מיין בריוו צו ר' נחמי'

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

מיין בריוו צו ר' נחמי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

ס'איז מיר שווער די מוח זיך צוזאם-צונעמן
ווען דאס הארץ טוט מיר אזוי שטארק קלעמן
כ'על נאר שרייבן ברמז אבער מיט צער
ר' נחמי', דו האסט געראטעוועט מיין גאנצע משפחה פון א געפאר

טייל פון זיי ווייסן אפי' נישט מיינע ווערטער פון ווי מ'נעמט-זי
ווייל זיי וויסן נישט אז יד נחמי' באמצע
אבער אני הצעיר ווייס יא און מיין מוח ס'דרוקט
מ'האט אונז אלע מיט דיר אינאיינעם אין גלות פארשיקט

די שטערקסטע חיזוק וואס מיר זעען אין דיינע/אונזער קלעם
ר' נחמי' ווי דו בוזט אליינ'ס מקיים אנכי אנכי הוא מנחמכם
מ'האמיר נאכגעהערט ווי די האסט מחזק געווען דיינע קינדערליך
רבוש"ע, כ'ווייס נישט ר' נחמי פון ווי די האסט גענומען די כוחות אזוי וואונדערליך

האסט זיי געזאגט בערך אזוי:
מיינע טייערע קינדער, כאטש מ'מאכט מיט אויפן עולם התחתון
זאל מען ווייטער אנגיין מיטן לעבן, און פרובירן דערפון נישט טראכטן
און אוודאי נישט קלערן פון קיין געפיהלן פון נקמה
ווייל דאס האט שוין מער ווי איין מענטשן געפירט אין דער אדמה

עטץ זאלטס ענק ווייטער האלטן שטארק צעזאמען
און גלויבן אז אלעס איז פון הימל "אני מאמין"
בכל מקום שגלו ישראל שכינה עמהם
ר' נחמי', כביכול געפינט זיך מיט דיר אין אלע רגעים

די בוזט "ישראל" קאן מען זאגן בפה
האסט בפירוש מקיים געווען וואס ס'שטייט "כל ישראל ערבים זה לזה"
נישט איין נשמה האסטו ארויסגענומען מבאר שחת
און היינט האבן זיי שיינע הערליכע אידישע שטובער, פאר טאטע מאמע ממש א נחת

ביז היינט האבן מיר געהאט א נחמה
שונאי חנם יקרצו עין, זיי האבן געהאט אויף דיר א בייז הארץ מסתמא
אין די מינוט וואס די בילבולים האב אנגעהויבן אין די מאסן
האבן זיי אנגהויבן אויסליידיגן זייערע קוילן פון די זאפאסן

נישט נאר אויף דיר ר' נחמי', נאר אויף גאנץ כלל ישראל
מיר אלע וואס זענען פון דיינע אויפטוען געוועזן אזוי נתפעל
ווען די צייטונגען האבן אויף דיר געשאטן פעך און שוועבל
האבן זיי אונז אלע באשמיצט מיט דעם שמוציגן לעבל

מה תמר אין לו אלא לב אחד לאבינו שבשמים
מיר אלע האבן איין הארץ פארן טאטן דעם געטרייעם
ווען א מענטש שרייט אז ער האט יסורים
שטעלט זיך געוויינטליך ארויס אז ער רעדט אמת'דיגע דיבורים

אז מיר אלע שרייען אז ס'טוט אונז וויי אחד מאברינו
ווייסן מיר אז ס'איז א פרעכע בילבול פאר אחינו בשרינו
כלל ישראל איז נאך נישט אזוי פארשטאפט
אין מיר האבן זיך דאס מאל אויך נישט געפאפט
בלוט פון אונזער הארץ טראפט

ר' נחמי' שטארק דיין גייסט
נחמי' איז א לשון רבים פון טרייסט
אפשר ביזטו דער שליח אונז מעורר מיר זאלן זיך עפענען דעם קאפ
צו בעטן פאר די גאולה, מיר זאלן נישט זיין אזוי פארזינקן אין דעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ

מיר מעגן זיך אמאל צו לערנען פון די גרויסע מענטשן אויפן גלאוב
דער אמעריקאנער פרעזידענט 'באראק אבאבמא ירום הודו' האט געזאגט ביי זיין וויקטארי דרשה,
“I've always believed in hope”
כ"ש מיר אידן זענען א פאלק פון אמונה
דאס האט אונז אלעמאל געהאלטן פעלזן פעסט אין א וועלט פארפעסטיגט מיט קנאה שנאה

אמונה פארנעמט ביי אונז דעם אויבן אן
און מיר גלויבן אז כביכול קען אונז יעדע רגע דעם גרויסן נס טאהן
אין דיך ארויסנעמן לעיני כל, פאר די אויגן פון יעדם
ס'עט זיין חדש ימינו כקדם

ר' נחמי' געדענק: די בוזט נישט אליין
א יעדע רגע בוזטו אין אונזער געביין
מיר האפן אינאיינעם זיך צו פרייען אין דיין "חג הגאולה"
מיר וועלן טאנצן אין איין גרויסע רינג אין אלע גאסן פון וויליאמסבורג, ונשמחה ונגילה

מ'עט קאנעקטן די מוזיק אויף אלע שבת אלארעמס פון די בתי מדרשים דעכער
אין אז ס'עט זיך אויספעלן, עט מען מאכן די מוזיק נאך העכער אין נאך העכער
די רינג עט זיך ציען פון די סאוטס-רובלינג-פען, ביז לינטש
פלאשינג-מוירטל-קליימער-הופער, אלע סטריטס אין עוועניוס, ס'עט זיין פיל א יעדעס אינטש

כל המקיים נפש אחת כאילו קיים עולם מלא
אידישע תפילות גייען קיינמאל לבטלה
זאל דער אויבערשטער העלפן בקרוב בימינו
מיט ר' נחמי'ן אויף די אקסל גיין אנטקעגן משיח צדקינו
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 10:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבערי פען »

עס רייסט די הארץ נאר צו ליינען די תגיבה
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20198
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

הו הא, אוסערגעווענדליך, א גרויסער ישר כח פארן שרייבן, איר זענט די שליח ציבור, מיר האבן אויך א באקאנטן, וועמען ר' נחמי' האט געראטעוועט ממש, זאלן אייערע ווערטער זיין ווי איך וואלט עס געזאגט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7216
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שכח זאל זיך השם יתברך מרחם זיין דער עיקר אז זיין אומשילד זאל ארויפשווימען
וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע-קרעטשמע »

וואסערפאל געוואלדיג, אין מילים
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,
קאטשעניא
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשעניא »

יישר כח! זייער שיין אראפ געלייגט. מיר געבען נישט אויף קיין איין רגע נישט און מיר זענען זעכער אז די אמת וועט צום סוף געווינען
יושבי קרנות
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יושבי קרנות »

ווען ר' נחמי' וואלט ווען געקענט ליינען אינזערע תגובות אוי ווי גיט וועלט געווען.
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן: וואסערפאל געוואלדיג, אין מילים
אוועטאר
אויסגעשפיצט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 11, 2012 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעשפיצט »

וואסערפאל געוואלדיג געווואלדיג!!!

האסט אריינגעגאסן אין מיר פרישע טאנען געזאלין (איך בין שוין סטאק פאר אפאר טעג)
יעצט וועל איך מיר שוין קענען עפעס א רור טאן,

די ביזט פון די 'רוחניותדיגע' חברים ארגעניזעישן..
אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראצער »

אפגעווישט די טרערעלך
אוי! לאמיר זעך האלטן שטארק!
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן: וואסערפאל געוואלדיג, אין מילים
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

קראצער האט געשריבן: אפגעווישט די טרערעלך
אוי! לאמיר זעך האלטן שטארק!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשיגער »

!א גוטן רב וואסערפאל

זייער שיין געשריבן! איך קלער נאר אז אויב וואלט ווען מעגליך געווען עס איבערצוזעצן אין ענגליש וואלט עס געווען א געוואלטיגער קידוש השם דאס צו פאבליצירן אויך אויף אנדערע פלעצער...
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

מיינע אויגלעך זענען נאך נייס
איך האף אז איך זעה גוט און איך מאך נישט קיין גרייז

שכח אייך פארן ארויס לייגן מיינע צימישטע געפילן
און עס שטעלן און א סדר איך זאל מיך קענען אנהייבן רירן
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע:דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

איבער געליינט, און יא האסט גיט געוויסט!!! מיינע אויגן זענען פיל מיט טרערן
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”