שרייבן פאעזיע. (בייגעלייגט א מפתח פון אסותא'ס פאומס.)
איך האב שוין ב''ה געהאט די זכיה צו שרייבן עטליכע פאום'ס דא אויפן וועלטל. און יעדעס מאל האט אן אנדערע געבעטן אז מען זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען 'וויאזוי שרייב איך פאעזיע?'
אטא דא האב איך אביסל פראבירט ארום צו רעדן איבער דעם ציל פון פאעזיע, און בעיקר 'וויאזוי קען איך שרייבן א פאום?'
עס איז דא פינף יסודות פון פּאָעזיע וואס איר דארפט וויסן ביים שרייבן א פאום. לאמיר אנהויבן מיט די ערשטע:
בילד.
די ערשטע יסוד פון פאעזיע איז דאס בילד. די חכמה פון פאעזיע איז ווען איר זענט מצליח אראפצומאלן א בילד פון א געוויסע געדאנק אדער געפיל. די ליינער דארף אויף א געוויסע אופן 'זען' און 'שפירען' דיין געדאנק, אנשטאט עס נאר וויסן. און דיין ארבעט איז צו מלביש זיין דיין געדאנק אין איינע פון די חושים מיט וואס א מענטש שפירט זאכן: זען, הערן, טאפן, שמעקן, און טעם.
נעמט צום ביישפיל שיר השירים, וואס אויסער אלע טיפע ענינים על דרך פרד''ס, איז עס א טיפע פאעזיע ווי דער חכם מכל אדם איז מלביש זיין לויטערע אהבה צום באשעפער אין אלע חושים וואס דער מענטש פארמאגט נאר. איר זעט אהבה, הערט אהבה, און טאפט אהבה.
דאס אראפמאלן א בילד איז א וויכטוגע יסוד, ווייל דאס ערלויבט אונז צו געבן צו שפירען אונזער געפילן אז יענער זאל ממש מיטשפירען, אנשטאט סתם דערציילן.
די פאקט איז אז אלס וואס מיר 'ווייסן' אויף די וועלט איז נאר דורך איינע פון די אויבענדערמאנטע חושים. זען, הערן, טאפן, שמעקן, און טעם. און אז איר ווילט אז מען זאל שפירען און אמתדיג פארשטיין אייער געדאנק מוזט איר עס מלביש זיין אין איינע פון די דאזיגע חושים.
צום ביישפיל: עס איז געווען ווען איך האב געשפרט א טיפע נאגעניש אין מיר, עפעס נאגט, נאגט, איך ווייס אליין נישט וואס, איך קען עס נישט בארואיגן מיט לאגיק, נאר מיט געפיל. דאן האב איך מיר געזעצט שרייבן מיין פאום 'א שפראך אן ווערטער'. איך האב עס קודם מלביש געווען אין די חוש פון הערן:
אסותא האט געשריבן: מיין הארץ
רעדט און זאגט.
אין א שפראך אן ווערטער.
בעט, וויינט, און קלאגט.
ווי א ניגון אן ווערטער.
צער. באדויער.
פרייד און טרויער.
אלס איין לאנגע ניגון,
אלס אן ווערטער.
דערנאך בין איך אריבער צו טאפן:
אסותא האט געשריבן: גארט און גליסט.
שלעפט מיין ברוסט.
ווי א קינד שלעפט דאס מאמע'ס קלייד,
און וויינט אן ווערטער.
דןא האב איך אביסל אריינגעברענגט דאס זען:
אסותא האט געשריבן: איך וויל טרייסטן פארט,
איך גיב א גלעט, א ווארט.
נעמט ער דאס גלעט.
ווארפט צוריק די ווארט.
ווייל עס טרעפט נישט קיין ארט,
אין א שפראך אן ווערטער.
די געדאנק איז, אז ווען איר משל'ט אויס אייער געפיל אין א געוויסע עקזיסטורענדע מציאות, וועט די ליינער קענען שפירען אקוראט דאס וואס איר שפירט ביים שרייבן.
***
ווערטער.
יעצט צום צווייטן יסוד: דאס ריכטוגע ווארט אויף דאס ריכטוגע ארט.
ווערטער איז די ציגל מיט וואס מען בויעט א פאום. און די דיכטער דארף מאכן די אויסוואל וועלכע ווארט יא צו ניצן, און וועלכע נישט. פאעזיע האט פון אייבג אן געניצט די וויינוגסטע ווערטער צו ערייכען איר ציל. און יעדעס ווארט וואס זי ניצט יא, איז וויכטוג, און איז דא פאר א סיבה. און דארף ווערן אויסגעקליבן מיט אסאך ישוב הדעת.
ווי אויך וועט א געלונגענע דיכטער אלעמענירן אלע אומנויטיגע ווערטער, אזוי אז יעדע ווארט טראגט א חידוש מיט זיך.
איז וואס איז די ריכטוגע ווארט?
יעדע ווארט האט עטליכע סינאנעמס, איז וועלכע זאל איך ניצן?
ווערטער ווערן געמאסטן לויט די פאלגענדע:
1) עס זאל האבן א געלונגענע קלאנג. דאס קענט איר טון דורך לייגן עטליכע ווערטער איינס נעבן די צווייטע וועלכע הייבן זיך אן מיט די זעלבע אות, צום ביישפיל: ' שמייכלט שטיל. שיינט ווי שטערן' ... דאס קלינגט גוט. (מערקט אז מען וועט נישט שרייבן שיינט ווי 'די' שטערן. מען עלעמענירט אלע אומנויטיגע ווערטער). אדער נאך א וועג עס זאל קלינגען גוט איז דורך ניצן ווערטער וואס האבן די זעלבע וואקאל צום ביישפיל: 'וויינט אליין' . וואס כאטש עס גראמט נישט האט עס א גוטע קלאנג. אודאי אויב איר קענט עס אויך מאכן גראמען וועט עס קלינגען נאך בעסער, ווי צום ביישפיל: 'לויפט און קויפט' . אדער 'פוסט און וויסט' . אבער עס קען גיין אן גראמען אויך. נאך א קולא וואס פאעזיע האט פון גראמען אז עס איז צומאל גענוג אז עס ענדיגט זיך מיטן זעלבן אות, כאטש עס גראמט נישט. צום ביישפיל: 'א ווינט לקי ל' .
2) די צווייטע זאך אויף וואס מען קוקט ביים קלויבן ווערטער אויסער די קלאנג, איז דאס פונקטליכע דעפענישאן און טייטש פון די ווארט. דאס הייסט פון אלע ווערטער וואס איר האט, קלויבט ארויס אט די וועלכע איז די פונקטליכסטע אפטייטש פון וואס איר ווילט זאגן. די ווארט וואס עס שטייט אינעם דיקשענערי.
די דריטע זאך, איז דאס געפיל וואס די ווארט ברענגט אטמאטיש ארויף מיט זיך. צום ביישפיל: די ווארט 'קענסער' טייטשט בעצם אן איבערפלוס פון איבריגע צעלן. די געפיל וואס עס ברענגט אבער מיט זיך איז פחד, שרעק,און אפילו טעראר, זארג, און הילפסלאזיגקייט.
יעצט אויב איר וועט זיך שטעלן חשבון'ען ווערטער, וועט איר נישט קענען אין די זעלבע צייט זיך אויך קאנצעטרירן אויף אייער געפיל, און שרייבן די פאום ספאנטאן. און דאס איז קריטיש פאר די נשמה פון די פאום. איז וואס קען מען טון? קודם לאזט אייער ווערטער פליסן וויאזוי עס קומט ארויס, שרייב, שרייב, קוק נישט עס זאל גראמען, שטומען, נאר שרייב, שרייב,ספאנטאן, און ערשט ווען איר זענט געענדיגט הייבט אן איבערצוגיין, איז די ווארט באמת וויכטיג? איז עס באמת ריכטוג? אפשר קען אן אנדערע בעסער שטומען? אפשר דאס? אפשר אזוי?...
וועט איר פרעגן, וועלכע פון די דריי איז וויכטוגער, די קלאנג? די אפטייטש? אדער די געפיל? דאס דארפט איר אליין באשליסען ווען איר זעט אייער פאום. יעדע מאל עפעס אנדערש.
***
ריטעם.
וואס איז דאס ריטעם?
ווען איר ליינט א פאום, פילט איר געווענליך ווי די ווערטער טריפט פונעם מויל. ריכטוג? איר וועט עס אלץ ליינען מיט א געוויסע ניגון, א געוויסע טאקט, אדער ווי מען ריפט עס, א געוויסע ריטעם.
וויאזוי מאכט מען דאס? וויאזוי פארזיכערט מען אז עס זאל זיך אטאמאטיש ליינען מיט א ריטעם?
צו דעם איז אויך דא עטליכע וועגן. די ערשטע איז פשוט: גראמען.
צום ביישפיל:
אסותא האט געשריבן: פון מיין צישטורעמט וועלטל
איך עפן אויף א טירל
בליקט ארויס א טרער
לויפט ארויס א שנירל.
לויפט ער אין געיעג
איך שענק אים מיין בליק.
איך באגלייט אים האלב וועג
און צו מיין וועלטל לויף איך צוריק.
דאס ליינט זיך מיט גאנץ א גוט ריטעם. (די לעצטע שורה למעשה האב איך פארפעלט פון זיך האלטן צו די סילעבועס, און דאס נעמט א טראפ אוועק די ריטעם ווי מיר וועלן שפעטער צו קומען).
גראמען וועט אייך פארזיכערן א גוטע ריטעם און עס איז נישט אזוי שווער טעכניש, אבער עס קען אייך אויך אריין צווינגען אין ווערטער וואס איר וואלט קיינמאל נישט געוואלט נוצן. און דאס קען אוועק נעמען די נאטורליכקייט, און ספאנטאנקייט פון די פאום. איר קענט אויך פראבירן ווערטער וואס גראמען כמעט, כאטש וואס א גראמער וואלט דאס נישט געניצט, אבער איר זענט נישט דא צו מאכן גראמען, איר דארפט נאר דאס ריטעם דערפון.
צום ביישפיל: 'וועלטל' און 'טירל' זענען בעצם נישט קיין גראם אבער זיי האבן אן ענדליכע קלאנג.
איר קענט אויך באקומען א ריטעם ווען עס גראמט די מיטן פון די זאץ, מיט די מיטן פון די אנדערע זאץ, און לאו דווקא ביים סוף.
יעצט די וויכטוגסטע פונקט פאר א געלונגענע פאום איז די סילעבולס.
אויב יעדע זאץ איז די זעלבע לאנג, און די לענג פון אלע זאצן לויפן אויף א געוויסע סדר, וועט איר אייבוג האבן א געלונגענע ריטעם!
איז וויאזוי רעכנט מען די לענג פון ווערטער? דורך סילעבולס.
ווען איר ווילט מעסטן ווי לאנג נעמט צו זאגן א ווארט, טוט איר דאס נישט לויטן סכום אותיות, נאר לויטן סכום וואקאלן. צום ביישפיל: די ווארט 'באבע' נעמט לענגער צו זאגן פון דאס ווארט 'שטארק'. כאטש וואס באבע האט 4 אותיות, און שטארק האט 5 אותיות, ווייל 'באבע' האט למעשה 2 וואקאלן, און 'שטארק' האט נאר 1 וואקאל.
איז ווען איר מאכט א פאום שטעלט עס אויס אז עס זאל האבן די זעלבע סכום סילעבולס. (עס מוז נישט זיין ממש יעדע זאץ לאמיר זאגן 5 סילעבולס, עס קען אויך זיין אז איינס זאל האבן 5 און איינס 4, אדער איינס 5 און איינס 6,) אדער אז די סילעבולס זאלן לויפן אויף א געוויסע סדר.
צום ביישפיל:
אסותא האט געשריבן: די טינקלקייט,
פון נאכט.
שווארץ. געדעכט.
זאגט אסאך,
שטיל, און שלעכט.
אבער,
זאגט אויך אן,
אויף טאג...
אה, די ליכטיגקייט,
פון טאג.
ליכטיג. לייכט.
זאגט אסאך,
שמייכלט פייכט.
אבער,
זאגט אויך אן,
אויף נאכט...
עס לויפט אויף אזא סדר:
4
2
3
3
3
2
3
2...
די קומענדיגע פאראגראף לויפט אויף ממש די זעלבע סדר:
5
2
3
3
3
2
3
2...
יעצט ליינט איבער די פאום. שטימט?
***
מעטאפאר.
אין די ליטעראטור וועלט איז דא אזא מושג וואס ריפט זיך 'סימעלי', דאס הייסט א פארגלייך. בבחינת משל ונמשל. צום ביישפיל: 'דאס לעבן איז ווי א טייך' איז א טיפישע סימעלי. דערנאך איז דא א מושג וואס ריפט זיך מעטאפאר. א מעטאפאר איז ווען עס איז נישט ווי א משל אוןא נמשל, נאר די משל איזדי נמשל. איר קענט דאס טון אויף צוויי אופנים.
א ביישפיל פון א דירעקטע מעטאפאר: 'דאס לעבן איז א טייך'.
א ביישפיל פון אן אומדערעקטע מעטאפאר: 'דאס טייך פון לעבן'.
א מעטאפאר איז פיל שטערקער פון א פשוטע סימעלי, אבער ווי פארשטענדליך איז נישט איבעראל מעגליך צו ניצן מעטאפאר, און איר מוזט ווייטער נוצן א סימעלי. ווי צום ביישפיל:
ווי איר זעט האב איך דא יא געמיזט זאגן 'ווי'.אסותא האט געשריבן: גארט און גליסט.
שלעפט מיין ברוסט.
ווי א קינד שלעפט דאס מאמע'ס קלייד,
און וויינט אן ווערטער.
נאך עטליכע געדאנקן ארויס צו ברענגן דיין געדאנק אויסער מעטאפאר. (דאס זענען גוטע טיפס אויך פאר פשוט שרייבן, און לאו דוקא פאר פאומס).
כארקטער: געבט פאר אן אביעקט, אדער סיי וואספארא זאך, א מענטשליכע כאראקטער. צום ביישפיל: 'די זון לאכט' , אדער 'שעמעדיגע שיך' .
אקסימארן: 'א דינערדיגע שטילקייט' , איז א טיפישע אקסימארן.דאס ברענגט ארויס די שטארקייט פון די שטילקייט דורך ניצן א פארקערטע ווארט ווי 'דינער'. נאך א ביישפיל איז: 'א טאשקע, פול מיט גארנישט' .
איבערשאצן: דורך אויפבלאזן א זאך אין א גוזמא'דיגע גרויסקייט, געהט אויך צו א שטארקייט צום ווארט, בילד, אדער געדאנק.
אינטערשאצן: טוט די זעלבע אויף צו מאכן שוואך.
***
נושא.
ווען איך האב ארויף געלייגט מיין לעצטיגע פאום 'צווישן מיין טעג און נעכט' האב איך אריין געכאפט א פסק:
געלעגער האט געשריבן: זייעא זייער שיין. אבער פארוואס אזוי אוממוטיג? מאך עפעס לעבעדיג, עפעס דערפרישענד. לאז אזאנע סארט פאעזיעס פאר ימי בין המצרים. (איך ווארט פון דיר איינס און אזעלעכס דעמאלטס)
לאמיר זיך פארענטפערן.
ווען מען זעצט זיך שרייבן א פאום דארף מען עפעס ארויסברענגן. דאס קען זיין א געפיל א געדאנק אדער סיי וואס. אויב איר האט שוין אמאל געליינט די פאומ'ס פון אונזערע אלע באוויסטע דיכטערס מיט ארום זעכציג זיבעציג יאר צוריק, האט איר מן הסתם אויפגעפאסט אס רובא דרובא זענען אומעטיגע און פארצווייפלטע פאומס. די סיבה דערצו איז ווארשיינליך וויבאלד ווען א דיכטער איז פארצווייפלט, פארצערט, פילט ער א געוויסע דראנג ארויסצוברענגן זיין מחשבות אויפן פאפיר, און ער וועט טון אלעס אין דער וועלט ארויסצושטיפן זיין פארצווייפלינג דורך די פענע. דאקעגן, ווען ער איז פרייליך, אויפגעלייגט, גייט ער ס''ה ארויס אויפן גאס און לאכט צו די וועלט. ער פילט נישט אזא געדראנג ארויסצושטיפן זיין פרייליכקייט פון זיך.
למעשה אבער, ווען איר זעצט זיך שרייבן א פאום דארפט איר וויסן וואס איר ווילט ארויס ברענגן. אפי' איר זענט נישט קלאר מיט וואס איר פילט, דאך קענט איר 'דאס' ארויסברענגן. אויף אייער אייגנארטיגע שטייגער.
וואס איר ברענגט נאר ארויס, מוז דאס אבער זיין אדער א נייע געדאנק, א נייע וועג פון קוקן אויף א זאך,אדער אפי' אן אלטע געדאנק ארויס געברענגט אויף נייע אופן.
***
די קונסט פון פאעזיע איז פיל גרעסער פון מיינע עטליכע ווערטער, און דאס איז נאר א טיפה מן הים. אבער אין די טיפה איז אויך אריין פיל פיל ארבעט. עס איז אבער נאך דא פיל צו זאגן. איך האף אז די עולם וועט שטעלן פראגעס, שאלות, פאומס, הסבירים, און תגובות, און אזוי ארום וועל איך מיר קענען בעסער מסביר זיין, און אויסקלארן.