדת ה'חסד', אבער ביי דער וואס זיין שורש איז מדת הגבורה, איז זיין 'מיזוג' פון חסד אנדערש ווי ביי דער וואס זיין שורש איז מדת התפארת, אא"וו. די נקודה איז נוגע אפילו צום 'שורש הנשמה' פונם מענטש. ווי באקאנט איז אז 'זה לעומת זה עשה א-לקים', יעדע זאך וואס איז דא אין די מדת הקדושה איז דא ביי די סטרא אחרא. פונקט ווי אין רוחניות איז דא א געוויסע שורש, אי די זעלבע שורש אויך אין די 'נפש הבהמיות', וואס דאס איז די טבע'דיגע נאטור פונעם מענטש.
די עצם שורש פונעם נפש הבהמיות ציט די זעלבע זאך וואס עס ציט די נפש הא-לקית, נאר די חילוק איז, אז די נפש הא-לקית זוכט עס כדי צוצקומען נעטער צו רוחניות, און די נפש הבהמיות כדי צוצוקמען נענטער צו גשמיות – זיינע 'אייגענע' צרכים. ווי מער א מעטש כאפט זיך זיין 'שורש' וואס צוט איהם אויף די וועלט וועט איהם זיין גרינגער עס אויסצונצן אויף א וועג עס זאל ברענגן א תועלת פאר רוחניות, אויב נישט, וועט איהם דער 'שורש' אריינלייגען אין שאול תחתית אריין, או זיכן צופרידן צו שטעלן 'זיין' וועלט. אבער דעמלטס קען זיין ביטער, ער וועט דארפן אכטונג געבן עס זאל נישט צוקומען צו א מצב ער זאל דארפן נעמן זולופט אדער פרויזעק וכדו'.
לאמיר געבן א ביישפיל פונעם ניינער. די שורש פונם ניינער ווי עס זעהט מיר אויס איז 'מדת ההוד' – מדת ההודיה והביטול, מידתו של אהרן הכהן – אוהב שולם ורודף שלום (עס איז דאך ל"ג בעומר, מידת הוד שבהוד). די רוחניותדיגע אפטייטש דערפון איז, ביטול פארן אויבערשטן, דאנקן דעם אויבערשטן פאר זיינע חסדים וכדו', עס איז אזוי גוט און פיין. דער ניינער קומט אראפ אויף די וועלט און ער פאנגט אהן צו זוכן איין הויפט זאך. ער ווייסט אז דאנקן און לויבן און האבן ביטול - פילן 'איינס' מיטן אויבערשטן, איז ממש א must, אן דעם גייט נישט. 'וועל איך דאס אויך האבן אויף די וועלט?' טראכט צו זיך דער ניינער. 'איז שייך צו פילן די דאזיגע 'הורמוניה' אין די רוישיגע וועלט אויכעט?' נישט כאפענדיג גייט דער קליין קינד אנהויבען זיכן 'הורמוניה' כדי 'זיך' צופרידן צו שטעלן. א קינד פארשטייט נישט אז די מידה איז דא אין איהם כדי דאס זאל איהם העלפן ווערן נענטער צום אויבערשטן, א קינד איז דאך נאר א קינד. איז ווילאנג עס פארט 'גיט', איז דאך גיט, אבער גייט דען אלעמאל גוט? וואס געשעט אויב עס איז 'פערצאפאל' דא אסאך קריגערייען אין שטוב וואס דאס איז גרויסע 'סתירה' צום ניינער קינד אין זיין וועלט! ווי אזוי גייט דער ניינער טרעפן זיין ווינטש? ער האט נישט קיין ברירה נאר זיך אביסל איינקוטשענען אין זיך אזוי ווי א טורטעל אינטער זיין שטיינרנעם גוף, און אזוי... איז ער צירוק ב'שלום', אלעס איז אלרייט. יעצט האט ער ווייטער זיין מטרה אין לעבן. יעצט קען ער שוין גיין אין חדר רוהיגערהייט. למעשה קומט ער אהן אין חדר - אביסל איינגעקוטשעט אין זיין שעל – און פאנגט אהן צו שפילן מיט די קינדער ביי ריסעס. פארשטייט זיך אז צווישן קינדער איז אויך דא סכסוכים, ווער זאל זיין די גלח? ווער איז די הויפט? דער ניינער ווערט אביסל פארלוירען, ער האט שוין גענוג געהאט אביסל אינדערהיים נעכטן, און דא ווייטער אין חדר. שוין נישטא קיין ברירה, ער וועט מסכים זיין וואס 'אנדערע' זאגן. אויב מהייסט איהם זיין די גלח, איז ער גלח, אויב מהייסט איהם זיין די קעטשער, איז ער קעטשער, אזוי איז ער פארזיכערט אויף הינדרעט פראצענט אז קיינער גייט זיך נישט ציקריגען מיט איהם. זיין 'ביטול' ארבעט זייער גוט פאר 'זיך'.
ער וואקסט אויף און גייט אריין אין ישיבה ווי 'דער וווילער בחור' וואס מאכט נישט קיין טראבעל (זאל ער זיך נאר וואגען צו מאכן עפעם טראבעל... אויס מטרה...), און... די 'אכטערס' אדער די 'דרייערס' פאנגען אהן צו כאפן וואספארא פישל זיי האבן דא. ארלעדיגט, ער גייט יעצט ווערן די שלאק (ער דערוואגט זיך דאך קיינמאל נישט צו זאגען ניין...). מיט די צייט פאנגט דער ניינער אהן צו כאפן, העי... וואס גייט דא פאר? וואס מאכט מען פון מיר? זאל איך זאגן 'ניין'? וועט דאך זיין צרות. זאל איך ווייטער זאגן 'יא', בלייב איך די שלאק, אלזא וואס טוט מען? (פארשטייט זיך אז דאס איז נישט און באווסטזיין פונעם ניינער, ווען יא, וואלט ער זיך שוין געכאפט אין זיין פלאנטער באצייטענס...). די נעקסטע מאל וואס אן אכטער וכדו' גייט 'קער' נעמן פונעם ניינער וועט דער ניינער זאגען, 'יא יא, איך קום שוין!' דער אכטער ווארט און ווארט, און ער ווארט נאך אלץ. נאך אפאר מינוט זיכט ער אויף דעם ניינער און פוסקעט איהם אריין אין באבענס באבען אריין, 'דו פארשטייסט נישט וואס מרעד צו דיר?!' דער ניינער אנטשולדיגט זיך מיט אנגענעמע שמייכל, 'זיי מיר מוחל, איך האב באמת פארגעסן...' מקען ממש צולאזט ווערן פון די תעמישקייט פונעם ניינער. אבער דאס איז עס, דער ניינער האט זיך אויסגלערנט א נייעם וועג, איך זאג 'יא', ווען איך מיין באמת 'ניין', קיין אנדערע וועג איז נישטא, אזוי האב איך אלע וועלטן, איך צוקריג מיך נישט מיט קיינעם, און איך טו מיר וואס איך וויל. אבער... דער בחור וואקסט אויף, ער ווערט א חתן, האט חתונה, און ער דארף נעמן די אחריות פון א שטוב, דא הייסט די עקרת הבית אויפוקען די ארדער פון פלוני אלמוני וכו' וכו'. נאך א פאר שעה פרעגט די ווייב, נו ווי איז די ארדער וואס איך האב דיך געבעטן? דער יונגערמאן האט פארגעסן אז ווען מזאגט פאר א ווייב 'יא' מיינט עס 'יא'. פלוצלינג דערזעהט זיך דער ניינער צירוק אין א גרויסע דילעמא, וויאזוי צו טון וואס מבעט פון איהם האט ער שוין אביסל פארגעסן, אבער אויב עס גייט אזוי ווייטער גייט נישט טויגען... צירוק גייט א קאזע (חוץ אויב ממאכט זיך אויף די אויגען און זעהן וואס סגייט פאר. בחירה האט יעדער מענטש, אבער אויב מ'איז נישט בוחר, פאנגט מען צו ארבעטן ווי א מאשין). 'משום מה' וועט דער ניינער אנהויבן אהיימקומען שפעט (אזוי וועט די ווייב בעטן אביסל ווייניגער). אבער דא פאנגט זי אהן צו בעטן אהיימצוקומען באצייטענס, און דער ניינער פאנגט אהן צו ווערן 'ווילד', 'איך 'מוז' פילן 'רוהיג' מיט זיך!!!! פאר א יעדן פרייז!!! וואס געשעהט ווען די ווייב פאנגט אהן צו מורמלען ווערטער 'מ'דארף גיין צו העלפ...' און דער ניינער פאנגט זיך אהן פשוט 'אויסציפלאגען' פון די וועלט ווייל ער מוז פילען רוהיג און בשלום. פארשטייט זיך אז מיט די צייט וועט ער 'מוזן' פשוט בלייבן אין בעט כדי זיך נישט צו באגעגענען מיט די אלע 'פראבלעמן' וואס פאלן פלוצלינג ארויף איהם. נאכדם וועט די מוח אויהם 'אנהייבן' ארויסצוהעלפן' מיט זיינע 'פראבלעמן'. מיט די צייט ווערט מען שוואך און מער אויסגעפלאגט, דעפרעסט (ער כאפט ניטאמאל...). דער פסאכייעטריסט פריבירט צו געבן זולופט, אבער דער מוח טוט זיינס, און טרעפט אנערע וועגן איבערצוקלוגן די זולופט... און אזוי ווייטער...
אוי, ניינער! ניינער! ווי איז דיין שכל! דו האסטדוך גענומען א מטרה אין לעבן צו זיין רוהיג או בשלום אין דיין וועלט. דו מיינסט אז אויף די וועלט איז שייך דאס צו באקומען? עס איז דא איין פלאץ ווי מקען פילן באמת רוהיג און בשלום – ביים אויבערשטען, נישט אויף 'די' וועלט. אויף די וועלט איז דא פראבלעמן, ענד זשאסט פעיס ריעליטי. בעסער נוץ אויס דיין נטייה צו הורמוניה, צו מאכן שלום בין איש לרעהו און אויף די וועלט בכלל, דו וולעט האט זייער הנאה פון אזעלעכע מענטשן. ניינערס קענען זייך זייער גוטע דופלימאטן דורך זייעט נטייה צו לעבן גוט מיט יעדעם איינעם. אסאך ניינערס האבן טאקע א נטייהן צו ווער 'פארבלענד' ווערן און קבלה וכדו', אבער אויב נוצן זיי דאס פשוט אויף א וועג זיך צו 'דיסטרעקטן' פון די וועלט, אוי ואבוי.
איך האב אסאך מגזם געווען אין די מעשה. כדי אז א מענטש זאל צוקמען צו אזא מצב דארף ער דורך גיין אסאך שווערע מצבים וואס זאל לייגן לחץ אויף איהם צצוצקעמן צו דעם מצב. פארשטייט זיך אז אין אזא מצב וועט נישט העלפן קיין אניאגרם און שמעניאגראם ארויסצונעמן די מענטש פון זיין מצב, ער דארף א מורה דרך אדער א טערעפיסט וואס זאל איהם העלפן ארויסקרוכן פון זיין מצב (ווען די בעסטע שיטה פון טערעפי איז נישט דא די פלאץ, ויש להאריך בזה). אבער דער נקודה וואס איך וויל ארויסבערענגן איז, אז די אניאגראם איז נישט נאך א געוויסע סארט 'טיפילוגיה' וואס לייגט אראפ געוויסע נאטורן פון מענטשן ווי די שיטה פון מייערס בריגס וכדו'. די אניאגרם ברענגט ארויס ניין סובקאנשעס 'מטרות' וואס מענטשן האבן, וואס אויב מכאפט דאס נישט איז עלול דאס צו פארהרגענען א מענטשענס לעבן. אויב מנוצט דער שיטה צו סתם האבן 'פאן' ווי אסאך פינעווערס וועלן טון, אלץ נאך א ידיעה, כאפט ער פשוט נישט וואס דא דארף געשעהן. די סימן צו וויסן אז מהאט געכאפט וואס די אניאגראם וויל, איז ווען מכאפט דעם 'האהא!!!', 'פאר דעם מאך איך מיך משוגע שוין 30 יאר?!' ' בין איך צידרייט?!' אפשר איז צייט אביסל צירוקציגיין און אנאלזירן פינקטליך וואס איך וויל אויף די וועלט? די מציאות בלייבט מציאות, יעדער האט א געוויסע מטרה וואס ער כאפט ניטאמאל וואס פירט איהם ממש ביי די נאז 24 שעה א טאג, אבער ווילאנג מכאפט דאס נישט וועט מען רעדן ווי שטארק זיך און שויתי'ניק וכדו'. עס פעלט פשוט א 'הכרה', און סאיז פשוט א שאד זיך טענה'ן אויף עפעס וואס מפאנגט נישט אהן צו כאפן פון וואס מרעד.
שלעפשיץ, דו פארשטייסט שוין וואס דא גייט פאר?
שטארק זיך, פאר דו שרייבסט דיין נעקסטע תגובה, טראכט אריין אביסל אין דיין מטרה אין לעבן וואס ווערט ארויסגעברענג אין דיין תגובה... ביזטו אפשר אן אכטער...? (איך כאפ מיך אהן אויף 2 נקודות פון דיר, עס קען זיין אז איך בין זיך טועה...)
מקען אזוי ממשיך זיין מיט אלע אנדערע מטרות, אבער אויף יעצט האב איך שוין נישט קיין געדולד צו שרייבן ווייטער... (וועלכע מטרה האב איך דא...?)
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
- אייער_קיכל
- שר האלפיים
- תגובות: 2731
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm
ייש"כ 'מתבונן' זייער שיין צולייגט דעם ניינער, הלואי זאלסטו אזוי שויין צולייגן די איבריגע נומערן
א קליינע הערה, כ'מיין אז ס'נישט ריכטיג צו נוצן די ווארט "מטרה" דא, אמת אז די טבע פונעם מענטש דיקטורט אסאך אויף עם, איז עס אבער פארט נישט די "מטרה" פון א מענטש, מטרה איז מער פאסיג צו נוצן אויף עפעס וואס האט מיטן מח/מחשבה, אניגראם'ס טיילט איין די מענטשהייט אין 9 סוגי נאטורן, נישט אין מהלכי מחשבה, ענדערש קענסטע נוצן די ווארט "חשק" "שטרעבונג" וכדו' והבן
נאך א קלייניקייט, די סטעיטמענט: "שלעפשיץ, דו פארשטייסט שוין וואס דא גייט פאר?" שמעקט אביסל דרייאיש... שוין...

שויתי'ניק האט געשריבן:זייער נייגעריג האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן: וואו איז "סאכדעס"???? ער האט שוין געשריבן דערוועגן נאך אין אלט שטאט (דאכט זיך).
דערמאנסט מיר טאקע, איין נאכט זעמיר אפגעזיצן מיטן דיין בערך א האלבע נאכט דורעכטיענדיג דעם נושא, כ'געדענק שוין נישט אויב ס'איז אים געלונגען מיר צו נומערירן...
נו סאכדעס ספיק אפ.
עס איז דא מענטשן וואס ס'איז זייער שווער צו קאטאגאריזירן פונקט אין איין נומער.
גערעכט. עס איז דא מענטשן - צב"ש סאכדעס - וואס פיטן פשוט נישט אין איין נומער... ווען מען לייגט פון אים א בילד אין צייטונג, שרייבט מען געווענליך המשך יבא.
אבער לאמיתו של דבר בין איך מחולק מיט די גאנצע שטות פון נומערן. כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דיעותיהן שוות. קענסטו מיר אריינשטעלן מענטשליכע פנימ'ער אין 9 קאטעגאריעס? קאם אן. וויפיל מענטשן אויף די וועלט, אזויפיל טיפ כאראקטערן זענען דא.
נו, וועלכע נומער בין איך?
דער אנגראם איז א חכמה, אין א חכמה דארף מען שטאדירען צו קענען! מען דארף ״גיט״ דורך לייענען מיט ישוב הדעת דעם בוך, מיט אסאך מחשבה אין געװענלעך עטליכע מאל, ביז מען האט דאס ״גאנץ״ גיט ארויס (כאטש מען קען ״עפּעס״ כאפּען פריער)
עס איז בפרוש נישט א זאך װאס מען קען דורך ליינען אויבערפלעכלעך און אפלייענען אין איין זיצונג און אפילו און עטליכע אין נאכדעם זיך איינרעדען אז איך קען עס שוין.
(גראדע אינעם בוך אליין ברענגט זי ארויס װעליכע נומערען װעלען זיך ענדערש אינטרעסירען און דעם, אין װעליכע װעלען עס ענדערש זיכען אװעק צו מאכען אן זיך װעלען אריין טהון דערין...)
איך אליין װען איך האב דורך געליינט דער בוך, האב איך מיך גאנצטע טעג געשלאגען הין אין צרוק, אויב עס איז אמת אדער נישט. איך האב ״שטארק פראבירט״ מחולק צו זיין דערמיט, אבער צום סוף האב איך ״געמוזט״ מודה זיין אז עס איז אמת ויצב!!
איינמאל מען האט עס קלאר ארויס זעט מען דאס בלי ספק.
ר׳ שויתי לעבען לויט דיינע קשיות איז קלאר אז די האסט עס קיינמאל נישט אויפגעכאפּט (עס איז נישט צו שפּעט). נישט װייל דיינע קשיות האבען תירוצים, נאר װייל זיי הייבען זיך גארנישט אן, ממש װי טענה לו בחיטים, והודו לו בזכר קדשו!! אין אפילו לשיטתך, װי דאס קען בכלל נאנט קימען צו דאס װארט כפירה האב איך קיין אנונג נישט!
מענטשען אביוזין יעדער מין זאך, פינדעסנטװעגען מיינט עס נישט אז ״דער זאך״ װערט א שלעכטע זאך (א מעסער װערט נישט א שלעכטער כלי װייל טייל ״מענטשען״ האבען זיך באניצט דערמיט צו שטעכען אנדערע!!)
אינעם הקדמה אונעם ביכל באװארנט זי זיך אין בעט מען זאל פארשטיין נישט צו אביוזען די חכמה (גאנץ פּיסכאלאגיע קען מען ניצען אויף צו אביוזען אנדערע אויב מען װיל )
דער עיקור תועלת פון דער חכמה איז -״זיך אליין״- צו קענען, אין פארשטיין; אין דװקא אויסצוניצען די אייגענע פעיקייטען/כשרונות אויף עבדות השם סיי בין אדם למקום סיי בין אדם לחבירו אויפען בעסטען אופן װי עס איז שייך לויט די אייגנארטיגע נאטורען, אויף װעליכער אופן מען איז דאס מערסטע געאייניגט דעראויף, װאס זענען דיינע שטארקייטען אין װאס זענען דיינע שװאכקייטען כדאי צו כדי צו זיין װאך דערויף, אין נישט דורכפאלען דורך זיי!
אויך העלפט דאס צו פארשטיין אנדערע, װאס דורכדעם װייסט מען װאס יא אין װאס נישט צו פאר לאנגען פון זיי, אין אויף װאספארע אופן.
עס העלפֿט פארשטיין װי אזוי דער אנדערע זעט א זאך. אז װען איינער טהוט א געװיסער זאך װאס דיר שטערט, זאלסט די פארשטיין פארװאס ער טהוט עס, אין אז ער מיינט נישט דיך דװקא װיי צו טהון, אין אז ער איז אויך נישט דװקא משוגע...
בעצם װי אנדערע האבען שוין דא אויבען געשריבען, איז עס װי שורשי המידות אין ״יעדער=אלע נומערען״ [יעדער מענטש װעלעכער נומער ער זאל נאר נישט זיין ד.ה. פון װעלעכער שורש המידות ער זאל נאר נישט ציען] דארפן זיך אויסארבעטען אין האבען פין אלע נומערען (ליין מידות). צוליב דעם, װי מער א מענטש איז ״געזינט״ (ליין גייסטיש=אויסגעארבט) איז אסאך מאל שװערער צו באמערקען און אנפאנג װאס ״זיין״ נומער (שורש המידה) איז. (װייל האט דאך פון אלע מידות/נומערען) אבער סוף כל סוף האט יעדער איין עיקור שורש מדה װאס פין דעם ציט זיך די רעשט.
בכלל דאס שרייבען אז דער אדער יענער נומער איז שלעכט אדער גיט, װייזט װי װייט מען האט נישט ארויס דעם סיסטעם, יעדער נומער האט זיך זיינער מעלות אין חסרונות. יעדער נומער קען זיך אויסארבעטען צו זיין א קדוש וטהור א צדיק תמים (אין יא עס זענען געװען/דא צדיקים פין יעדער נומער (שרייטס מיך נישט אן) (עס קען אמאל העלפען פארשטיין פארשידנע דרכים פון פארשידנע צדיקים אבער דאס איז שוין צו א האקלע נושא דא אויפצוברענגען )
יא עס איז דא נומערן װאס ״װען זיי זענען״ רשעים, זענען זיי מער געאייגנט צו זיין װי סדאם כוסאין מיט איבער דרייען א װעלט אין אנדרע גייט זייער רשעות מער אויף תאװװת וכדו׳, כמו שידוע שישמא-ל היה רע במדת החסד ועשיו במדת הגבורה אע״פּ ששנים לא היה צדקים בהמידה שאינו שלו, דהיינו עשיו גם היה לו תאװת אחרות וישמא-ל היה לו גם כן רציחה וכדו, אבל השורש שלהם כנ״ל, די זאכען צוטיילען זיך אויף אן א שיעור אופנים
אין אלס װענד זיך װי ערליך, גייסטיש געזינט, און אסאך אנדערע כללים ופרטים פון דעם אינדװידיאלען מענטש.
אויך דאס װאס מען שפּרינגט דא אזוי שנעל מיט ״דייגנאזירען נומערען״ װייסט געװענלעך אז מען האט נישט אזא גרויסע פארשדענדיש און די חכמה. געװענלעך דארף מען אסאך מער קענען דעם מענטש װי פין א צװיי דריי תגובהלעך אפילו אינאיינעם מיט נאך א פּאר צוגעשריבנע פּרטים פון זיך צו קענען מיט א קלארקייט באשטימען װעליכער נומער איינער איז. (אסאך מאל קען געדארען היבש לאנג ביז מען האט איינעם ארויס קלאר, עס קען אמאל אויך זיין פארקערט אז מען כאפּט יא באלד אויף, אבער מען דארף זייער אכטונג געבען מיט דעם)
ודי בזה לעת עתה ומי שבאמת מעניין לו, הלו הם כתבים בהביכלעך והם מצוי לכל ומשם תדרשנו!!!

שוועמל האט געשריבן: וואסערע נומער בין איך?
קרעמער האט געשריבן: נו, וועלכע נומער בין איך?
תרנגול האט געשריבן: שויתי'ניק, אן 1'ער מיט אלע מפרשים... (לכאורה)
בחורהזעצער האט געשריבן: שטארק זיך; דו ביסט דער פינעפער?
שלעפשיץ האט געשריבן: וועלעכע נומער בין איך?
רבותי שטעלט זיך און די רייע מען טיילט נאמבער'ס
וועלעכע נאמבער בין איך???
און וואס נישט האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן: וואסערע נומער בין איך?
קרעמער האט געשריבן: נו, וועלכע נומער בין איך?
תרנגול האט געשריבן: שויתי'ניק, אן 1'ער מיט אלע מפרשים... (לכאורה)
בחורהזעצער האט געשריבן: שטארק זיך; דו ביסט דער פינעפער?
שלעפשיץ האט געשריבן: וועלעכע נומער בין איך?
רבותי שטעלט זיך און די רייע מען טיילט נאמבער'ס
וועלעכע נאמבער בין איך???
די זעסט אויס צו זיין נומער 6 און די רייע...
- שטארק זיך
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8107
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל
מר מתבונן, על אחרון ראשון... הגם עס איז מיר נישט קלאר אין וועלעכע נומער איך געהער, דוכט זיך מיר אז איך האב היבש פונעם ״אכטער״. האט איר מיט דעם גוט צוגעטראפן.
יעצט איבער דיין הסבר איבער די שורשי המידות,
לויט ווי איך פארשטיי ברענגסטו ארויס אז יעדער מענטש איז באשאפן געווארן מיט אייגנארטיגע נאטורן וועלעכע זענען ספעציעל געאייגנט פאר אים, לויט די עבודת החיים וואס דער רבוש״ע ערווארט פון אים. און דו האסט דאס זייער שיין צוגעשטעלט און ממחיש געווען מיט דיין משל פונעם ״ניינער״ בחור...
יעצט איז אזוי, ווי אנדערע האבן שוין אויך פריער ארויסגעברענגט (אחד הביא ענין שורשי המידות ממגדל עוז להיעב״ץ, שמקורו בשער הקדושה שהזכרת) איז קיינער נישט מחולק מיט דעם געדאנק אז מענשטן זענען אייגענארטיג מיט זייערע טבעיים. און אזוי איז לית מאן דפליג, אז דער יחידיות׳דיגער עבודת השם פון איטליכער מענטש איז אויף דעם געבויט, ולא עוד, ווער עס האט נאר געבליקט בספרי חסידות, וביותר ווער עס לערענט דעם ספר הקדוש ״תומר דבורה״ להרמ״ק, ווייס אז יעדע מידה איז שורשו בז׳ מידות.
אבער ילמדינו רבינו! וואס - פאר א גוט יאר - האט דאס מיט אנאגראם?

דער פראבלעם איז קיינמאל
דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.