אוי, די פרי-צייטיגע ווייסע בערד...

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

אוי, די פרי-צייטיגע ווייסע בערד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

א גוטע וואך,

'וואסערפאל' באוויינט די ירידת הדורות פון די היינטיגע-פרי-צייטיגע 'ווייסע' בערד ר"ל.

א באקאנט טייטש איז פארהאן די וואך פון הייליגן רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע:
ולבנים אומרים לנו, די ווייסע הארעלעך זאגן פאר אונז, עשו! אז מיר ווערן שוין עלטער אין מ'דארף זיך גרייטן, תשובה טוה, און טוהן מער מצות ומעש"ט.

ס'איז אבער א שרעק וואס גייט היינט פאר, אזא ירידת הדורות, אונזערע טאטעס האבן אנגעהויבן ווייס ווערן ביי די אפפער פארטי'ס, מיד פיפטיס, און היינט???, דרייסיג יעריגע יונגעלייט, מיט שיינע שווארצע בערד און שווארצע לאקן, אבער א חוצפה! ווייסע הארעלעך הויבן זיך אריינצוריקן..., וואט עי שעים... ולבנים, אזוי פיל ווייסע האר ביי די יונגעלייט, אומרים לנו, דעיס זאגט פאר אונז, עשו (אז-ס'איז), עשו וואס?, עשו-נישט-גוט.

א יונגערמאן באוויינט זיין מצב, (אוי ווען כ'קען זיך ווען שפארן, ליפא ש.).

-פאריגע וואך בין איך געפארן
קיין וומ"ס וואו כ'בין שוין נישט געווען יארן
וואס האב איך דארט פארלארן
זייט כ'האב חתונה געהאט

-מיין חבר טרעפט מיר, שלום עליכם א גאסט
א אטעם כ'האב פארפאסט
קוק, בוזט שוין אינגאנצן פארווייסט
בוזטאך קוים דרייסיג כמעט

-מיין פריינט זייזשע מיר מתרץ
די בוזט מיר אזוי נאנט צום הארץ
כ'האב דיך איבערגלאזט אין ישיבה שווארץ
וואס האט פאסירט, זאג מיר פשט

=פיל מאל קלער איך מיט נייגער
כ'זאל האבן בלאנדע שנויצען ווי א טייגער
מיט א בלאנדע בארד אזא שטייגער
די ווייסע האר זאל נישט זיין אזוי בולט

=היינט וויזוי קען איך מיך קוקן אין שפיגל
אויף מיין כמעט ווייס-רינדיגן-בארד, דעם עיגול
כ'זאל כאטש קענען ארויפ-פרעססן א 'שווארצן' זיגל
ס'זאל נישט אויס-זעען ווי די 'זקנה' איז אויף מיר שולט

אל תתהלל ביום מחר
וויזוי קען איך זען מיינע שערות זאלן בלייבן שחור
כי לא תדע
כ'זאל נאך נישט פרי-צייטיג אויסזעען ווי א זיידע
וואס האלט זיך אויף די פיס קוים

אל תתהלל ביום מחר
כ'זאל בלייבן מיט די צורה פון א יונג בחור
כי לא תדע
כ'האלט אינמיטן בויען מיין געביידע
כ'בין נאך גאר א יונגע בוים


-מיין חבר טוט מיר זאגן
עפעס טוט דיר שרעקליך נאגן
די עסט-זיך אויף דאס הארץ מיט די מאגן
וועגן דעם ווערט דיין האר ווייס

-מיין פריינט טהיזשע מיך הערן
נעם נישט אלעס, אויף אן אופן א שווערן
אביסל חובת הלבבות לערן
דערווייל ווער-איך אבער אין כעס

=גראדע נעם-איך אלעס גאר איזי
אלץ מגי"ש אין ישיבה כ'בין ביזי
אבער זיך דרייענדיג דארט ווער איך דיזי
איך גלויב נישט וואס מיינע אויגן זעעט

=בחורים קוים אכצן-ניינצן
זיי האבן שוין/קוים א בארד מיט וואנצן
אבער דא-דארט ווייסע הערעלך גלאנצן
א שרעקליכע זאכן געשעט

=כ'הייב שוין אן צו באגרייפן
פארוואס די מנהלים פירן א קאמפ א שטייפן
נישט צו נוצן קיין שארפע זייפן
תסמר שערות אנוש

=אבער די בחורים טוען קוויטשען
ס'איז נישט די זייף, ס'איז די מקוה די בליטשן
אבער יעדער טוט זיך מוטשען
אנגיין אזוי ווייטער ס'קען-ניש

אל יתהלל ביום מחר
כ'זאל נישט אויסזעען ווי אלטער תרח בן נחור
כי לא תדע
כ'האב צייט ווען כ'על זיין א זיידע
וואס גייט אין סיניער סיטיזען בכל יום ויום

אל יתהלל ביום מחר
וויזוי קען איך זעען אז מיין האר זאל בלייבן שחור
כי לא תדע
כ'האלט נאך אינמיטן בויען מיין געביידע
כ'בין דאך נאך גאר א יונגע בוים


שוין א גוטע וואך, כ'האף איר האט א שמייכל געטוהן, היצט יאג-איך-זיך, כ'וויל נישט פארפאסן דעם קומ-זיץ

איך לויף, כ'בין נאך יונג.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29632
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ווען דער נאר זאל נישט זיין מיינער, וואלט איך געלאכט אין אלף הששי אריין.

איך האב שוין מער ווייסע האר ווי מיין טאטע און זיידע אינאיינעם אין דעם עלטער, און איך בין נאך קוים 13 יאר נאך די שנה ראשונה.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע:אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

רעד נישט אזוי בייז! אפאר פון מיינע עלטער פעטער'ס ווארטן נאך אויף א ווייס הארל און עס גייט נעבעך נישט...
איך האב איין ברכה פאר אלע: איר זאלט זיין ווייס 15 מאל אזוי לאנג ווי איר זענט שווארץ\בלאנד וכו'....
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע:אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

אה איך האב שיער פארגעסן

ישר כח וואטערפאל... יו אר די בעסט
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

זייער שיין באשריבן
און פאר מיר איז נאר איבער געבליבן
דיך אביסל צו בארואיגן אצינד
און וויבאלד ס'איז ניש קיין ניגון עלעכעס מאכן געשווינד

און דער אמת איז
אז זיך פארענטפערן איז אפילו ניש קיין מוז
נאר וואדען
פארוואסניש אויב איך קען

איז אזוי די מעשה
וואס גייטעך אן אז איך האב א בארד א וואסע
איף יו דאנט וואנט
קענסטו לאזן דיין בארד בלאנד

און אז ס'שטערטעך ביים הארץ
האלט די בארד אינגאנצן שווארץ
און אויב ס'רייסטעך ביי די בויך
קענסטעס לאזן רויט אויך

באט איך האלט אז סיז גראדע ווערי נייס
ווען די בארד איז שיין ווייס
נאו מעטער אין וויטש עיזש אר יו גייס
מאך נאר זיכער אז דו האסט גענוג א שיינע סייז
לאזעס אין דרויסן און דרייעס נישט איין ווי א זית
קעמעס שיין אויס און מאך ניש דערין קיין טיי'ס

הערעך גראדע אמאל ווי א בעל ווייסע בארד פארציילט
און זיין עקספיריענס פאר אנדערע מיטגעטיילט
ווען ער פלעגט באמערקן אז צו שטארק אים מ'באטראכט
האטער באלד אין יענעם'ס אויערן א קאמענט געמאכט

אנטשולדיגט באט אין די תורה געשריבן עס שטייט
לא תחמוד מ'טארניש גליסטן, רייט?
האט איינמאל א פאסירונג פאסירט
און מיט א רבי'ש אייניקל אזא שמועס פארפירט

און יענער אויך מיט אויגן גרויסע
אויפן ווייסן בארד איזער קוקן געווען עושה
און זיין לא תחמוד פאר יענעם אריין געזאגט שטיל
און יענער ענטפערט איר האט שוין פארשפעטיגט ס'איז שוין דערנאך דער שפיל

עובר געווען האבעך שוין
און הלוואי זאלעכעס האבן בעטעך ביים טאטעניו קרוין
אלץ איינער מיט א ווייסע בארד באצירט
האבעך מיך מיט דעי מעשה גאנץ גוט געשפירט

הכלל מעגסטו הערן די אנדערע צד אויך
סיז דא מענטשן וואס האבן דערצו א געברויך
אן א ווייסע בארד זענען זיי אויס קאפעלוטש מאכער
און ממילא טאר מען ניש פון זיי זיין א אויסלאכער

יא ס'איז טאקע אויך דא אזעלכע וואס עס טוט זיי באדערן
זיי ווילן ענדערש אויסזען יונג און מאדערן
באט דעיס איז ניש קיין זאך וואס מ'וועלצעך אליין
אלעס איז פון הימל אין וועלכע קאלער עס זאל קומען צו גיין

און דו וואסערפאל הערדעך אויף צו בייזערן אויף די ווייסע בערד
מ'האט שוין פיל ערגער'ס פון דעם געהערט
סיז דא ליידער מענטשן וואס האבן גארניש קיין בארד אויפן ארט
אפילו א ווייסע וואלטן זיי געקענט באשטיין אז ס'זאל זיי וואקסן דארט

באט מיט ארטיקלען קענסטו נאך אלץ ממשיך זיין
קיינער וועט דיר דערויף ניש זאגן ניין (אפשר דיין ווייב)
א יישר כח זאגעך דיר פון פארויס
א גוטע וואך און א גוטע נאכט און איך גיישוין פון דא ארויס
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3119
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

יישר כח וואסערפאל....

כמים קרים על ווייסע האר...

א עצה למעשה?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
שמיראכץ
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 12:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיראכץ »

וווואויל וואויל הרב וואסערפאל, זייער הנאה געהאט.

איך הער, שיינע מעשה, און שיין געענטפערט, איך נעם ערנסט און באטראכט נישט ארויף צו דרייען מיין בארד...
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ייש"כ וואסערפאל און איך הער.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20198
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זאגט מיר פונקט א איד אז ער איז מקנה די אידן וואס ווערן ווייס אינג, ווייל אז דאס געשעט ווען מ'איז שוין עלטער, איז עס א ערענסטער יזכיר לו.....

אבער אז מען ווערט ווייס אינג, איז נישט געפערליך, "כ'בין באמת נאך אינג, נאר כ'ווער פשוט ווייס"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

ווייסע בארד פארשטיי איך
אבער איך האב נאר אין די פאות אדער אויפן קאפ
סא האק נישט קיין טשייניק
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31451
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

נאופס, דער וואסערפאל, האט ארויפגעברענגט א פארווייטאגטע נושא.
אמאל די חברה וואס האבן געפערליך געליטן פון די מלחמה געליטענע, און די מלחמה געליטענע זעלבסט, האבן פון קיין ווייסע בארד נישט געוואוסט צו זאגן ביז נאכ'ן חתונה מאכן א קינד צוויי. געווען זענען געציילטע פערזאנען אין שול, וואס יעדער האט געוואוסט אויפ'ן נאמען, אז זיי עפעס האבן זיי א טבע, אז זייער בארד ווערט שנעל ווייס. און דאס איז צוליב ווייל זייער האר איז זייער טונקל שווארץ, ווערט עס שנעלער ווייס. און נאך אזעלכע ענליכע קאנספירעסיס... למעשה מיר אינגעלייט, ווייסן נישט צי מ'דארף לאכן אדער וויינען, און עס איז שוין דא אן היבשע פאר ווייסע בערד פון די אלע שמויטע פונעס ווי מ'פלעגט דאס רופן. עס איז שוין ינשט קיין מפקא נינה צי די בארד איז אמאל שווארץ אדער רויט געווען. די גוטע פרנסות, מיט די הויכע רענט, די טייערע מארגעדזשעס, מיט די פילע שארט סעילס, טוען זייער ארבעט בנאמנות, און דער עולם הויבט אן קריגן אן הדרת פנים אין די אינגע יארן.

די פראבלעם פאסירט, אז אונזערע קינדער וואס ווערן שוין מחונך פון מער א רואיגע דור, פון א דור וואס ווייסט שוין וויאזוי מ'דארף דילען מיט פראבלעמען וואס אמאל האט מען נעבבבבבעעעך צוגרינד געלייגט 58 פראצענט פונ'ם יוגנט (וואו זענען זיי היינט?), או א דור וואס פארשטייט שוין צו די אלע סארט ניק נעמס פון אוסידי און עידידי וכו' וכו', ווייס מיר נישט וואס צו צייגן פאר זיי, וואס איז דאס אן עלטערער מענטש וואס מ'דארף ארויפקוקן און דרך ארץ האלטן.

ממילא קום איך צוזאמען מיטוויינען מיט דעם וואס פאל, עד הנה, עזרוני רחמיך, רבוש"ע, דו ביסט דאך דער וואס האט אונז געלייגט אין דעם דור, העלף אונז אויף ווייטער, מיר זאלן קענען צייגן עפעס פאר אונזערע קינדער.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

מסתמא קומט עס פון צופיל קארבאהיידרעיטס און צוקער.
לאמיר אנפרעגן מכון רעים מתוקים...
הפך בה והפך בה דכולה בה!
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

איך_הער האט געשריבן: זייער שיין באשריבן
און פאר מיר איז נאר איבער געבליבן
דיך אביסל צו בארואיגן אצינד
און וויבאלד ס'איז ניש קיין ניגון עלעכעס מאכן געשווינד

און דער אמת איז
אז זיך פארענטפערן איז אפילו ניש קיין מוז
נאר וואדען
פארוואסניש אויב איך קען

איז אזוי די מעשה
וואס גייטעך אן אז איך האב א בארד א וואסע
איף יו דאנט וואנט
קענסטו לאזן דיין בארד בלאנד

און אז ס'שטערטעך ביים הארץ
האלט די בארד אינגאנצן שווארץ
און אויב ס'רייסטעך ביי די בויך
קענסטעס לאזן רויט אויך

באט איך האלט אז סיז גראדע ווערי נייס
ווען די בארד איז שיין ווייס
נאו מעטער אין וויטש עיזש אר יו גייס
מאך נאר זיכער אז דו האסט גענוג א שיינע סייז
לאזעס אין דרויסן און דרייעס נישט איין ווי א זית
קעמעס שיין אויס און מאך ניש דערין קיין טיי'ס

הערעך גראדע אמאל ווי א בעל ווייסע בארד פארציילט
און זיין עקספיריענס פאר אנדערע מיטגעטיילט
ווען ער פלעגט באמערקן אז צו שטארק אים מ'באטראכט
האטער באלד אין יענעם'ס אויערן א קאמענט געמאכט

אנטשולדיגט באט אין די תורה געשריבן עס שטייט
לא תחמוד מ'טארניש גליסטן, רייט?
האט איינמאל א פאסירונג פאסירט
און מיט א רבי'ש אייניקל אזא שמועס פארפירט

און יענער אויך מיט אויגן גרויסע
אויפן ווייסן בארד איזער קוקן געווען עושה
און זיין לא תחמוד פאר יענעם אריין געזאגט שטיל
און יענער ענטפערט איר האט שוין פארשפעטיגט ס'איז שוין דערנאך דער שפיל

עובר געווען האבעך שוין
און הלוואי זאלעכעס האבן בעטעך ביים טאטעניו קרוין
אלץ איינער מיט א ווייסע בארד באצירט
האבעך מיך מיט דעי מעשה גאנץ גוט געשפירט

הכלל מעגסטו הערן די אנדערע צד אויך
סיז דא מענטשן וואס האבן דערצו א געברויך
אן א ווייסע בארד זענען זיי אויס קאפעלוטש מאכער
און ממילא טאר מען ניש פון זיי זיין א אויסלאכער

יא ס'איז טאקע אויך דא אזעלכע וואס עס טוט זיי באדערן
זיי ווילן ענדערש אויסזען יונג און מאדערן
באט דעיס איז ניש קיין זאך וואס מ'וועלצעך אליין
אלעס איז פון הימל אין וועלכע קאלער עס זאל קומען צו גיין

און דו וואסערפאל הערדעך אויף צו בייזערן אויף די ווייסע בערד
מ'האט שוין פיל ערגער'ס פון דעם געהערט
סיז דא ליידער מענטשן וואס האבן גארניש קיין בארד אויפן ארט
אפילו א ווייסע וואלטן זיי געקענט באשטיין אז ס'זאל זיי וואקסן דארט

באט מיט ארטיקלען קענסטו נאך אלץ ממשיך זיין
קיינער וועט דיר דערויף ניש זאגן ניין (אפשר דיין ווייב)
א יישר כח זאגעך דיר פון פארויס
א גוטע וואך און א גוטע נאכט און איך גיישוין פון דא ארויס


רעב איך-הער,

כ'בין נישט קיין דיטעקטיוו
אבער לויט ווי ס'זעעט-מיר אויס, רעדסטו פון א רבנישע פערספעקטיוו
נו, די בנש"ק'לעך האבן אן אנדערען דין
ווייל יעדער עס ווייסט דערפון
אז די רעביש אייניקלעך געברויכן תרתי לטוביתא
סיי א לאנגע, און סיי א זילבערנע בארד א זיסע
אז די ווייסע הארעלעך שטייגן איבער די שווארצע איז פון די זאכן די באטאמטע
ווייל דאן איז 'צלתה מרובה מחמתה'
ס'גיבט דעם חן, דעם עצילות
אז ס'געפינט זיך אינעם בארד ווייסע פתילות
אבער צו די זעלבע צייט זאל די בארד זיין לענגער
כדי די צורה זאל אויס-זעען אביסעלע שטרענגער

כ'האב אמאל פון א בדחן געהערט
האט ער חוזק געמאכט פון די לאנגע פאות און בערד
האט ער געזאגט אז ס'קאן קאסטן טייער
ווייל די בעאמטע וועלן נאך בעטן דערויף מער שטייער
בפרט היינט זענען זיי מער מקפיד אויף די לאנגע בארד פון די גאמבע
ווייל זיי מיינען אז מ'באהאלט דארט א באמבע
קען זיין אז וועגן דעם האבן די רבנים א גאלדן פאס
אז מ'זאל זיי נישט טשארדזשן קיין עקסטערן קנס

אבער, ר' איך-הער, כאן צריך לעיין
דו וועסטוך נישט פון מיר אזוי שנעל באפרייען
הלא, געוויינטליך גייט מען דאך נאך רוב
אויב אזוי, צעפאלט דיין גאנצע בנין-אב
ווייל איך האב דאך גערעדט פון פשוטן המון עם
דו וואס זענען פארשקלאפט צו די ארבייט אזוי ווי חם
קומסטו מיר סורפרייזן
דו מישט אריין אין בילד די רבנישע קרייזן?

נאר הוא מותיב והוא מפרק
אין דער אלטער היים האבן זיך די רבנים נישט געדרייט אין מארק
נאר זיי האבן געוואנדערט פון שטעטל צום צווייטן שטעטל
קוקן צו ס'איז פארהאן א ליידיג ברעטל
אוי, איז דאס געווען א רחמנות
ווען יעדעס צווייט יאר האט מען געמוזט זוכן א נייעם כתר הרבנות
יעדע צען וויארסט
א רעביש בענקל די שנארסט
קומט אויס אז פאר יעדן דערפעל פון צען בטלנים
קומט פאר א געפעך פון הונדערטע רבנים
נו, אז די רבנים האבן געמוזט וואנדערן
פון איין דארף צום אנדערן
זענען זיי דאך נישט געווען 'קבוע'
מילא איז די 'רוב', די המון עם, געוועזן מכריע
קען זיין וועגן דעם
איז אמאל ווייסע האר 'יא' געוועזן א פראבלעם

אבער היינט נאכן קריג
איז נישטא קיין שטעטעלעך גענוג
נישט נאר דעיס, נאר ומפני חטאינו
אידישע שטעט איז דא א מספר גאר א קליינע
און אויב וויל א בנש"ק האבן כאטש א ביהמ"ד א שיינער
דארף ער דערפאר קעמפען מיט נעגל אין באק-ציינער
למעשה כהיום, האבן זיי דאך יא א רעכט אויסצו-זעען שנעל ווי א זיידע
ווייל היינט צו-טאגס זענען די בנשקל''ך ווי א ספינה דלא ניידי
מילא קומט אויס, אויב די רעבישע אייניקלעך זענען יא קבוע
איז דאך די הלכה ידוע
אז כל קבוע כמחצה על מחצה דמי
פארשטייט דאך שוין יעדער מסתמא
און צוגאב זענען די בנש''קל'ך א 'דבר חשוב'
האב איך דאך שוין דעם 'ודע מה שתשוב'
אז זיי זענען 'יא' די רוב המכריע
מילא איז ווייסע האר אין די בארד אין פאות באמת יא א מציאה

מילא, ר' איך-הער, נצחתני, כ'גיב דיר רעכט, (אבער מיין בארד לאז צו-רוה).


נ.ב., ס'איז נאך דא א סך וואס מפלפל צו זיין, אבער הזמן קצר.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

עס לאנג דו ענדיגסט אז איך בין גערעכט
קענעך דאך נישט זאגן אז דו שרייבסט שלעכט
דער עיקר איז אז דו ביסט צום ריכטיגן פוינט אנגעקומען
און מיין דעה אנגענומען

וואס דארף איך מער פון דעם
אצינד אידעך מיט די ווייסע בערד שויניש קיין פראבלעם
איי סאכדעס שעלט
דעסי נאכניש עק וועלט

איך וועל מיט קיין פלפולים נישט זיין מאריך
און פונעם עולם נישט מאכן קיין אש און פארעך
סאו בינעך דא מסיים
אז פאר דיין פשט'ל קומטצעך א טאמבס אפ צייגענדיג אויף ארויף לשמים
מ'קענעס אויך מאכן מיט ביידע ידים
ווייל עס איז גארנישט קורץ דיין פשט'ל
סידעך ממש א פולע בלעטל

סאו גיי אן מיט דיין הערליכע עבודה
און שיינע ארטיקלעך פון דיר אינעווייניג זיי פודה
אזוי וועט דער עולם דא האבן הנאה
כי לך נאה כי לך יאה
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”