רויטע לעמפל

טעכנישע סייט הילף און אפדעיטס

אחראי: אחראי

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע:אונטער'ן נעץ

רויטע לעמפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

שוין זוי סאך מאל וואס ס'האט זיך מיר געמאכט דעם פראבלעם, אבער איצטע מוז דאס קומען צו אן ענדע.
כולי עלמא מודי אז הגם די רויטע לעמפל קען טיילן צרות צרורות, טיקעטס, פארפאסן אפוינטמענטס, און נאך און נאך, אבער ווען מ'זעט א רויטע לעמפל אין קרעטשמע איז דאס גאר עפעס אנדערש, א פרייליכן געזוכט ציט זיך ארויף אויף די אויסגעמאטערטע חברים, מ'כאפט זיך דערצו ווי צו א גרין לייט...
וואס טוט זיך אבער כדלהלן:
איך עפן א שטיבל וואו ס'איז פארהאן א רויטן לעמפל, כ'זעה עפעס א גוטס וואס א שרייבער האט זיך צולאזט, כ'נעם זיך שרייבן א תגובה למענו וואס נעמט אן ערך פון 3 מינוט. אינדערצווישנשייד קומט אנאנדער חבר אונטער מיין רוקן, כ'ווייס גארנישט, כ'באמערק ניטאמאל, שטילערהייט גיט ער א ווארף אריין א גוטס, גיך און געשווינד.... ער איז נישטא מער. איך ווייס פון גארנישט, כ'דרוק אזוי תמימות'דיג 'שלח', מיין תגובה האט באכאשעם עובר געווען מיט אסאך הצלחה...
נעקסטיים כ'קום אריין א קרעטשמע זעה איך ווידער א רויט לעמפל אויף דעם זעלבן טיר, גיימיר אריין אין שטיבל, כ'זעה עפעס אן אומבאקאנטן נושא (כ'מיין א באס) האט זיך פארקירעוועט נאך מיין תגובה ערגעץ אין די הרי אררט. כ'פרוביר צו דערגיין צו וועמען ער צילט, אופס, געכאפט, איינער האט זיך דא אריינגעכאפט בשעת איך בין געזעצן איינגעבויגן, אריינגעווארפן א תגובה און זיך ארויסגעכאפט און זאגן 1 ווארט. א חוצפה! און אויף דעם תגובה טוט דער פארקירעוועטע באס זיך באציען. אקעי, זאל שוין זיין אזוי. אבער פארוואס איז דער אריינגעכאפטע תגובה געבליבן ווייס, דאס נעקסטע מאל וואס כ'קום באזוכן אין קרעטשמע וואלט ער מיר געדארפט באפאלן מיט א ריזן רויט לייט. ס'קומט זיך מיר נישט? פארוואס זאלעך דארפן פארפעלן אפילו 1 תגובה פון קרעטשמערתינו המתוקה?
כ'האף אז די מנהלים וועלן זעהן עפעס צו טוהן דערוועגן.
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

וואס ביי דיר נעמט 3 מינוט נעמט ביי מיר מינומום א האלבע שעה, נא קענסט דיך שוין פארשטעלן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

כ'וועל אייך אויסזאגן דעם סוד:

נאכן דרוקן שלח תגובה, לאזט דעם בלעטל זיך אליין אויפברענגן צום געשריבענעם תגובה אינעם אשכול, אדער דרוקט מאנליך (מעניולי) אויפן "לחץ כאן כדי לראות את הודעתך" אפציע, און גייט מיטן ווייזערל (עראוי) ארויף, כאפט א בליק אויב איר האט עפעס פארפאסט.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע:אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

נע, דאס איז נישט וואס כ'זוך... אלעס ברויך גיין אויטאמאטיש. גארנישט מעניועל.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ממש לעצטענס מערק איך היבש אסאך אלטע אשכולות מיט די רויטע לעמפלעך וואס כ'האב שוין לאנג מגיב געוען כדת של קרעטשמע.
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנישע ווינקל”