זקני חסידי קאסאן - ומתפללי ביהמ"ד סאלקא בוומ"ס
מאקאווער האט געשריבן: בד"ה האשה החשובה מרת יוטעלע שווארץ ע"ה
זי איז נפטר געווארן אין עלטער פון ארום 94 יאר אלט זי האט איבער געלאזט טויזענטער אייניקלעך
איר מאן איז געווען הרה"ח ר' יאסל שווארץ ע"ה נפטר געווארן שוין אין די למד'ס ער ליגט אין ניו דזשוירזי מען לייגט איר אויך אהין
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?c ... m_id=16386
מיללער האט געשריבן: עטליכע קורצע שטריכען איבער מרת שווארץ ע"ה באקאנט אלס 'באבע יוטעלע'.
* היינט נאכט קומט פאר די חתונה פון אן אייניקל בבית חתנה ר' שלמה בצלאל וו"ב מקר"י
* איבערגעלאזט קרוב צו דריי טויזנט אייניקלעך, אור אייניקלעך און אור-אור אייניקלעך בלע"ה
* איר מאן איז געווען ר' יהוסף שווארץ ע"ה
* זי איז געווען א שווערסטער מיט ר' מרדכי שווארץ ז"ל דער מדקדק
זי איז אויך א שוועסטער מיט להבחל"ח אשת הרה"ח ר' אברהם מרדכי פאלאטשעק זצ"לאויך האט זי געהאט אנאנדערן ברודער הרה"ח ר' ישראל מענדל שווארץ דער פאטער פון די סאלקע שווארצלעך אויף יוז סטריט