טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט
---
א ריכטער האט געאורטיילט אז ניו יארק סטעיט זאל אויפהערן אינפארסירן א נייע געזעץ וואס פארבאט צו רויכערן אין סטעיט פארקס, נאך א אנקלאגע פון א מענטשן-רעכטן גרופע אז די פארקס דעפארטמענט האט נישט קיין רעכט צו מאכן אזעלכע באשלוסן, וויבאלד די געזעץ איז קיינמאל נישט דורך אין די אסעמבלי און סענאט הייזער
די באשלוס איז נאר אויף די סטעיט פארקס, אין די סיטי פארקס מעג מען נישט וויבאלד די סיטי פארקס ווערן נישט דערמאנט אין די אנקלאגע, אויב מען וויל פאררויכערן א פיפקע אין פארק זאל מען קודם זיכער מאכן אז עס איז אונטער די סטעיט פארקס דעפארטמענט, אדער איז דא נאך א עצה.. אריינגעבן א אנקלאגע קעגן די סיטי פארקס דעפארטמענט...
עס איז דא 179 סטעיט פארקס אין ניו יארק סטעיט, און 7 דערפון געפונען זיך אין די סיטי