היה אור במושבותם, שריים פון פרשת בא

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

היה אור במושבותם, שריים פון פרשת בא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

און אמת'ן האב איך בדעה געהאט יענע וואך צו שרייבן, נאר, אזוי ווי כ'בין געווען צו פארנומען, איז לא איסתייע מילתא, אבער ביינונז אין אמעריטשקע זאגן מען 'נעווער טו לעיט' האב איך עס ארויפגעלייגט די וואך.

די ווערטער פונעם פסוק 'ולכל בני ישראל היה אור במושבותם', 'און פאר אלע אידישע קינדער, איז געווען ליכטיג אין זייער וואוינונג', דאס איז דאך א נצחיות, אפי' מ'זעעמיר אזוי לאנג אין גלות, מ'לעב מיר אין אזא דור יתום, מיט דעם אלעם, 'שיינען און שטראלן' ארויס די אידישע הייזער, מבין הגוים, פון צווישן די אוה"ע, מה טובו אוהליך יעקב!, ובפרט ווען ס'קומט שב"ק, די 'מתנה טובה יש לי בבית גנזי, ושבת שמה', דאס האבן מיר נאך ב"ה מיטן פילן פראכט, אזוי ווי דער הייליגע תפא"ש זאגט פארגאנגענע וואך, אז אין די ווארט 'במשבותם' ליגט די אותיות 'שבת', עיי"ש.

די פאלגענדע משל האב איך געזאגט ווען כ'האב געהאט די זכי' צו גראמען אויף מיין ברודערס חתונה, פארשטייטזיך אז כ'האב עס אביסל מאדיפיצירט, ס'זאל אויס-זעען מער 'ארטיקל' געשטומט.

די פאלגענדע חרוזים לייג איך ארויף אויף 'שומרי מצותיה'.

-א קעניג גרויס אין מעכטיג
געהאט איין איינציג קינד זיס אין לעכטיג
איינמאל האט אים דער קעניג גענומען אויף א שפאנציר

-פאטער און קינד גייען אינאיינעם
אויף א וועג גאר א שיינעם
ארום, שיינע פעלדער אין גערטנער אן א שיעור

=פון די זייט שפאנען די וועכטער
זיי גייען פארביי א וואלד גאר א געדעכטער
דאס קינד פארגלוסט זיך דארט אריין צו-גיין

=ס'איז שוין געווארן זייער שפעט די שעה
פלוצלינג, הילד אננו, ס'קינד איז נישטא
דער קעניג צעשרייטזיך אין א יאמערליכן געוויין

*אוי, קול ביער אנכי שומע
ווי בוזטו אהינגעקומען מיין קינד, איה
די באדינער אין וואלד טוען אריינקרוכן
זיי הויבן אן ארום צו זוכן
צווישן איין בוים אין דעם אנדערן

רופט זיך אן דער יועץ, א שאד די פלאג און מיה
מ'דארף זעען אויב ס'איז נישט דא פארהאנען קיין הייזער ערגעץ ווי
לאמיר קוקן עטליכע מיילן
אה! פון-דערווייטענס איך זעע דארט שטראלען
דער בן מלך האט זיכער געטוהן אהין וואנדערן

"ווייל ולכל בני ישראל
די הבטחה באגלייט-אונז אלעמאל
למשפחותם לבית אבותם
טאקע פון דעם געדיכטן פונצטערניש
שיינט ארויס ס'ליכטיקייט פונעם שבת טיש
היה אור במשבותם"

-אונזער טאטע דער גרויסער קעניג
וואס די גאנצע וועלט איז צו אים אינטערטעניג
מלך ישראל וגואלו

-זיין הבטחה איז ער געוועזן מקיים
אונז גענומען אויף א שפאנציר קיין ירושלים
אידישע קינדער זענען געשטאנען ברום המעלה

=מיר האבן זיך אבער ליידער געוועזן טועה
מ'זעעמיר געפאלן ממדרגה גבוהה
צו א טיפן גרוב, לבירא עמיקתא

=שוין צוויי טויזענט יאר באלד
וואס מיר וואנדערן ארום אין דעם טינקעלן וואלד
צווישן די גוים צעקלאפטע און אונטערדריקטע

*אבער אויך דיין צווייטע הבטחה ביזטו געוועזן מקיים
ואף גם זאת בהיותם בארץ אוביהם
ווען נישט דיין האנט, לא ימלט
וואלט חלילה נישט געבליבן פון כלל ישראל קיין פליט
נאר דו האסט אונז געהיטן מן שמים

*ולכל בני ישראל היה אור במושבותם
כביכול איז מקיים דעם ואף גם זאת בהיותם
אונזער טאטע דארף נישט זוכן לאנג
פון איבעראל קומט ארויס דער הייליגער קלאנג
א קינד מאכט א ברכה, דעם באשעפער ער גיבט א דאנק

*רב לך ' ש בת' בעמק הבכא
דער גרעסטער חיזוק אין גלות ווען א טאטע זיצט שבת מיט זיין משפחה
די הארציגע זמירות פון עם קדושך
די הייליגע דברי תורה ס'האט דאך א כח המושך
די שבת ליכט, מעט אור, דוחה הרבה מן החושך

"ווייל, ולכל בני ישראל
די הבטחה באגלייט-אונז אלעמאל
למשפחותם לבית אבותם
טאקע פון דעם געדיכטן פונצטערניש
שיינט ארויס ס'ליכטיקייט פונעם שבת טיש
היה אור במשבותם"

זאל דער בורא העלפן אז די הבטחה זאל מקויים ווערן במילואה
מ'זאל-מיר בקרוב צוריק ארויף גיין קיין ירושלים הבנוי'

מיט דאנק, וואסערפאל.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29631
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ווארעמע דיבורים.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליך שיין ווי שטענדיג
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”