דער זאל איז געווען 'פיל' אדער 'פול'?
איך מיין דער זאכווארט איז אלעמאל 'פול' חוץ די אזשעקטיוו למשל 'איבערגעפילט' אדער "פיל אן די גלעזל וואסער".
אזויווי אין ענגליש איז אויך פארהאן FILL (ווע"רב) אדער FULL (נא"ון).
די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער
מאָזעס האט געשריבן: אימיצער ווייסט צי דאס ווארט "צי" מיינט אויך אדיוט (jerk), אזוי ווי גוגל טראנסלייט זעצט איבער?
מאָזעס האט געשריבן: אימיצער ווייסט צי דאס ווארט "צי" מיינט אויך אדיוט (jerk), אזוי ווי גוגל טראנסלייט זעצט איבער?
מאָזעס האט געשריבן: אימיצער ווייסט צי דאס ווארט "צי" מיינט אויך אדיוט (jerk), אזוי ווי גוגל טראנסלייט זעצט איבער?
קנאפער ידען האט געשריבן:מאָזעס האט געשריבן: איינער קען קלאר מאכן פארוואס זשע שרייבן מיר "יודיש" אזוי: "אידיש" מיט אן אלף, לכאורה איז אסך ריכטיגער צו שרייבן אט אזוי: "יידיש"?
פארוואס עפעס? ווא זעסטו - אין אונזער היימישן אידיש אז צוויי יו"ד'ען זאלן געזאגט ווערן מיט א חיריק?
שמחת עולם האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:מאָזעס האט געשריבן: איינער קען קלאר מאכן פארוואס זשע שרייבן מיר "יודיש" אזוי: "אידיש" מיט אן אלף, לכאורה איז אסך ריכטיגער צו שרייבן אט אזוי: "יידיש"?
פארוואס עפעס? ווא זעסטו - אין אונזער היימישן אידיש אז צוויי יו"ד'ען זאלן געזאגט ווערן מיט א חיריק?
מיר געפונען בעיקר צוויי אופנים ארויסצושרייבן דאס ווארט: "יידיש" און "אידיש", אויך זענען דא אזעלכע וואס שרייבן "יודיש". אלע דריי וועגן זענען בעצם נישט 100 פראצענט ריכטיג. פארוואס?
די גראמאטיק פון דאס יידישע שפראך איז געבויעט אויף די גראמאטיק פון דאס דויטשע שפראך, און ווי מען שרייבט א U אויף דויטש (ווי למשל JUDE) ווערט געשריבן אויף יידיש א וא"ו (יוד), דארט ווי מען שרייבט אויף דויטש א Ü אדער א i (ווי למשל J ÜD ISCH) שרייבט מען אויף יידיש א "י" (דארף זיין אזוי: י יד יש), דאס הייסט אז לויט די יידישע גראמאטיק איז דער בעסטע וועג צו שרייבן "יידיש". די פראבלעם דערפון איז אבער, אז אויף לשה"ק געפונען מיר נישט אז דארט ווי דער "י" ווערט גענוצט אלץ consonant זאל קומען גלייך נאך איר א "י" וואס איז א vowel (וידם אהרן, ויגש אליו... מען קען עס נישט שרייבן: ויידם, וייגש...), ממילא איז דאס נישט אויסגעהאלטן לויט די לשה"ק דקדוק. (כאטש וואס אויף יידיש געפונען מיר אסאך זאכן וועלכע זענען נישט אויסגעהאלטן לויט דקדוק).
די אנדערע וועג פון שרייבן "אידיש" איז אויסגעהאלטן לויט דקדוק אבער איז נאר ריכטיג פאר די ארץ ישראל'דיגער.
און די אופן פון שרייבן "יודיש" איז טאקע זייער שיין, אבער ריכטיג איז עס נישט ווייל עס גייט נישט לויט די כללים פון יידיש.
מאָזעס האט געשריבן:
געזעסן (אינפינטיוו: זיצן) - לשבת (Sit). געזעצן - חוקים (Rules).
דוגמא: דער רב איז געזעסן איבער א ספר. אבער: זיי זיצן שוין לאנג. א פאליציאנט איז מענטש וועלכער איז פאראנטווארטלעך מען זאל האלטן די געזעצן.
מאָזעס האט געשריבן: מ'קען אויך צולייגן אז "האָן" איז תרנגול - א זכר, און "הון" איז תרנגולת - א נקיבה.
שמחת עולם האט געשריבן: "ברודער" און "ברידער" - ברודער מיט א וא"ו איז לשון יחיד (מיין ברודער) - ברידער מיט א יו"ד איז לשון רבים (מיינע ברידער).
אנעים זמירות האט געשריבן:מאָזעס האט געשריבן: מ'קען אויך צולייגן אז "האָן" איז תרנגול - א זכר, און "הון" איז תרנגולת - א נקיבה.
הין.
---
ווערטעל פאר דער וואס פארשטייט ענגליש:
וואס קומט ארויס טאמער איז מען משדך א רעביט מיט א טשיקען?
נישט אהין און נישט אהער.
אנעים זמירות האט געשריבן: איינער האט מיך פארציילט ווען ער איז געוועהן אין פריזענט 1 האט ער אמאל געכאפט א מייז 2 מיט איין הענט 3 , און עס געפיטערט א 4 אייער 5 . איך מיין אבער אז ער האט סתם געזאגט א ליגענט 6 .