ליל ששי אשכול
גריסן און שמועסן
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע:אין די חיפוש
אזוי ווי געציילטע פון אונז זיצן אפ דא דאנערשטאג נאכט ביז ווייסעך ווען, אבער נישט אייביג איז דא פון וואס צו שמועסן, טוה איך דא פראקלאמירן דעם עפענונג פונעם "ליל ששי אשכול", וואו מ'וועט קענען פארברענגען דא מיט סיי וואס ס'פארגלוסט זיך, אנגעפאנגען פון א טעלער טשולענט, און געענדיגט ביי א שטיקל אוה"ח הק'.
An article a day keeps the babies away
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע:אין די חיפוש
דאס טאקע אויך. אויב דער עולם האט יאהו מעסענדזשער, עט ווען געווען א גוטע זאך אז מ'זאל זיך צוזאמנעמען בסגל חבורה פון צייט צו צייט, און מאכן א שטיקל צוזאמקום (דמתקרי קאנפרענץ) און זיך אדורכשמועסן בשבת אחים גם יחד.
אבער וואס נאך טוט זיך עפעס אזוי?
גראדע האב איך נישט עפעס ספעציעל צו שרייבן, על איך זיך נעמען שרייבן סתם אזוי, אין די עולם אריין, און שוין.
איז אזוי, באמת געפינען מיר דאך דאס אין די גמרא. די גמרא דערציילט, ווען ר' יושע בן ערך איז געקומען דאס ערשטע מאל אויף מצרים, האט מען געמאכט דארט א גרויסן קבלת פנים. ס'איז געווען אזוי גרויס, אז גאנץ מצרים און אויך א חלק פון קאנאדא זענען געווען אונטער'ן רושם.
עניוועי, איז ער געקומען דארט און די שטאט, און ער האט זיך געוואלט אויפשטעלן און זאגן א דרשה. האט ער טאקע אזוי געטון.
האט ער אנגעהויבן אזוי: די גמרא זאגט אין מסכת...
דער עולם האט אים תיכף איבערגעהאקט: די גמרא זאגט? וואס איז דאס די גמרא? דו ווייסט אז די גמרא איז נאך ניטאמאל געשריבן געווארן אין דיינע צייטן?
ולא נח דעתי' עד שהשיבם: בני נצחתני.
און דאס איז וואס איך וויל אייך זאגן. און פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן.
יעצט וועלן מיר אביסל ארומרעדן איבער די געוואלדיגע פירצה וואס איז לעצטנס זייער פארשפרייט געווארן צווישן חרדי'שע אידן. ס'האנדלט זיך פון א מורא'דיגע מורא'דיגע מורא'גיגע פירצה, וואס ממש אין בית אשר אין שם פירצה, כמעט נישטא קיין אידישע שטוב וואו די פירצה איז ליידער נישט איינגעריסן געווארן.
און אז מ'וועט זיך נישט נעמען דערצו, שוין יעצט, וועט דאס נאך ערגער ווערן. ס'וועט קומען א צייט וואס ס'וועט נישט זיין קיין אידישע שטוב וואו די פירצה איז נאכנישט איינגעריסן געווארן.
וואס פרעגט איר? איך האב דיך פריער געזאגט אז די פירצה "איז שוין" איינגעריסן אין אלע אידישע שטיבער?
שוין, גערעכט.
עניוועי, פארגאנגענעם יום ט' פרשת נצבים-בשלח, זענען זיך צוזאמגעקומען פילע רבנים, ממש פון די גרעסטע בדורינו, און מטכס עצה געווען וויאזוי צו פארלויפן דעם וועג פאר'ן שטן המרקד בינינו, און פארשליסן די טויערן אז ער זאל זיך נישט קענען אריינברעכן און אריינברענגען די פירצה בקרב מחנינו.
עס זענען אויך אנוועזנד געווען פילע מחנכים פון פארשידענע מוסדות התורה פון אלע שיכטן און קרייזן, און מ'האט דן געווען בכובד ראש אלע ענינים פון די פירצה.
צום ענדע איז באשלאסן געווארן, אז אזוי ס'איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולה לעמוד בה, וועט מען טאקע נישט מאכן קיין נייע תקנות, אבער צו די אלטע תקנות וועט זיך יעדער מוזן האלטן. ווער נישט, וועט מען אים ארויסווארפן פון ביהמ"ד בשן ועין.
די פארזאמלטע רבנים זענען זיך צוגאנגען מיט גרויס איך-ווייס-נישט-וואס, און מיט א פעסטע אנטשלאסנקייט צו שטיין על המשמר על כל צרה שלא תבוא. ואם תבוא, תלך.
***
היות קרעמער האט געבעטן אז ער וויל נאך מגיב זיין היינט נאכט, וועל איך אצינד מסיים זיין. ועוד חזון למועד.

יא, איך האב טאקע אזוי געבעטן, אבער ווען איך ווייס ווען וואס די טעמע איז, אדער די מאנגל דערפון, וואלט איך דיר נישט איבערגעהאקט, פילייכט וואלסטו געשריבן און געשריבן, און כולי האי ווענילע צוגעקומען צו א עפעס א שטיקל פונקט אינעם געדאנקן-גאנג וואו דו וואלסט זיך דערזען מיט א זאך וואס איז זיך נישט סותר מיניה וגוד-ביי און וואלסט מחליט געווען אז די תגובה איז פארפולקאמט און ראוי געשיקט צו ווערן.
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14266
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע:גידולו בכל מקום
דער לינק ארבייט עפעס נישט,
דא איז דער לינק צו אלט קרעטשמע דערוועגן
http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=1945828

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע:אין די חיפוש
http://chatcreator.com/chat.php?chanel=kretchme
כ'האב אויך געבויעט, אבער ס'ארבעט נישט געהעריג. ווען ס'צינדט זיך שוין יא אן, נעמט עס א יאר מיט א מיטוואך זיך צו לאדענען.
כ'האב אויך געבויעט, אבער ס'ארבעט נישט געהעריג. ווען ס'צינדט זיך שוין יא אן, נעמט עס א יאר מיט א מיטוואך זיך צו לאדענען.
An article a day keeps the babies away
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 16408
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע:וואו בינעך טאקע?
איך וויל נישט אריינרעדן אינמיטן די קאנסטראקשן דא, אבער מיר דאכט זיך אז דא ביי אונז אין נייע(-אלט, שא שא זאג נישט קיינעם) שטאט איז אויך דא אן אלטע ליל שישי (יו האב איך ליב דאס צו טייפן עס איז אזוי סמאד 'ל'י'ל' 'ש'י'ש'י' דריי אותיות איבער און איבער) אשכול, אביר מאכט נישט אויס, בויעט און בויעט אפשר וועט עפעס ווערן.
אוקיי איך דריק שוין שלח ווייל איך וויל א קוק טאן אויב די שטיבלעך האבן זיך שוין געלאוד.