טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

ישמח מלך
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 23, 2020 1:32 pm

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמח מלך »

אויב גלאזירט, המנהג לטבול בלא ברכה
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21665
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

זאלץ מעסטל:
די גלעזער דארף טבילה. די זילבער דארף אויך טבילה?
אטעטשמענטס
salt holder.jpg
salt holder.jpg (29.44 KiB) געזען 392 מאל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
קונטרס
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

moishy56 האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:48 am
זאלץ מעסטל:
די גלעזער דארף טבילה. די זילבער דארף אויך טבילה?
ניין.
ווייל דער סדר איז אז מניצט נאר מיט די גלעזלעך. אין זיי זענען חשוב פאר זיך אין ווערן נישט בטל צום זילבער
מחשבהטובה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבהטובה »

אלס איינער וואס פארקויפט כלים און איז עוסק אסאך און די ענינים פון טבילת כלים...
לדעת האור זרוע איז טבילת כלים בזה"ז דאורייתא, איז אייביג כדאי צו צחמיר זיין (אויפ'ן ברכה איז פארקערט ווען סאיזדא א ספק זאלמען נישט מאכן א ברכה אלץ ספק ברכות להחמיר).
99% עלעקראנישע כלים גייען נישט קאליע, מער נייע דיג'טל כלים קענען יא חרוב ווערען און מ'דארף טרייען עס מישט צו קויפן.
לגבי כלים וואס מקען נישט טובל'ען למשל קאפי מאשינען וכדומהיעשו שאלת חכם, א חלקרבנים עצה'נען צו עסגעבען פארא גוילמרותדי טענהפון רעק"א וכדומהאז נראה כמערים...
א חלק רבנים פסקנען צוצונעמען און אנדערע זאגן אז אויב מ'קען עס נישט טובל'ן איזעסנישט מחויב טבילה.
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21665
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

דארף מען ע''פ הלכה טובל'ן א שטארקע ''פלאסטיק'' כלי?
מ'פלאנט עס צו ניצען 1,000 מאל.

.
אטעטשמענטס
bowllslslslsls.jpg
bowllslslslsls.jpg (155.76 KiB) געזען 347 מאל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
SimpleSimon
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 11, 2018 10:02 am

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SimpleSimon »

moishy56 האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 6:38 am
דארף מען ע''פ הלכה טובל'ן א שטארקע ''פלאסטיק'' כלי?
מ'פלאנט עס צו ניצען 1,000 מאל.

.
יש מנהגים לכאן ולכאן והמקיל יש על מי לסמוך והמחמיר לא הפסיד. פארשטייט זיך בלי ברכה.
אחיך
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 29, 2016 10:25 am

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחיך »

אין וועלעכע שוהלן אין וויליאמסבורג איז דא א ספעציעלע כלים מקוה ?
וחי "אחיך" עמך
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3496
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

ווען מ’קויפט א ’בעטי קראקער’ (Betty Crocker) שטייט אויפן באקס אז מ’דארף עס נישט טובל’ן מיט א הכשר פון OK. איז די הכשר בסדר בנוגע טובל’ן כלים? אדער....?
Benjamin Franklin: BEWARE OF LITTLE EXPENSES - A SMALL LEAK WILL SINK A GREAT SHIP

[email protected]
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע:עולם השקר

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 11:47 pm
ווען מ’קויפט א ’בעטי קראקער’ (Betty Crocker) שטייט אויפן באקס אז מ’דארף עס נישט טובל’ן מיט א הכשר פון OK. איז די הכשר בסדר בנוגע טובל’ן כלים? אדער....?
די פון בינגא איז בסדר, די אנדערע שוואכער.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
המעוררים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 12:25 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעוררים »

לאשתמודעתא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 11:49 pm
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 11:47 pm
ווען מ’קויפט א ’בעטי קראקער’ (Betty Crocker) שטייט אויפן באקס אז מ’דארף עס נישט טובל’ן מיט א הכשר פון OK. איז די הכשר בסדר בנוגע טובל’ן כלים? אדער....?
די פון בינגא איז בסדר, די אנדערע שוואכער.
מהיכן דנתנו?
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע:עולם השקר

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

לאשתמודעתא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 11:49 pm
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 11:47 pm
ווען מ’קויפט א ’בעטי קראקער’ (Betty Crocker) שטייט אויפן באקס אז מ’דארף עס נישט טובל’ן מיט א הכשר פון OK. איז די הכשר בסדר בנוגע טובל’ן כלים? אדער....?
די פון בינגא איז בסדר, די אנדערע שוואכער.
פון OK וועבזייטל
Limited lots of Betty Crocker Pizza Maker Plus Model # BC2958CRW are manufactured under contract where the Jewish importer takes full ownership of all raw materials and components that will be used in the manufacturing of the appliance. These lots will have the OK symbol on the box. Additionally, Betty Crocker Pizza Maker Plus Model # BC2958CRW is contracted in a way that the importer retains ownership throughout the manufacturing process until the final product is produced.

There are varying opinions within Jewish law whether a utensil manufactured under Jewish ownership and is transferred to a non-Jewish retailer (for the sole purpose of re-selling it), requires Tevila (immersion). The Rabbinic authorities at OK Kosher have determined that it does not.

When the Betty Crocker Pizza Maker Plus bearing the OK symbol is purchased at Bingo, it is acceptable without Tevila according to all opinions.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
ברוכאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכאוויטש »

לאשתמודעתא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 11:50 pm
לאשתמודעתא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 11:49 pm
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 11:47 pm
ווען מ’קויפט א ’בעטי קראקער’ (Betty Crocker) שטייט אויפן באקס אז מ’דארף עס נישט טובל’ן מיט א הכשר פון OK. איז די הכשר בסדר בנוגע טובל’ן כלים? אדער....?
די פון בינגא איז בסדר, די אנדערע שוואכער.
פון OK וועבזייטל

Limited lots of Betty Crocker Pizza Maker Plus Model # BC2958CRW are manufactured under contract where the Jewish importer takes full ownership of all raw materials and components that will be used in the manufacturing of the appliance. These lots will have the OK symbol on the box. Additionally, Betty Crocker Pizza Maker Plus Model # BC2958CRW is contracted in a way that the importer retains ownership throughout the manufacturing process until the final product is produced.

There are varying opinions within Jewish law whether a utensil manufactured under Jewish ownership and is transferred to a non-Jewish retailer (for the sole purpose of re-selling it), requires Tevila (immersion). The Rabbinic authorities at OK Kosher have determined that it does not.

When the Betty Crocker Pizza Maker Plus bearing the OK symbol is purchased at Bingo, it is acceptable without Tevila according to all opinions.
פארוואס זאל מען נישט זאגן אויף דעם אז אומן קונה בשבח כלי און דעריבער אפילו דער איד האט אפגעקויפט די רויע מאטריאל זאל די גוי עס נאך אלץ קונה זיין?
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4700
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 11:47 pm
ווען מ’קויפט א ’בעטי קראקער’ (Betty Crocker) שטייט אויפן באקס אז מ’דארף עס נישט טובל’ן מיט א הכשר פון OK. איז די הכשר בסדר בנוגע טובל’ן כלים? אדער....?
האסטו נאך אן אשכול viewtopic.php?t=10035&start=350 4 מאל איז שטארקער
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5412
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

טבילה איז א דאוריתא. זיך פארלאזן אויף ok פאר דעם?!

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36818
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 9:46 am
טבילה איז א דאוריתא. זיך פארלאזן אויף ok פאר דעם?!
זיי זענען נישט קיין יחידים וואס האלטן אזוי.

ס'דא היימישע רבנים אויך.

עכ"פ, ס'נישט קיין אמעריקאנער גאס קולא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

עס איז די זעלבע שאלה ווי די בעקלעך וכדו'.
אלע נוצן די זעלבע היתר ( איך רעד נישט אויב מען ווארפט עס גלייך אוועק)
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3443
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

קענסט עס רוהיג טובל'ן און לאזן אין א ווארעמע פלאץ צו גענצליך טרוקענען פאר'ן נוצן
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות

we protest!
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

farshlufen האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:22 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 9:46 am
טבילה איז א דאוריתא. זיך פארלאזן אויף ok פאר דעם?!
זיי זענען נישט קיין יחידים וואס האלטן אזוי.

ס'דא היימישע רבנים אויך.

עכ"פ, ס'נישט קיין אמעריקאנער גאס קולא.
די שטרענגע השגחות פארלאזען זיך אבסאלוט נישט אויף דעם היתר
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

די שאלות ביי טבילת כלים האט זייער אסאך צוטון מיט פארשידענע מציאות'ער
עס איז דא צדדים לכאן ולכאן
למעשה אפילו זיי אליין שרייבן אז עס איז דא מפקפקים אבער זיי האלטן אז עס איז אקעי
עס איז א שטיקל בחינה פון עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה אבער פון די צווייטע זייט זאגט ער דיר קלאר ארויס אז יא אין הכי נמי אבער איך זעה נישט קיין פראבלעם דערמיט
אזוי ווי עס איז נוגע שאלות דאורייתא, איז אויב פארלאזט זיך איינער אויף זייערע פוסקים איז נישטא קיין שום פקפוק ביי דעם אויך נישט
אויב בדרך כלל פארלאזט ער זיך נישט זאל ער עס טובל'ען אדער גוט מברר זיין די מציאות און די פוסקים וואס ער נעמט אן פאר זיך
איך האב פאריאר געקויפט 3 און דאס יאר נאך איינס און אלע גע'טובל'ט
איינס פאריאר איז נאכנישט געווען אינגאנצן טרוקן ביים נוצן די ערשטע מאל און עס איז חרוב געגאנגען האב איך זיכער געמאכט דאס יאר צו ווארטן מינימום א וואך פארן נוצן
פארשטייט זיך אז אויף פסח איז שוין נישט דא גענוג צייט אויב וויל מען עס נאך טובל'ען און טרוקענען
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

קלוגער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:28 am
farshlufen האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:22 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 9:46 am
טבילה איז א דאוריתא. זיך פארלאזן אויף ok פאר דעם?!
זיי זענען נישט קיין יחידים וואס האלטן אזוי.

ס'דא היימישע רבנים אויך.

עכ"פ, ס'נישט קיין אמעריקאנער גאס קולא.
די שטרענג"ר"ע השגחות פארלאזען זיך אבסאלוט נישט אויף דעם היתר
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

לאשתמודעתא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 11:49 pm
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 11:47 pm
ווען מ’קויפט א ’בעטי קראקער’ (Betty Crocker) שטייט אויפן באקס אז מ’דארף עס נישט טובל’ן מיט א הכשר פון OK. איז די הכשר בסדר בנוגע טובל’ן כלים? אדער....?
די פון בינגא איז בסדר, די אנדערע שוואכער.
וועד הכשרות קרית יואל זאגט אז מ'דארף עס טובל'ן
!Hey there I'm using IVELT
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2843
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

די בעקעלעך פון ר’ בנימין גרובער איז די היתר?

איך טובל די מאשינען אבער סאיז כדאי צו וויסן (לצירוף וכדו’) אז ר’ פישעלע האט געהאלטן אז יעדע כלי וואס מנוצט אריינגעפלאגט אין די וואנט ברויך מען נישט טובל’ען!
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2291
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:58 am

מ'דארף אכטונג געבן ווען מ'ברענגט נאך א היתר וואס אנדערע קענען נאכדעם נוצן אומריכטיג. כ'האב עס נישט געהערט פון אים, אבער דעם היתר האב איך שוין געהערט. ער האט מסתמא געזאגט אז יעדע כלי וואס מ'קען 'נאר' נוצן ווען ס'איז אריינגעפלאגט, און אויב מ'פלאגט עס ארויס קען מען עס בכלל נישט נוצן פאר גארנישט, האט עס נישט קיין דין כלי נאר מחובר לקרקע ממילא דארף עס נישט קיין טבילה. למשל א פערקילעטאר קען מען נאכאלץ נוצן צו ברענגען צום טיש און גיסן וואסער פון דעם, למעשה רוב מאשינען קען מען אויך נוצן פאר עפעס ווען ס'איז ארויסגעפלאגט, חוץ ממש געציילטע כלים.

אגב, ס'איז נישט זיין חידוש, אנדערע האבן עס שוין געזאגט פאר אים, דאכט זיך אז ס'ווערט געברענגט פון רבי משה פיינשטיין, און רוב פוסקים האבן אנדערש געהאלטן.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2843
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:08 am
ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:58 am
איך טובל די מאשינען אבער סאיז כדאי צו וויסן (לצירוף וכדו’) אז ר’ פישעלע האט געהאלטן אז יעדע כלי וואס מנוצט אריינגעפלאגט אין די וואנט ברויך מען נישט טובל’ען!
מ'דארף אכטונג געבן ווען מ'ברענגט נאך א היתר וואס אנדערע קענען נאכדעם נוצן אומריכטיג. כ'האב עס נישט געהערט פון אים, אבער דעם היתר האב איך שוין געהערט. ער האט מסתמא געזאגט אז יעדע כלי וואס מ'קען 'נאר' נוצן ווען ס'איז אריינגעפלאגט, און אויב מ'פלאגט עס ארויס קען מען עס בכלל נישט נוצן פאר גארנישט, האט עס נישט קיין דין כלי נאר מחובר לקרקע ממילא דארף עס נישט קיין טבילה. למשל א פערקילעטאר קען מען נאכאלץ נוצן צו ברענגען צום טיש און גיסן וואסער פון דעם, למעשה רוב מאשינען קען מען אויך נוצן פאר עפעס ווען ס'איז ארויסגעפלאגט, חוץ ממש געציילטע כלים.

אגב, ס'איז נישט זיין חידוש, אנדערע האבן עס שוין געזאגט פאר אים, דאכט זיך אז ס'ווערט געברענגט פון רבי משה פיינשטיין, און רוב פוסקים האבן אנדערש געהאלטן.
מען רעדט דא פון א בעטי, ער האט אזוי געהאלטן למעשה.
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2291
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:31 am
יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:08 am
ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:58 am
איך טובל די מאשינען אבער סאיז כדאי צו וויסן (לצירוף וכדו’) אז ר’ פישעלע האט געהאלטן אז יעדע כלי וואס מנוצט אריינגעפלאגט אין די וואנט ברויך מען נישט טובל’ען!
מ'דארף אכטונג געבן ווען מ'ברענגט נאך א היתר וואס אנדערע קענען נאכדעם נוצן אומריכטיג. כ'האב עס נישט געהערט פון אים, אבער דעם היתר האב איך שוין געהערט. ער האט מסתמא געזאגט אז יעדע כלי וואס מ'קען 'נאר' נוצן ווען ס'איז אריינגעפלאגט, און אויב מ'פלאגט עס ארויס קען מען עס בכלל נישט נוצן פאר גארנישט, האט עס נישט קיין דין כלי נאר מחובר לקרקע ממילא דארף עס נישט קיין טבילה. למשל א פערקילעטאר קען מען נאכאלץ נוצן צו ברענגען צום טיש און גיסן וואסער פון דעם, למעשה רוב מאשינען קען מען אויך נוצן פאר עפעס ווען ס'איז ארויסגעפלאגט, חוץ ממש געציילטע כלים.

אגב, ס'איז נישט זיין חידוש, אנדערע האבן עס שוין געזאגט פאר אים, דאכט זיך אז ס'ווערט געברענגט פון רבי משה פיינשטיין, און רוב פוסקים האבן אנדערש געהאלטן.
מען רעדט דא פון א בעטי, ער האט אזוי געהאלטן למעשה.
ער האט עס געזאגט אויף א בעטי?

א בעטי קראקער קען מען ברענגען צום טיש און יעדער זאל נעמען סלייסעס פון דעם. אויב ער האט עס נישט געזאגט אויף דעם אליין קען מען נישט מאכן קיין גז"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”