יעצט, פרשת בהעלותך, איז דא א פרישע אינטערסאנטע (כלשון קול מבשר אליין) אינטערוויו מיט ר' מאיר יחיאל קנאבלעך (כ'האף אז איך האב דעם ריכטיגן נאמען), א גרויסע אנטיק זאמלער פון ניי סקווירא. עס איז צום האפן אז דער עולם וועט דאס אויסהערן און הנאה האבן (עס נעמט בערך א האלבע שעה).
אה, יעצט פארשטיי איך שוין די גאנצע מעשה. איך האב אים גערופן הערשט נאך מלוה מלכה וואס מיר האבן געגעסן במסיבת חברים אין לאקאלן בית המדרש דאהי אין ליע קאטעדזשעס (אין וויליאמסבורג), וואס האט זיך געענדיגט ארום איינס דרייסיג.
די וואך רעדט ר' הערשל פריעדמאן (קנעפל 3 אויפן מעין מעניו, דאן 19#) וועגן דעם געוועזענעם וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אלבערט גאור, וועלכער האט זיך אריינגעווארפן מיטן לייב און עלעפאנט (ער וועגט שוין היינט דאפעלט ווי אין זיינע פריערדיגע יארן) אינעם גלאבעלע אנווארעמונג טעמע, און האט דאקומענטירט א פילם דערוועגן, ווי אויך טרעט ער אויף כסדר איבער די טעמע.
גאנץ אן אינטערסאנטע אנאליז.
אגב, האב איך די וואך געהערט א גוט ווארט פון א. קאלטער (נישט קאטלער), אז זינט על גאור האט זיך גענומען איבער די ענווייראנמענט און שפארן ענערגיע, האט ער אזויפיל אויפגעטאן אז טויזנטער אמעריקאנער שפארן זיך ענערגיע ביים פארלעשן די טעלעוויזיעס ווען ער קומט ארויף געבן א רעדע דערויף.
קרעמער האט געשריבן:
אה, יעצט פארשטיי איך שוין די גאנצע מעשה. איך האב אים גערופן הערשט נאך מלוה מלכה וואס מיר האבן געגעסן במסיבת חברים אין לאקאלן בית המדרש דאהי אין ליע קאטעדזשעס (אין וויליאמסבורג), וואס האט זיך געענדיגט ארום איינס דרייסיג.
יא, די וואך האב עך געקאלט בערך איינס דרייסיג, די ערשטע מאל ביים דריקען 2 איז ער נאכנישט געווען אבער ביים צווייטן מאל שוין יא דאס איז געווען בערך איינס פינף און דרייסיג,
שוין עטליכע טעג וואס איך האב אינזין אייך איבערצוגעבן די געוואלדיגע קורת רוח וואס איך האב געהאט ביים הערן דעם אינטערוויו מיט א חשוב'ן עסקן פון סקווירא וועלכער באפאסט זיך מיט בעלי תשובה, אומצוקערן אידישע קינדערלעך צו זייער הייליגן שורש. מען קען דאס הערן אויף קול מבשר 212.444.1100 דרוקט 3 דאן 1 און פאלגט נאך די אנווייזונגען דארטן.