אין דרוק - ערשט האנטיגע עדות פון מלחמה איבערלעבער

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

ווייס

אין דרוק - ערשט האנטיגע עדות פון מלחמה איבערלעבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייס »

שאץ מאץ האט געשריבן:
באזעסענער האט געשריבן:
פרייליכערהייט האט געשריבן:
דער איד וואס הרב אלחנן יוסף פרידמאן. מכולל ריישא. האט אינטערוויוט, לרגל זיין בוך וואס ער שרייבט.....


זענט איר דער רעדאגירער פונעם בוך, אדער ווער האט אנטפלעקט דעם סוד וואס עס שטייט דארטן. איז דאס ערגעץ נאכגעשריבן געווען?
לא בא הכתוב לסתום אלא...


צו האט איינער מער אינפארמאציע איבער דעם דערמאנטן ביכל פון הרב אלחנן יוסף פר"מ איבער מלחמה איבערלעבער?,

איך ווייס נישט צו דאס באלאנגט דא אינעם "ברוך דיין" אשכול אבער ס'קוקט מיר אויס גאר אינטרעסאנט אזא ביכל אפשר האט איינער מער אינפא מיטצוטיילן מיטן עולם, היסטאריע, צו מחיית המלק, צו פירסומא ניסא,
.


אין דעם אויבנדערמאנטן באריכט איבער זיין חלק בהצלת רביה"ק מסאטמאר זי"ע, איז אויך געווען צוגעצייכנט אז ר' חנא פרידמאן האט אים לעצנטס אינטערוויוד בשייכות צו א בוך/ספר איבער די צווייטע וועלט מלחמה.

דער ביכל וועט זיין א מייסטער ווערק!

איך ווייס דאס פון פערזענליכע ערפארונג נאכדעם וואס ער האט לעצטענס אינטערוויוט אן עלטערן קרוב מיינעם לאויוש"ט, און נישט סתם אזוי אינטערוויוד לשם אינטערוויו. ער איז געווען ביי אים אויף ארום 5 אדער 6 באזוכן און פארברענגט מיט אים שעה'ן לאנג. און וואס איז נאך אינטערסאנטער איז, אז די קינדער זיינע זאגן אז ער פלעגט זיי קיינמאל נישט וועלן פארציילן זיינע מלחמה-איבערלענישן, און זיי האבן ביז היינט נישט געוואוסט קיין סאך, אבער ר' חנא האט זיך דערוואוסט פון זיין אינטערסאנטע געשיכטע דורכ'ן אינטערוויוען א צווייטן זקן וואס איז געווען מיט אים אינאיינעם אין לאגער, און ביים ערשטן באזוך האט ער טאקע נאכנישט געהאלטן ביים רעדן און זיך עפענען, אבער ר' חנא האט אים צוביסלעך אריינגעשלעפט אין די זאך און ער האט געעפנט זיין אוצר און אים פארציילט א שלל מיט אינטערסאנטע זאכן, בנוסף צו פילע פרטים און מעשיות פון זיין משפחה און זיין היים-שטאט נאך בעפאר די מלחמה, וואס דאס איז מורא'דיג אינטערסאנט געווען פאר אונז אין די משפחה.

הקיצור, נאך אביסל שוויצן איז מיר געלונגען צו באקומען א דרעפט פון דעם קאפיטל אין זיין בוך וואו ער באשרייבט מיין קרוב זז"ג. וואס זאל איך ענק זאגן? ממש צו באלעקן די פינגער! אזוי גוט און פליסיג געשריבן, און מיט אזויפיל תוכנ'פולע זייטיגע אינפארמאציע אריינגעשטופט צווישן די שורות, ווי מ'קען טאקע ערווארטן פון אזא ידען וכתבא רבא וואו ר' חנא פרידמאן.

[אגב, ר' חנא האט געזאגט פאר מיין קרוב דעם נאמען פונעם בוך, אבער וויבאלד איך געדענק נישט פונקטליך, וועל איך ענדערש ווארטן ביז יענער קאלט מיך צוריק, און דעמאלט וועל איך עס מעלדן]

און יא, דער בוך פארדינט א באזונדערן אשכול!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ווייס האט געשריבן: [וואס זאל איך ענק זאגן? ממש צו באלעקן די פינגער! אזוי גוט און פליסיג געשריבן, און מיט אזויפיל תוכנ'פולע זייטיגע אינפארמאציע אריינגעשטופט צווישן די שורות, ווי מ'קען טאקע ערווארטן פון אזא ידען וכתבא רבא וואו ר' חנא פרידמאן.

[אגב, ר' חנא האט געזאגט פאר מיין קרוב דעם נאמען פונעם בוך, אבער וויבאלד איך געדענק נישט פונקטליך, וועל איך ענדערש ווארטן ביז יענער קאלט מיך צוריק, און דעמאלט וועל איך עס מעלדן]

און יא, דער בוך פארדינט א באזונדערן אשכול!


ראשית ברענג א נאמען וואס פריער,

שנית אויב א באזונדערע אשכול, שטעלט זיך די פראגע אין וועכן אפטיילונג?

ער קען זיין אין זכור ימות עולם, - אלס דער היסטארישע חלק

עס קען זיין אין על הצדיקים "ועל החסידים" - פאקטיש ווערט באשריבן חסידים ואנשי מעשה,

עס קען זיין אין ועל פליטת בית סופריהם, - צוליב דער ספר זעלבסט,

ווילאנג די מנהלים וועלן מחליט זיין צו מאכן א באזונדערע אשכול,

הרב ווייס ביטע ברענגט א נאמען פונעם ספר מיט נאך אינפארמאציע....
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
ווייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייס »

דעם נאמען געדענק איך נישט. וועל זיך אינטערעסירן.
איך האב פאר מיר דעם אינטערוויו פון מיין קרוב (אונגארישע טראנספארטן, אייר תש"ד). אויב אנדערע דא האבן אויך חלקים פונעם ביכל און זענען גרייט צו ציטירן דערפון, וואלט איך זיך אנגעשלאסן. (אויב ס'איז אויסגעהאלטן).
א צייט צוריק האט איינער דערמאנט (כ'געדענק נישט דעם אשכול) אז דאס ביכל וועט האבן אינפארמאציע איבער דעם ציון פון רבי ר' אלימלך זצ"ל, וואס מען האט כפי השמועה אויפגעגראבן ביי די מלחמה.
ווייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייס »

שאץ מאץ האט געשריבן:
הרב ווייס ביטע ברענגט א נאמען פונעם ספר מיט נאך אינפארמאציע....


אקעי, דער נאמען איז: "די לעצטע עדות".

כשמו כן הוא, א זאמלונג פון די מלחמה איבערלעבענישן פון צענדליגער זקנים וואס ער האט אינטערוויוט במשך די לעצטע עטליכע יאר.

אבער ווי איך האב שוין ערווענט, איז דאס נישט סתם אזוי אפגעשריבן א אינטערוויו, נאר דאס וואס איך האב געליינט איז מורא'דיג שיין אויסגעארבייט און אריינגעפלאכטן דערין אינטערסאנטע זייטיגע אינפארמאציע וואס ער האט 'ארויסגענאשט' פונעם באטרעפנדן איבער זיין משפחה, זיינע רבי'ס, זיין שטאט, וכו' וכו', און בנוסף האט ר' חנא אליינס צוגעלייגט א שלל מיט ידיעות און אינפארמאציע אויף זייטיגע ענינים וואס ווערן בארירט אין יעדן אינטערוויו.

איך ארבייט דערווייל צו באקומען רשות ארויפצושטעלן דעם חלק וואס איך האב געליינט, און מכאן הקריאה יוצאת. אויב עמיצער קען אויסנוצן זיינע קאנטאקטן צו באקומען רשות פונעם מחבר ארויפצושטעלן אויסצוגן אדער צו באקומען נאך אינפארמאציע, ביטע זייט מהנה די חברים דא.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

ביטע נוצן אביסל קאמען סענס און נישט שטעלן קיין אויסצוגן פון א ספר וואס איז נאך נישט ארויס פון דרוק, עס איז דעם חשוב'ן מחבר'ס פריוואטער אייגענטום און עס איז נישט מער ווי מענטשליך נישט צו מפרסם צו זיין ברבים.

א דאנק פארן פארשטיין.
הגבאי
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גבאי טייערער,

פארוואס ביי נייע טעיפס וואס געבן ארויס א פריוויו קוקט מען דאס אן ווי אן אדווערטייזמענט, און ווען איינער וויל ארויפשטעלן אויסצוגן פון א בוך איז דאס אוממענטשליך?

טאטע שיק מיר הויזן.
יוד איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד איינער »

ווען קומט עס ארויס ?

און זענען דען נישט די שיך, און די האלאקאוסט מוזעאם אין וואשינגטאן די סי, די לעצטע עדות ? זיי זינגען דאך אזוי הארציג, מיר זענען שיך, מיר זענען לעצטע עדות!

און דרך אגב : רות ליכטענשטיין'ס בוך, פון די האלאקאוסט-שואה, וואס זי האט לעצטענס ארויסגעגעבן אין אידיש, און געזוכט צו פראמאטירן אז עס זאל ווערן אריינגענומען אין די קאריקאליום פון אלע אידישע היימישע מוסדות, אלס טייל פון די לימודים, הייסט ארגינעל אין העברעאיש: עדות..

רעדנדיג כאפ איך מיך אז אויך הרב בערל [דוב]שווארץ'ס קאלום אין די צייטונג, פון מעשיות און פאסירונגען וואס אידן האבן אים דערציילט פערזענליך און ער האט זיי מייסטערהאפטיג פארשריבן און פארצייכענט, און גיבט פאר די וועלט יעדע וואך נאך אויטענטישע, ערשט-האנטיגע געשיכטעס פון די מלחמה יארן, רופט זיך "עדות דערציילן".

זעהט אויס אז ר' אלחנן יוסף פלאנט נאכניש אזוי שנעל ארויסצוקומען מיט זיין בוך, נאר ער ווארט צו זיין די לעצטע עדות...
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

קרעמער האט געשריבן: גבאי טייערער,

פארוואס ביי נייע טעיפס וואס געבן ארויס א פריוויו קוקט מען דאס אן ווי אן אדווערטייזמענט, און ווען איינער וויל ארויפשטעלן אויסצוגן פון א בוך איז דאס אוממענטשליך?

כבוד המייסד, שתי תשובות בדבר:

א) לא הרי השרייבער כהרי המנגן, והוא מובן לכל.

ב) אם המצא תמצא אז דער חשוב'ער מלקט וכותב זאל אונז געבן זיין הסכמה דערויף, איז נישטא קיין שום צוריקהאלט לפרסמו.
ווייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייס »

דאס ווארט "עדות" איז דאך עפעס וואס גייט סינאנים מיט די שארית הפליטה (ווי דאס ווארט "שואה" ווערט גענוצט אינעם נאמען פון פילצאליגע ביכער איבער די מלחמה). די איבערלעבער זענען דאך די "לעבעדיגע עדות" צו עפעס וואס אן אנדערער קען אפילו נישט פארשטיין.

איך האב נאכנישט געזען ליכטנשטיין'ס בוך. געהערט האב איך אז ס'איז אויף ענגליש, נישט אידיש, און אז ס'איז מערא כראנאלאגיע פון די מלחמה. ווען און וואס עס איז פארגעקומען אין וועלכע מדינות וכד'.

הרב בערל (דוב) שווארץ'ס קאלום פלעג איך לייענען. ס'איז זייער אינטערעסאנט. (נישט דוקא "מעשיות און פאסירונגען וואס אידן האבן אים דערציילט פערזענליך", ענדערש פון יזכור-בוקס. דאס נעמט פארט נישט אוועק פון די אינטערעסאנטקייט).

האפענטליך וועט אויך הרב שווארץ אפדרוקן די קאלומס אין א בוך. נאר דאס וועט בלייבן אלס "עדות" פאר אונזערע קינדער אז זייערע זיידעס האבן מיטגעמאכט אזעלכע זאכן.

דעם אינטערוויו (באשרייבונג) וואס ר' חנא פרידמאן האט געהאט מיט מיין פעטער זז"ג - און ליגט פאר מיר - איז אויף אן אנדערער שטייגער ווי וואס מיר זענען געוואוינט אין ביכער.

עס איז ענדערש א שמועס וואס שטעלט פאר דעם לעבן פונעם מספר. זיין אפשטאם (כ'האב זיך דערוואוסט פיל פרטים איבער מיינע זיידעס וואס כ'האב נישט געוואוסט). זיינע קינדער יארן אין זיין געבורט שטאט (אין אונזער פאל נירעדהאז). וועלכע צדיקים ער האט געזען, און אפילו עפעס זאכן וואס ער האט בייגעוואוינט ביי די צדיקים. דערנאך קומט דער קאפיטעל איבער די מלחמה יארן, עפעס מורא'דיג. (עס האט פיל פרטים איבער הצה"ק ר' שלום אליעזר'ל ראצפערטער הי"ד, וועמען מען האט אוועקגעפירט פון נירעדהאז קיין אוישוויץ). ענדגילטיג שטעלט עס פאר מיין פעטער'ס איבערפלאנצונג אין אמעריקע. וואו ער האט זיך באזעצט, צו וועלכע צדיקים ער האט זיך געהאלטן נאענט א.א.וו.

עס איז ענדערש עפעס וואס שטעלט פאר א "עולם בנוי, חרוב, ובנוי". איך וואלט געקלערט אז ס'איז "לעצטע עדות" נישט נאר אויף די מלחמה. נאר אויף די אמאליגע וועלט, און וויאזוי די שארית הפליטה האט געהאט די כוחות הגוף ונפש אנצופאנגען א פרישן לעבן.

איך וועל במשך דעם שבת פרובירן זיך צו טרעפן מיט'ן מחבר און פרעגן צי איך קען עפעס ארויפשטעלן.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

א הארציגן ישר כוח הרב ווייס, מ'ווארט מיר שוין בכליון עניים.

דער מחבר ר' אלחנן ני"ו דארף מען פאר קיינעם נישט פארשטעלן אבער כ'האב די זכיה געהאט יארן צוריק צו גיין מיטן מחבר איבערן בריק פון וויליאמסבורג קיין איסט סייט אויף של"ס און מ'האמיר געדאווענט אינעם באיאנער קלויז, איי איז דאס געווען א שעה של קורת רוח.

כ'קען קוים ווארטן.
יוד איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד איינער »

כבוד הרב ווייס הי"ו

גערעכט איבער רות ליכטענשטיין'ס בוך עדות, האט זי טאקע "דערווייל" נישט אין אידיש ארויסגעגעבן. טעיתי!

און וועגן ר' דוב שווארץ עדות דערציילן, איז לויט ווי איך האב געוואוסט איז עס יא! פאסירונגן וואס ער האט אליין צוזאמגענומען, פון פארשידענע שמועסן וואס ער האט געהאט במשך יארן מיט מלחמה איבערלעבער, ווי נישט און ווען נישט...

און איבער אלעם, איך האב נישט געמיינט ארויסצורוקן עפעס א סארט טענה, אדער מענה אויפ'ן נאמען פון ר' חנא'ס בוך, די נאמען לעצטע עדות, איז זייער פאסיג, און זאגט קלאר וואס אזאנס דער בוך ענטהאלט, איך בין געוועהן סארקאסטיש, און געמאכט סך הכל אן השוואה צו נאך ווערק אויף די מלחמה וואס טיילן דעם זעלבן נאמען...

און דרך אגב ווייסט איר ווען די ספר איז אמור ארויסצושיינען לאור עולם ?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ווייס האט געשריבן: א "עולם בנוי, חרוב, ובנוי".
דאס האב יאך געהערט נאך זאגן בשם איינע פון די גדולי ליטא זצ"ל,
אויף די תקופה פון פאר די ערשטע וועלט קריג, צווישן די צוויי וועלט מלחמות, און נאך די צווייטע וועלט קריג.
ועמך כולם צדיקים
ווייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייס »

ווייס האט געשריבן: איך וועל במשך דעם שבת פרובירן זיך צו טרעפן מיט'ן מחבר און פרעגן צי איך קען עפעס ארויפשטעלן.


איך האב באקומען אן אנפראגע אין תיבה אישית צי איך האב זיך שוין געטראפן דעם שבת מיט'ן מחבר:
ניין, עס איז מיר נישט אויסגעקומען. איך וועל פרובירן מארגן צו רופן אדער אים טרעפן קומענדיגן שבת.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אין אמת'ן איז דאס א שטארקע נקודה פון עולם חרוב ובנוי, ווייל ר' בערל שווארץ'נס מעשיות זענען טאקע נאר פון די צרות גופא, דאס רעדט מען פון אידן וואס האבן איבערגעלעבט און זענען זיידעס פאר אייניקלעך און האבן א רייכן היסטאריע אונטער זיך, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער א העפי ענדינג...
.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

כפי הנראה על מאמריו של ר' דוב בער שווארץ הוא העתקות מספרי יזכור וכדומה, או משאר ספרים.

אגב, ר' דוב בער הוא סופר נכבד מאד, הן בלשון, והן בכתב המיוחד אשר לו, אשר מי שראה פעם יבין כונתי, כתב נאה עד מאד.

ותורה מחזרת על אכסניה שלה, בנו ר' שמואל זאנויל מרדכי הי"ו מקרית יואל מו"ל כל כמה חדשים גליון תרוני נאה ומשובח בשם "המאזניים" עם מאמרים יקרים בהלכה ובשטחי היהדות [כדוגמת קובץ וילקט יוסף וכדומה], שם הוא האכסניא של הידען העצום הרה"ג ר' נחום אברהאם שליט"א המפרסם שם בכל גליון רבות מחידושי תורתו.
ווייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייס »

יעצט אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט ר' חנא פר"מ. צום ערשט וויל איך זיך אנטשולדיגן פאר'ן געבן אביסל איבערגעאיילטע אינפא.

דער בוך "די לעצטע עדות" איז נאכנישט אין דרוק. עס ווערט צוגעגרייט צום דרוק. (דער דורכגאנג קען זיין גאר לאנג כמובן).

מיין פעטער זז"ג איז איינער פון איבער 50 זקנים שיחי' וועמענ'ס לעבנס-ביאגראפיס וועלן ערשיינען אינעם בוך.

ר' חנא זאגט מיר אז דער בוך וועט נישט פארשטעלן די לעבנסגעשיכטעס פון אלע אידן וועלכע ער האט אינטערוויוד. טייל זענען פאר בלויזע "פרטים" וואס ער האט געזוכט, איבער א לאגער, אן אקציע וכד'

ער טיילט איין די ביאגראפיס לויט די מדינות ווי די מלחמה איז אנגעגאנגען, דהיינו אידן פון דייטשלאנד, פוילן, אונגארן, רומעניע א.א.וו.

ער זוכט נאך אידן פון אומגעווענליכע מקומות, ווי פון האלאנד, טוניס וכד'. ער זוכט אויך אינפא איבער זייטיגע זאכן פון די מלחמה, ווי איך האב דערמאנט דעם קבר פון רבי ר' אלימלך זצ"ל.

ער האט גערעדט מיט זקנים לאוי"ט וואס האבן טיילגענומען אין די פעולות הצלה פון די גרעסטע צדיקים, צ.ב.ש. אידן וואס האבן געהאלפן שווערצן דעם בעלזער רב זצ"ל, און די וואס זענען מיטגעפארן אויפ'ן באן מיט'ן סאטמארער רבי'ן זצ"ל. טייל האבן קיינמאל פריער נישט גערעדט פון זייערע פעולות.

ר' חנא גלויבט אז איינער וואס וועט דורכלייענען דעם בוך - ווען עס וועט נאר ערשיינען - וועט זיין גענצליך באקאנט מיט די געשעענישן פון די צווייטע וועלט מלחמה, מהחל ועד כלה.

יה"ר שתשרה שכינה במעשי ידיו.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ערשט האנט'יגע נייעס, אין א שמועס מיטן בארימטן שרייבער, האמיר דערווישט אפאר פרטים,

איינס, דער ספר איז נאכנישט בייים דריק, ער איז ביים פעדער.....

צוויי, (אויף'ן חשש פונעם גבאי ביהמ"ד, איז נישטא וואס חושש צו זיין) ער איז נישט דערקעגן אז מענטשן זאלן וויס אדער שרייבן וועגן זיין ספר,

דריי, אז פיל חברה און ידענים דאהי קענען זיין בייהילפיג מיט אינפארמאציע איבער עלטערע אידן וואס האבן א קאלירפולע היסטאריע, דהיינו, היות דער ביכל בעצם וועט נישט זיין פון טיפיקל מלחמה מעשיות, רוב קאפיטלעך וועלן זיין איבער פאקטן און מקומות וואס איז נישט אזוי באוויסט פארן ציבור, למשל אידן וואס האבן געלעבט אין אנטווערפן בשעת די מלחמה, אידן פון ווין, אדער א איד פון לאדז, א איד פון פראנקפורט, נישט די טיפיקל איבערלעבעניש פון דעברעצין און בודאפעסט....

אשר על כן, אויב איינער ווייסט פון עלטערע אידן אשר אתנו חיים, וואס איז נישט דווקא פון אונגארן, וואלט געוועהן א טובה צו מעלדן זיין נאמען אז מ'זאל אים קענען גיין אינטערווירן, און מאכן א קאפיטל איבער זיין איבערלעבעניש, למען ידעו דור אחרון.

מיין פערזענדליכע מיינונג, אז דער נאמען "לעצטע עדות" איז עפעס צו טיפיקל, ס'דארף א בעסערע נאמען,

א רגע איינער האקט דא אריין.....
אה ער זאגט אויך אזוי...
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

לויט דעם קומט אויס אז עס וועט נישט זיין אזוי אינטרסאנט ווי געקלערט.

אנפאג האט מען דא געשריבן פון עולם חרב ובנוי, היימישע אידן וואס מען קען, וואס דאס וואלט ווען געווען א שטארקע דבר המושך.

סתם אומבאקאנטע פרטים אויף אנטווערפען אדער הולאנד וכדומה, האט נישט לכאורה דעם באדייט פאר אונזער ציבור.

און פאר חוקרים ידענים וכדומה, איז דען נישט דא גענוג חיבורים שמשם יכולים לשאוב אינפורמצי'?

אבער מאידך גיסא איז לכאורה חזקה על חבר כמותו, וואס וועט דאס מאכן אינטרסאנט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך ווייס נישט וועגן דעם בוך אבער וואס איך ווייס איז וועגן דעם מחבר, ר' אלחנן (אדער חני בל' חיבה) קומט אסאך קרעדיט בכלליות, ובפרטיות האט ער אריינגעברענגט ביי אסאך מענטשן ובתוכם אני הדל אן אינטערעסע און געגעבן א בליק איבער אידישקייט אין אמעריקא בשנים קדמוניות מיט זיינע ארטיקלען אין 'די צייטונג' פאר עטליכע יאר נאכנאנד.

ער איז א זעלטענער שריפטשטעלער, ער שרייבט דאכציך וועכענטליכע רובריקען אינעם צייטונג, בנוסף צו געסטליכע, ווי למשל לעצטענס האט ער באשריבען אן אינטערוויו פון אן אמעריקאנער אידישער זעלנער אין די צווייטע וועלט קריג, וכדו', מ'רעדט פון א בקי נפלא א חסיד ויר"ש מרבים און א גוטער שרייבער.

ווילען מיר וואונטשען פארן מחבר שיזכה להוציא מחשבתו מכח אל הפועל, וה' ישלח ברכה מרובה והצלחה יתירה בכל פעולותיו לטובה.

ידידו מפה סקרענטאן,
יעקב דוב מילר
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

כבוד הרב מסקרענטאן. וואס איז זיין [חני'ס] פענע נאמען אין די צייטונג? (אויב מעגליך)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאכט זיך ער פלעגט שרייבן מיט זיין געהעריגע נאמען א.ז.י. פריעדמאן
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן: לויט דעם קומט אויס אז עס וועט נישט זיין אזוי אינטרסאנט ווי געקלערט.

אנפאג האט מען דא געשריבן פון עולם חרב ובנוי, היימישע אידן וואס מען קען, וואס דאס וואלט ווען געווען א שטארקע דבר המושך.

סתם אומבאקאנטע פרטים אויף אנטווערפען אדער הולאנד וכדומה, האט נישט לכאורה דעם באדייט פאר אונזער ציבור.

און פאר חוקרים ידענים וכדומה, איז דען נישט דא גענוג חיבורים שמשם יכולים לשאוב אינפורמצי'?

אבער מאידך גיסא איז לכאורה חזקה על חבר כמותו, וואס וועט דאס מאכן אינטרסאנט.


הרב צעיר ס'וועט זיין פון ביידע, סיי היפש באקאנטע פיגורין באקאנטע אידן פון די גאס, און אויך א שלל פון אומבאקאנטע פאקטן.
.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
ווייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייס »

שאץ מאץ האט געשריבן:
צעיר באלפי ישראל האט געשריבן: לויט דעם קומט אויס אז עס וועט נישט זיין אזוי אינטרסאנט ווי געקלערט.

אנפאג האט מען דא געשריבן פון עולם חרב ובנוי, היימישע אידן וואס מען קען, וואס דאס וואלט ווען געווען א שטארקע דבר המושך.

סתם אומבאקאנטע פרטים אויף אנטווערפען אדער הולאנד וכדומה, האט נישט לכאורה דעם באדייט פאר אונזער ציבור.

און פאר חוקרים ידענים וכדומה, איז דען נישט דא גענוג חיבורים שמשם יכולים לשאוב אינפורמצי'?

אבער מאידך גיסא איז לכאורה חזקה על חבר כמותו, וואס וועט דאס מאכן אינטרסאנט.


הרב צעיר ס'וועט זיין פון ביידע, סיי היפש באקאנטע פיגורין באקאנטע אידן פון די גאס, און אויך א שלל פון אומבאקאנטע פאקטן.
.


לדעתי איז הרב צב"י גערעכט. די דערציילונגען פון "אונזערע" היימישע אידן שארית הפליטה איז איין זאך, און די מאורעות שונות איז אן אנדערע זאך. והאיך יתקיימו שניהם?

איך וועל אנפרעגן און האפענטליך ברענגען א תשובה.

אפשר איז יא שייך ביידע, למשל דורך אינטערוויון א היימישן איד וואס האט געוואוינט אין דייטשלאנד (איז דא אזא זאך?) אדער בעלגיע (אפעלדארפערס?) וכד'.

בכלל זייט כ'האב געשריבן מיין תגובה איבער די טעמע האב איך מיך מער אריינגעלייגט אין "מלחמה". כ'האב אויך באקומען טיפס אין אישי.

* איינער דערציילט מיר אז א באקאנטער חשוב'ער עסקן אין מאנסי, ר' בנציון ווידער, א קלויזנבורגער חסיד, נעמט צוזאם טעיפס (ווידעאס?) פון שארית הפליטה. ער לייגט ארויף אפאר די שמועסן אויף "'קול מבשר".

* יענער זאגט אויך אז פאר 7-5 יאר צוריק האט א סאטמארער יונגערמאן אין בארא פארק, איינער פרענקעל, געצאלט געלט פאר יונגעלייט ארומצוגיין מאכן אינטערוויוס פון זקנים. ער האט אפאר הונדערט אינטערוויוס אין זיין אוצר (לימות המשיח?)

* כ'האב באקומען א לינק צו ניו יארק פאבליק לייבערי, וואס האט אלע "יזכור-בוקס" אנליין. אפאר הונדערט ביכער, פון אלע שטעט אין יוראפ. עפעס מורא'דיג.

* דער קאלובער רבי פון א"י שליט"א האט ארויסגעגעבן פיר בענדער פון מסירת נפש מעשיות פון אידן ביי די מלחמה. ער גרייט זיך אויך צו מאכן א היימישע סארט "יד ושם" מוזעאום אין ירושלים.

* אין ניו יארק איז דא א וועכענטליכער בלעטל פון "ובחרת בחיים" וואס האט יעדע וואך א שמועס מיט א שארית הפליטה איד.

דאס איז א הייליגע און וויכטיגע זאך, "זכור את אשר עשה לך עמלק". מען זאגט נאך פון ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל אז אונזער דור וועט שוין חלילה לייקענען די מלחמה. נאר אזעלכע פראיעקטן וועלן דאס פארמיידן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36818
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מען זאגט נאך פון ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל אז אונזער דור וועט שוין חלילה לייקענען די מלחמה. נאר אזעלכע פראיעקטן וועלן דאס פארמיידן

דא האבן מיר געברענגט לשונו
farshlufen האט געשריבן: א פאר ווערטער פון ר' מיכאל בער ז"ל, איבער די וויכטיגקייט פון רעדן פון די קריג.

והשכחה הולכת ומתגברת דבר יום ביומו- ולא יהי' לפלא אם עוד בחיים חיותנו יכחישו בנינו ובני בנינו את הכל בפנינו, כי נזקין - לאמר, אפשר שנהרגו גם אלפים אנשים יהודים במשך המלחמה באסון, והזקן הטיפש הזה מחליף אלף, באלפי אלפים, אנשים ביונקי שדים, ואסון במזיד.

הקדמת מן המיצר
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ווייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייס »

עשיתי שליחותי. כ'האב געטראפן דעם חשוב'ן מחבר פון דעם ערווארטן מייסטער-ווערק איבער די מלחמה, און כ'האב אים געפרעגט איבער זאכן וואס מען האט דא אויסגעשמועסט.

זיין ביכל (ער זאגט אז ער האט שוין צוויי ביכער, אבער מעגליך וועט איינס קודם ערשיינען) וועט פארשטעלן די איבערלעבענישן פון צענדליגער שארית הפליטה אידן וועלכע זענען נאך בין החיים לאוי"ט, וואס מאכט עס מער "בתורת עדות".

צווישן די זקנים זענען אידן פון אלע מקומות: ווארשא, בודאפעסט, אושפיצין, סאטמאר, בערעגסאז, צאנז, גארליץ, ווילנא און קערעסטיר...

דער חשבון דערפון איז ווי דערמאנט, אז נאכ'ן לייענען דאס ביכל זאל מען האבן אן השגה איבער די מלחמה על כל פרטי', וויאזוי ס'האט זיך געשפירט איבעראל.

אויף די פראגע איבער "אנדערע" מקומות, האט ער געזאגט אז ביי יענע מקומות, ווי אנטווערפען וכד', שטעלט ער אויך פאר היימישע אידן וועלכע האבן דארט געוואוינט פאר די מלחמה.

אין די הערות מתחת-לקו ("פוטנאטס" בלע"ז) וועט ער צולייגן מערערע אינטערסאנטע זאכן פון די אלגעמיינע מאורעות.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”