הילף איבער א טיקעט
דער פאליציי מאן טראכט נישט קיין צוויי און קומט אריבער צו פארן מיט זיין קאר און שטעלט זיך אינדערזייט פון מיר, קומט צו די ווינדאו כ'זאג אים היי און ער בעט מיך לייסענס און רעגעסטרעישן פליז, נו ווער בין איך נישט צו פאלגן סאו איך גיב אים עס אהין אן אים צו פרעגן אפי' ווי וואס ווען און פארוואס, כ'מיין וואס זאל איך אים געבן די הנאה אז ער איז בעה"ב איבער מיר און אז ער איז שטערקער פון מיר, (סארי ס'איז א חלק פון מיין שמינית שבשמינית זיך נישט אראפצולאזן צו קיינעם געווענליך) עני וועי ס'האט אים נישט געפאסט, סאו איך גיב אים אזוי איבער מיין לייסענעס און רעגעסטראמיע, זעה איך ווי ער קווענקעלט א מינוט ביז ער גיבט זיך א רוף אן דו יו נאו וויי א סטאפ יו, זאג איך אים בלויז נאו זאגט ער מיך אז איך האב געמאכט אלינקס אויף א גאס וואס מען טאר נישט, און ס'איז דא א סיין אז מ'טאר נישט, , זאג איך אים וועל איי דיט נאט סי איט. שוין. ער גייט צו זיין קאר און קומט צוריק נאך זיבן מינוט און דערלאנגט מיר א טיקעט, און פאנגט אן צו געבן אינסטראקשענס ווי אזוי צו פליען גילטי וכדומה, זאג איך אים טענק יו איי נאו, איך נעם דעם טיקעט, צו קנייטש עס אין צוויי אריינגפאקט אין לעדעלע און איך פאר זיך אוועק.
איצטערט ס'איז שוין דורך כמה וכמה יארן ב"ה וואס איך האב נישט באקומען קיין טיקעט, פשוט ווייל איך פאלג געווענליך דאס געזעץ, דרייו מיט סיטבעלטס אנע סעלפאון ספיד נישט וכדומה וכדומה, סאו בין איך דא אין א שטיקל פארלעגענהייט, פשוט כ'ווייס נישט וואס אזא טיקעט קאסט, איז עס פאונטס אדער נאר געלט, הייסט עס א מאווינג ווייעלעישען אדער וואס, און אויב יא וואס איז דער שטראף דערפאר?
און נאך א זאך ווער קען זיך אויס מיט די טאון אוו רעמעפאו, זענען זיי שטרענג אדער וואס, לוינט זיך אליינ'ס צו גיין אין קאורט אדער אפשר נעמען א לויער?
עני העלפ וואלד בי גרעיטלי עפרישיעטעד, יישר כוח למפרע פאר ווער עס קען מיר דא ארויס העלפען מיט נוצליכע אינפארמאציע.