משפחות כהנים מיוחסים
איך עפן אצינד אן אשכול ווי די טייערע חברים קענען ברענגען וועלכע משפחות פון כהנים זענען אין היינטיגע טעג מיוחסים. פארשטייט זיך אז צווישן די ספרדים איז פאראן מער כהנים מיוחסים, די סיבה דערצו איז וויבאלד זיי זענען ווייניגער גלות געגאנגען און די רדיפות הדת איז נישט געווען אזוי שטארק אויף זיי, האבן זיי זיך געהאלטן מער מיט די משפחות. מען זאגט אז איידער די גזירות ת"ח ות"ט איז אויך געווען צווישן די אשכנזים מער כהנים מיוחסים ווי היינט, אבער עס איז נאכאלס פאראן צווישן די אשכנזים גענוג משפחות כהנים מיוחסים.
לאמיר אנהויבן:
ראפאפארט
כהנא
כ"ץ (נכדי הסמיכות חכמים)
בראנדער (מחזיקים עצמם כמיוחסים, על סמך הרה"ק מבעלזא שאמר לאביהם שבבית המקדש השלישי יעשה הוא העבודה בבית המקדש)
ווער נאך?