דיאלעקטן, אקצענטן און נקודות
מיר דא, תושבי הכפר דינן, פירן זיך דאך מער ווייניגער כפי מנהגי יוצאי אונגארן/רומעניע/טשעכיי. מיר רעדן דער דיאלעקט וואס די ארטיגע יודן האבן מיטגעברענגט מיט זיך פון דעריים. איז לאמיר אביסל צולייגן דעם אונטערשיד אין נקודות צווישן אונז און אונזערע ברודער, און וויאזוי זי ווערט זיך אנגעהערט.
וזה החלי:
דער דיאלעקט פונעם אונגערישער צוירוי, איז ניט פארהאן אינעם ליטווישן אקצענט. (א חוץ ביי א פחתחח יו"ד, כזה: מעיי נחי).
דער דיאלעקט פונעם אונגערישער סזגויל (חזק), איז דער דיאלעקט פונעם ליטווישער צוירוי - לעיקוואד/לייקוואד.
אין דער ליטווישער דיאלעקט (ניט ביי אלע, ס'געווענד זיך אין געגנטער) הערט זיך נישט קיין חילוק בין צוירוי לחוילם - בנוי (צוירוי) תוירה (חוילם)/בנעי טעירע/בניי תיירע.
אין דער אונגערישער דיאלעקט הערט זיך נישט קיין חילוק בין מלאולפים לחיהריהק. (דער פרט איז נאך דאס ארגסטע פון אלעם...)
דער דיאלעקט פונעם אונגערישער קטמץ (מלמטה), איז דער דיאלעקט פונעם ליטווישן מלאולפים.
(מ'בעט די ספרדי'שע, תימני'שע און ירושלמע'ר אידן זיך צו האלטן אין די ראמען. מיר האבן ערשט אנגעהויבן מיט די ליטווישע ברודער).