סגולה וואסער

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 25, 2011 12:24 pm

סגולה וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלט »

א געוויסע ארגענעזאציע האט לעצטנס פארשפרייט מודעות איבער ׳סגולה וואסערן׳ וואס זיי גייען טיילן פאר אלע תומכים פון זייער מוסד, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן איז דא א מקור אויף אזעלעכע וואסערן? איך האב שוין געהערט אז מען פארטיילט כוס של ברכה פון א צדיק וואס האט א מקור נאך אין די גמרא, אבער וואסער וואס מ׳קלויבט צוזאם מארבע פינות העולם צו פארטיילן האב איך נאך קיינמאל געהערט.

איז דאס א נייע ערפינדונג, אדער האט עס עפעס א מקור מוסמך?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ווי כ'האב פארשטאנען פון זייער אדווערטייזמענט גייט עס זיין אין איין באטל די אלע סגולה וואסערן
קודם כל האבן זיי געברענגט גאלאנען ואסער מעבר לים? שנית והעיקר צאמגעמישטע וואסערן האבן אויך די זעלבע סגולה וואו צאמגעמישטע וויינען?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35900
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

סגולה קיכלעך איז נאך נישט פארהאנען?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

למעלה משבעים האט געשריבן: מיינסט דאס? http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=366

דארט ראעדט ער פון וויין, נישט וואסער.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28687
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

וועלט האט געשריבן: א געוויסע ארגענעזאציע האט לעצטנס פארשפרייט מודעות איבער ׳סגולה וואסערן׳ וואס זיי גייען טיילן פאר אלע תומכים פון זייער מוסד, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן איז דא א מקור אויף אזעלעכע וואסערן? איך האב שוין געהערט אז מען פארטיילט כוס של ברכה פון א צדיק וואס האט א מקור נאך אין די גמרא, אבער וואסער וואס מ׳קלויבט צוזאם מארבע פינות העולם צו פארטיילן האב איך נאך קיינמאל געהערט.

איז דאס א נייע ערפינדונג, אדער האט עס עפעס א מקור מוסמך?

די עסקנים שפרינגן פאר פרייד פון דיין תגובה, דאס ווייזט זיי אז די ערשטע האלב פון די מיסיע איז ערלעדיגט, דער עולם גלייבט אז מען האט געברענגט עפעס וואסער מעבר לים... זיי דאגה'ן זיך נאר אויב די סגולות ווירקן טאקע און זענען מקורות'דיג...
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

לכאורה האט געשריבן:

שפרינג וואסער?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

עס האט א פריערידיגע מקור
אינטערסאנט דו ווייסט נישט.....

'והלא מי רגלים יפין לה'
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פארוואס רופט מען נישט דאס קינד ביים נאמען? איז עס א סוד?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

יהיה כן האט געשריבן:
וועלט האט געשריבן: א געוויסע ארגענעזאציע האט לעצטנס פארשפרייט מודעות איבער ׳סגולה וואסערן׳ וואס זיי גייען טיילן פאר אלע תומכים פון זייער מוסד, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן איז דא א מקור אויף אזעלעכע וואסערן? איך האב שוין געהערט אז מען פארטיילט כוס של ברכה פון א צדיק וואס האט א מקור נאך אין די גמרא, אבער וואסער וואס מ׳קלויבט צוזאם מארבע פינות העולם צו פארטיילן האב איך נאך קיינמאל געהערט.

איז דאס א נייע ערפינדונג, אדער האט עס עפעס א מקור מוסמך?

עס האט א פריערידיגע מקור
אינטערסאנט דו ווייסט נישט.....

'והלא מי רגלים יפין לה'

הא? פרעג נאר אנעים!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28687
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: פארוואס רופט מען נישט דאס קינד ביים נאמען? איז עס א סוד?

"מקוה פאראייניגטע שטאטן"
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

קומט אפשר נישט דא, אבער כ'האב פונקט די וואך געזען אז ר' שלום אליעזר'ל מראצפערט זי"ע האט אמאל געזאגט
אז זיין טאטע דער דברי חיים זי"ע פלעגט געבן פאר די קינדער זיינע י"ב חלות זיי פלעגן דאס פארקויפן פאר די חסידים
אזוי האבן זיי געהאט טאשן געלט, פאר עם האט דער טאטע געהייסן פארקויפן פאר די אונגארישע חסידים ווייל ער וועט
זיין א אונגארישע רבי און פאר ר'י ישעי'לע טשעחובער פאר די פוילישע ווייל ער וועט זיין א פוילישע רבי, איינמאל האט ער
געזאגט אז די קינדער זאלן רעכענען מער ווייל די חלות זענען די וואך ספעציעל געלונגען.

האט ער דערציילט אז דער טאטע האט געפסק'נט אז מ'מעג עס אפברענען ס'זאל נפסל ווערן מאכילת כלב און מ'דארף
עס נישט פאברענען פאר חמץ.

האט ער געזאגט אויף זיך איך האב נישט געפאלגט און איך האב עס נישט געטון, וואלט איך יא געפאלגט און איך וואלט
עס נאך היינט געהאט און איך וואלט דערמיט געקענט מחי' מתים זיין.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

farshlufen האט געשריבן: סגולה קיכלעך איז נאך נישט פארהאנען?

זיכער איז פארהאנען.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

יוסף שרייבער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: סגולה קיכלעך איז נאך נישט פארהאנען?

זיכער איז פארהאנען.

פסחיגע?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

א סגולה צו ווערען גראב.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

האבעכדאך געוויסט אז ס'איז נישדט די פסחיגע - פסחיגע אידאך גלאטען פרי...
וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 25, 2011 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלט »

איך זע אז די חכמי הקרעטשמע האלטן אז דאס איז סתם ליצנות, און חוץ זאל ער קומען האט קיינער קיין זאכליכע מקורות. וועל מיר אויסווארטן ביזן אווענט פאר מעגליך מער אינפארמאציע.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

סי'ז נישט קיין ליצנות,
שטייט אין פסוק וברך את לחמך ואת מימך....
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דאס איז שוין אן אור-אלטע 'סגולה', און מען קען עס טרעפען אין יעדע קירכע.

http://en.wikipedia.org/wiki/Holy_water

#ליצנותא_דע"ז
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”