די היסטאריע פון כינע אין באצוג צו האנג-קאנג
אין ליכט פון די באנייטע פראטעסטן אין האנג קאנג, איז כדאי אביסעל צו פארציילן די היסטאריע פון כינע אין באצוג צו האנג-קאנג, צו פארשטיין במה דברים אמורים.
כינע (China) איז זייער א אלט לאנד, פון די עלסטע מדינות אין די וועלט. פארשטייט זיך עס איז נישט די פלאץ אריינצוגיין אין די גאנצע לאנגע היסטאריע פון כינע, ווייל מיר ווילן בארירן נאר וואס איז נוגע צו די יעצטיגע געשענישן.
אלזא אין די סוף 18'דרייסיגער יארן, האט אויסגעבראכען א קריג צווישען די בריטישע אימפעריע און כינע. כינע איז געווען דאן אונטער די פירערשאפט פון די "טשינג דינאסטיע" (Qing dynasty), די לעצטע פון א רייע איפאריעליסטישע דינאסטיעס. ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך איז יענע יארן אויך געווען אזוי, אז כינע איז געווען א גרויסע עקספארטער פון זאכן. און צווישען כינע און אייראפע, איז געווען א אומבאלאנס, ווייל כינע האט נישט געהאט קיין גרויסע זאכען צו אימפאטירן פון אייראפע. די סיבה פארוואס כינע האט נישט געהאט קיין סאך זאכען צו אימפאטירן, איז צוליב די שטרענג "קענטאן סיסטעם" (Canton System) וואס כינע האט איינגעשטעלט אין איר טערעטאריע, וואס האט זייער קאנטראלירט וואס זאל יא אדער נישט ארויס פון כינע, אזוי אז אלע באדערפענישן פון כינע, איז געווען צו געפינען אין כינע זעלבסט.
בריטאניע צו פארעכטן די פראבלעם, האט אנגעהויבן עקספאטירן "אופיום" קיין כינע. א דראג וואס איז געווען לעגאל צו פלאנצען אין בריטאניע.
כינע האט דאס נישט געשמעקט. און א קריג האט אויסגעבראכען צווישען די צוויי - די קריג איז באוויסט אלס "די ערשטע אופיום מלחמה" (First Opium War). די קריג איז אנגעגאנגען פון יאר 839' ביז יאר 842'. אין 841' איז שוין געווען א פראוו אפצושטעלן די געוואלטאטן - די קאנווענטשען פון טשאנפי (Convention of Chuenpee) - אבער האט זיך נישט אויסגעארבייט.
אביסל שפעטער אין יאר 842', איז געווען א פרישע קאנווענטשען, ווי די צוויי קריגערישע צדדים האבן אויסגעהאמערט א שטילשטאנד. די טריטי איז באוויסט אלס "די טריטי פון נעקינג" (Treaty of Nanking). דאס איז געקומען צוליב די גרויסע נצחונות וואס די בריטישע מיליטער האבן אפגעהאלטן. כינע האט זיך געבראכען, און באוויליגט צו אויפגעבן אויף די "קענטאן סיסטעם" אזוי צו עפענען אירע גרענעצן, צו באלאנסירן די אימפארט\עקספארט פון כינע קיין אייראפע.
אבער אז מען געט א פינגער ברויך מען א האנט, האט בריטאניע - מיטן שיסער צום קאפ פון כינע - אויך פארלאנגט געוויסע טערעטאריעס ביי די אונטערשטע עק פון כינע, אז דאס זאל אריבערגיין צו די אייגענטום פון גרויס-בריטאניע. כינע האט אן קיין ברירה מסכים געווען.
דאס איז געווען וויאזוי די ערשטע שטיקל פון וואס איז היינט "האנג קאנג" איז אריבער צו בריטאנישע בעלות.
אין 856' האט בריטאניע פארלאנגט, אז כינע זאל מאדעפעצירן די "טריטי פון נעקינג", און מאכען נאך פרייער אירע מארקעטן פאר אימפארט, און ווידער א פארלאנג צו לעגעלאזירן די אימפארט פון אופיום. כינע האט נישט מסכים געווען און די "צווייטע אופיום מלחמה" (Second Opium War) האט אויסגעבראכען.
די קריג איז אנגעגאנגען פון 856' ביז 860'. אין די קריג האט אויך אנטייל גענומען פראנקרייך. בעצם האט מען שוין כמעט אפגעשטעלט די מלחמה אין 858' - מיט צוויי טריטיס, די "טריטי אוו טיינסטין" (Treaty of Tientsin) און די "טריטי אוו עיגאן" (Treaty of Aigun) - און אין א געוויסע זין ווערט די קריג פון 858' און ווייטער גערופען די "צווייטע העלט" פון "די צווייטע אופיום קריג" - אבער אין די לעצטע מינוט, זענען די געמיטער געווארן נאכאמאל אויפגעהעצט.
אין 860' האט כינע ווידעראמאל געהאט פארלוירן די קריג. און די טריטיס פון 858, וואס האבן כמעט אפגעשטעלט די צווייטע אופיום מלחמה זענען געווארן אופגעפרישט און פארברייטער אין די נייע "קאנווענשטען אוו פעקינק" (Convention of Peking).
אין די נייע טריטי, איז חוץ פון גרויסע קאנסעסיעס אין מער אפענע גרענעצן וכדו', האט כינע געדארפט אויפגעבן נאך לאנד צו בריטאניע פון וואס איז היינט האנג קאנג.
אין 894' האט אויסגעבראכען די "סינא יאפענעזע מלחמה" (First Sino-Japanese War). דאס איז געווען א קריג צווישען כינע און יאפאן, איבער די בעלות אויף קאריע.
נאך 6 חדשים, האט כינע ביטער פארלוירן צו יאפאן, און זיך געבעטן פאר א פייער אפשטעל.
אין א טריטי "די טריטי אוו שימאנעסעקי" (Treaty of Shimonoseki) האט כינע אונטערגעשריבן א האנדל אפמאך מיט יאפאן ענדליך צו די האנדל אפמאך מיט בריטאניע וואס האט גענדיגט די צוויי אופיום מלחמות, כינע האט אנערקענט די זעלבסטענדיקייט פון קאריע, זי האט איבערגעגעבן בעלות צו יאפאן אויף וואס איז היינט "טייוואן" (Taiwan), און די "פענגאו" (Penghu) אינזלען דערנעבן, און נאך א פראווינס אין כינע זעלבסט, און האט באצאלט א גרויסע סומע געלט פאר יאפאן. דאס האט געברענגט צו א ענדע פון יענע שלאכטן.
בריטאניע, אין ליכט פון כינעס אפשוואכונג, האט זיך צוגעכאפט און פארלאנגט פון די שוואכע כינע נאך טערעטאריע - די איבריגע חלק וואס איז היינט האנג קאנג -. כאטש ווי געשריבן האט שוין בריטאניע געהאט חלקים פון וואס איז היינט האנג קאנג פון פריערדיגע אפמאכען, אבער יענע צוויי חלקין זענען נאר געווען א קליין חלק פון די האנג קאנג טערעטאריע.
אין די נייע פארלאנג האט בריטאניע פארלאנגט נאך א גרויסע חלק, און אין די "קאנווענטשען פאר די אויסשרייטונג פון די האנג קאנג טערעטאריע" (Convention for the Extension of Hong Kong Territory) האט כינע בלית ברירה מסכים געווען. די יעצטיגע טערעטאריע באוויסט אלס די "נייע טערעטאריע (New Territories) איז 86.2 פראצענט פון היינטיגן האנג קאנג.
אבער דא איז געווען אביסל אנדערשט ווי די פריערדיגע צוויי אפמאכען, אז בריטאניע האט נאר פארלאנגט א 99 יאר ליעס אויף די טערעטאריע, נישט אינגאנצען עס איבערצוגעבן. אין די אויגן פון בריטאניע איז 99 יאר גווען אזוי לאנג, אז עס האט "געמיינט" אויף אייביג.
דורכאויס די יארן, זענען די דריי טערעטאריעס געווארן ווי איינס. און מען האט געבויט אינפעסטרוקטור צווישען די חלקים, כאילו עס איז בכלל נישט געווען קיין חילוק אין זייערע בעלות. און די עקענאמיע, ביזנעס און טרעיד אין האנג קאנג האט שטארק מצליח געווען.
אבער אזוי ווי די ענדע פון די 99 יאר איז אנגעקומען, האט מען אנגעהויבן ווערן נערוועז אין האנג קאנג, אין כינע און אין בריטאניע, צו א צוטיילונג צוויעשן די טערעטאריעס פון די ערשטע צוויי אפמאכען און די דריטע וועלן צושטערן די בליענדע עקענאמיע אין האנג קאנג.
צו פארמיידן אזא פראבלעם, און נאך העפטיגע פארהאנדלונגען, האט בריטאניע באשלאסן איבערצוגעבן צוריק צו כינע די גאנצע טערעטאריע פון האנג קאנג, מיט באדינגונגען אז זי בלייבט מיט א געוויסע אוטאנאמיע, אונטער די סלאגאן "איין לאנד צוויי סיסטעמען" (one country, two systems). דאס האט געלויטעד, אז פאר פופציג יאר פון די איבערגעבן פון האנג קאנג צו כינע (ביז יאר 047') - וועט האנג קאנג האבן פולע אוטאנאמיע אין באצוג צו אינערליכע ווירטשאפט - אונטער א אייגענע פירער די "טשיפ עקסעקעטיוו פון האנג קאנג" (Chief Executive of Hong Kong), בשעת אויסערליכע ווירטשאפט וועט ווערן געפירט דורך כינע.
דאס פאקטישע איבערגעבן איז געווען, יולי דער ערשטער, יאר 997'.
דורכאויס די קומענדע יארןף, איז אלס געווען פארלאנגען אויף מער אוטונאמיע. דערווייל איז די עיקר אוטונאמיע - דאס ערוועלן די "טשיפ עקסעקעטיוו פון האנג קאנג" נישט געווען אמת'דיג. די טשיפ עקסעקעטיוו איז געווארן ערוויילט דורך א קאמיטע געשטעלט פון כינע. די האנק גאנג איינוואוינער האבן פארלאנג דירעקטע רעכטן צו ערוויילן זייער פירער, און אין יאר 007' האט כינע דערקלערט, אז אין די וואלן פאר טשיפ עקסעקעטיוו פון יאר 017' וועלן די וואלען גיין מיט די אלטוועלטליכען געזעץ פון "יונעווערסעל סופערידזש" (Universal suffrage) וואס באדייט אז יעדע ערוואקסענער האט די רעכט צו שטימען אין די וואלן.
די פרייד איז אבער געווען פריצייטיג. אין יוני פון היינטיגן יאר, האט כינע ארויסגעגעבן א "הסבר" אויף די פולע רעכט צו שטימען. אמת יעדער וועט קענען שטימען, אבער נאר פון א ליסטע פון דריי קאנדידאטען, וואס זי - כינע - שטעלט ארויס!
דאס האט אנגעהויבן די נייע רידערייען, און די געוואלטאטן, און פראטעסן.

"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש