געלעקסי - הילף (נייע באניצער)
קודם, איז דא א וועג אריבערצופירן אלע מיינע אינפארמאציע, קאנטאקטס, רימיינדערס, טו דו ליסטע, מעמאס, וכדו' פון דעם סענטרא צו דעם נייעם געלעקסי? אויב יא, וויזוי טוט מען דאס.
(פליז האט געדולד ווייל איך בין א געפערליכער מן הארץ ווען עס קומט צו די זאכן)
נעקסט, דער געלעקסי לעשט זיך מיר אויס נאך געציילטע סעקונדן וואס איך נוץ אים נישט, ביים סענטראו ווארט ער א גאנצער מינוט איידער ער לעשט זיך אויס, דער געלעקסי נערווירט מיך געפערליך מיטן שנעלן אויסלעשן זיך, וויזוי גיב איך זיך מיט דעם אן עצה.
וואס טוט זיך מיט אנשטעלן רינגטאונס, און די סארט זאכן.
איך זעה דא אזוי, אויף מיין היים סקרין האב איך אויבן דעם זייגער, און אונטן איז דא צוויי שורות מיט אייקאנס (אדער עפפס): קאלענדער, קעמרע, אימעיל, פלעי סטאר. פאון, קאנטאקטס, מעסעדשינג, אינטערנעט, עפפס.
קודם, וואס איז דאס פלעי סטאר, וויזוי ארבעט דאס.
ווען איך ריק דעם סקרין לינקס, קומט ארויף א פעידש מידיע האב, וואס איז דאס, וואס טו איך מיט דעם, וויזוי נוץ איך עס.
נעקסטע פעידש איז S סודשעסט, וואס איז דאס, וגו' וכו'
נעקסטע צוויי פעידשעס זענען ליידיג, נאכדעם איז דא איינס מיט איין שורה פון אונטן: אלל שעיר פלעי, עס מעמא, געלערי, סעטטינגס.
נעקסטע פעידש איז דא א שורה אונטן מיט פיר רויטע קעסטעלעך: מיי ווערייזאן מאביל, עפפס (דאס קוקט מיר אויס אן אנדערע עפפס ווי די אויפן הויפט סקרין), ווי זי נעוויגעיטער, און וואויסמעיל.
קען זיך איינער דערבארימען אויף מיר און מיר מסביר זיין וואס זענען די אלע פאני זאכן... וועלכע זענען וויכטיג, נוצליך, וועלכע נישט, וועלכע קען איך ארויסווארפן, וועלכע נישט...
NO man is a failure who has friends