חבורת "זכרו בהלכה" ללימוד שו"ע או"ח
מעלדונג איבער פרישער מסגרת "זכרו — הלכה" ללימוד הל' או"ח חלק א', רופט אויס שטארקע התפעלות
מיט א שטארקע הנאה וחדות הנפש האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די בשורה טובה תדשן עצם, וואס כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געמאלדן בתוך דברות קדשו, אז נאך וואס מ'זעט ב"ה די גרויסע הצלחה פון לימוד מסכתות הש"ס אויפ'ן סדר פון לימוד וחזרה, וועט מען אי"ה איינפירן א פרישן מסגרת צו לערנען "הלכה" אין הלכות אורח חיים, אויפ'ן זעלבן אופן, וואס וועט ווערן באגלייט פון חשוב'ע דיינים ותלמידי חכמים, וועלכע וועלן קובע זיין די שיעורים מיט ישוב הדעת, אז ס'זאל זיין א דבר השוה לכל נפש אויפ'ן ריכטיגן אופן ודרך הלימוד, וואס זאל פארזיכערן די הצלחה וקנין הלימודים.
דער רבי שליט"א האט דערביי אויסגעשמועסט דעם גרויסן ענין פון לימוד הלכה, בפרט הלכות אורח חיים חלק א', וואס זענען הלכות פּסוקות וואס זענען נוגע יעדן איד, יעדן איינציגן טאג, מבוקר ועד הערב, זיך צו קענען פירן על מבועי התורה וההלכה, און אויף דעם איז געזאגט געווארן דער הליכות עולם לו, אל תקרי הליכות אל הלכות, און דער שכר דערויף איז זייער גרויס, ווי מיר זאגן יעדן טאג "כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא".
בפרט ביי אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר איז באקאנט אז כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זי"ע האט שטענדיג פארלאנגט פון תלמידיו וחסידיו, מ'זאל לערנען "שולחן ערוך" הלכה למעשה, ווי דער רבי איז מאריך בספרו הק' ויואל משה, אז דער תכלית הלימוד איז צו וויסן את הדרך נלך בה ואת המעשה אשר נעשה, און כידוע האט דער רבי דאס קובע געווען אין דער ישיבה הק', און שטענדיג געפאדערט אז די תלמידי הישיבה זאלן לערנען, אין צוגאב צו מסכתות הש"ס, קביעות'דיגע שיעורים אין שו"ע ולימוד הלכה וואס איז דער יסוד לשמירת התורה והמצות, והתלמוד מביא לידי מעשה.
ווי עס ווערט איבערגעגעבן פון די "זכרו" עסקנים גייען אן אין די איצטיגע טעג די באראטונגען מיט די חשוב'ע חברי הועד, הרבנים הגאונים שליט"א, וועמען רבינו שליט"א האט ממנה געווען, און עס ווערן אויסגעארבעט אלע גענויע פּרטים, כדי צו קענען פאָרשטעלן בקרב הימים בעז"ה פאר'ן ציבור א דבר השלם, מיט א גענויען לוח הלימודים, בסדר יפה אף נעים, וואס אנטשפּרעכט אי"ה פריש מרומם צו זיין דעם קרן התורה, ווען הונדערטער אידן וועלן זיך אנשליסן אינעם לימוד חזרה וקנין הלכה במסגרת חבורת "זכרו — תורת משה".
מתוך דבר הלכה!
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.