מנהגים שונים בקריאת שמות
מנהגים וסגולות שונות
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
בנוגע א נאמען נאכען טאטען ווען דער זון זעלבסט הייסט נאך א טאטע, האב איך שוין געזעהן ביידע וועגן, צום אלעם ערשט איז אין סאטמאר באקאנט אז רביה"ק מהר"י ט"ב זצ"ל פלעגט 'יא' הייסן צוגעבן נעמען אויף געוויסע פעלער, און עס איז אפי' באקאנט אז ער האט אסאך מאל צוגעגבען דעם נאמען 'יקתואל' אויף א אינגל און 'רחל' ביי א מיידל.
דאס זעלבע איז באקאנט אז אין די בראשית יארען האט פאסירט א טראגעדיע אז הרה"ח ר' ברוך יודא לעבאוויטש ז"ל איז אוועק אינגערהייט און דערנאך האט זיין פרוי געהאט א אינגל, היות עס איז געווען פורים צייט האט זיך דער רבי אנגערופען 'ברוך מרדכי היהודי' מיינענדיג אז מ'זאל אריינלייגען דעם נאמען 'מרדכי' צווישען 'ברוך יהודא' פארן זוהן וואס הייסט נאכען פאטער.
ווידער דער רבי בעל ברך משה ז"ל, זאגט מען אז ער האט נישט מקפיד געווען אויף צוגעבן נעמען און עס ווערט אנגעצייכנט אז ער האט אמאל געזאגט אז דער נאמען 'עקיבא' ערשיינט אין ערגעץ (א נערגעץ) איידער דער תנא ר' עקיבא, וועלכער איז געהרגט געווארן ביי די עשרה הרוגי מלכות, און דעסטוועגן זענען פארהאן גענונג מענטשן מיט דעם נאמען עקיבא אן א צונאמען.
באמת דארף דער גאנצער זאך פון צוויי נעמען א בירור, ווען אין די היסטאריע איז נולד געווארן אז מענטש מיט א דאפלטע שם פרטי?
אין די היסטאריע פון אב ובן מיט די זעלבע נאמען, דערמאן איך זיך פון ראשון מבעלי התוס' וואס ווערט דערמאנט אין מס' ר"ה רבינו אפרים ב"ר אפרים הגבור, אויך איז דא א ספר בית משולם פון ר' משולם זלמן ב"ר משולם זלמן אשכנזי.
ווידער איז דא דער חוות דעת ר' יעקב מליסא וועלכער האט געהייסען (לויט אייל מקורות) נאך זיין פאטער ר' יעקב משה נכד החכ"ץ, און מ'האט אראפגענומען דעם משה (אנדערע האלטן אז די מעשה איז געווען פארקערט מ'האט צוגעשטעלט דעם נאמען משה נאכדעם וואס מ'האט בטעות געגעבן א נאמען פארן זוהן כשם אביו).
און צו לעצט א בילד פון א מציבה ששם הבן כשם אביו

- נודע למשגב
- שר מאה
- תגובות: 118
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm
- נודע למשגב
- שר מאה
- תגובות: 118
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm
היינט געהערט א אינטערעסאנטע זאך פון א חבר וואס איז געגאנגען פרעגן פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א איבער א נאמען געבן, האט ער בתוך הדברים דערציילט אז ווען בנו ר' חיים הערש אב"ד סיגוט וומס"ב איז געבוירן, אפנעמנדיג מזל טוב פון רבינו בעל דברי יואל, האט אים די רבי געפרעגט וואסערע נאמען געסטו, האט ער געזאגט ער טראכט צו געבן חיים הערש נאכן זיידן, האט אים דער רבי געפרעגט, נו ער איז דאך אוועק יונג? נאר, האט אים דער רבי געזאגט, האב אינזין ביים נאמען חיים צו געבן נאכן דברי חיים.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מיללער האט געשריבן: אין די היסטאריע פון אב ובן מיט די זעלבע נאמען, דערמאן איך זיך פון ראשון מבעלי התוס' וואס ווערט דערמאנט אין מס' ר "ה רבינו אפרים ב"ר אפרים הגבור, אויך איז דא א ספר בית משולם פון ר' משולם זלמן ב"ר משולם זלמן אשכנזי
נעכטען באגעגנט א תוס' אין מס' נזיר ט"ז: וז"ל: זאת הגה"ה ממו"ר רבינו יצחק בה"ר יצחקזצ"ל.
אינגערמאן האט געשריבן: אבער אינטערסאנט איז אז כ"ק אדמו"ר (מהר"א) מ'סאטמאר הייסט קלאר נישט צוגעבען אפילו אויב יענער איז געשטארבן פאר די 50!
עס איז נישט קיין כלל.
איך האב א ברודער וועמען אדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט אים געזאגט יא צוגעבן א נאמען נאך איינעם וועלכע איז אוועק אונטער די 60. (וואס אגב האט אדמו"ר מהר"ם מסאטמאר געהייסן נישט צוגעבן קיין נאמען, פאר מיין שוואגער וואס האט געגעבן א נאמען נאך דעם זעלבן זיידן)
אויך האב איך א שוואגער וועמען אדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט געזאגט אז ער זאל צוגעבן א נאמען ווען ער האט געוואלט געבן א נאמען נאך א זיידע וואס איז אוועק ביי די 35.
ביידע זיידעס זענען 'נישט' אוועק ביים קריג
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
- מוטשע נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 631
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm
- ווינקל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7788
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
- לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל
ווארד2007 האט געשריבן: רביה"ק בעל דברי יואל האט געהייסן צוגעבן נעמען ביי די וואס זענען אוועק ביי די קריג, און ס'איז באקאנט אז דאס געווען איין אינציגע זאך וואס רביה"ק בעל ברך משה האט גע'פסק'ט פאר חסידי סאטמאר אנדערש ווי דעם רבין, ער האט נישט געהייסן צוגעבן א נאמען ביי איינעם וואס איז אוועק ביי די קריג (חוץ ווען איינער האט סיקירט אז דער פעטער האט יא געהייסן צוגעבן, האט ער געזאגט נו געב צו).
דער רבי דער ברך משה האט גע'טענה'ט אז מען קען נישט זאגן ריע מזלי' אויף די וואס זענען אוועק ביי די מלחמה, ווייל ס'איז געווען א גזירה כללית אויף אידן, און פונקט ווי מען געט די נאמען עקיבא נאכן תנא ר' עקיבא אפילו ער איז געווען פון די עשרה הרוגי מלכות.
און דער ברך משה אליין האט טאקע געגעבן א נאמען פאר זיינע קינדער, בנו הגדול האדמו"ר מהר"א שליט"א הייסט נאך זיין שווער וואס איז אוועק ביים קריג, בתו הבכירה מרת חי' ע"ה הייסט נאך זיין שוויגער וואס איז אוועק ביי די קריג, בנו מהרז"ל הייסט נאך זיין ברודער דער סיגעטער רב וואס איז אוועק ביי די קריג (האק נישט אריין ייטב לב... בעיני ראיתי א העתק פון א בריוו ווי דער ברך משה שרייבט אז דער נאמען איז לעשות שם ושארית לאחי, איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין געדרוקט אין ומשה הי' רועה אבער די מערכת דארט האט עס אין באזיץ) בנו מהרש"א הייסט נאכן גרויסן זיידן וואס איז אוועק ביי די קריג.
איך האב געהערט פונם זיידן הרה"ח ר בערל יאקאבאוויטש ני"ו (דאכט זיך אז סאיז געדרוקט אין ומשה הי רועה בשמו) וועלכער איז געווען דער הויז בחור אין שיקאגא ווען מרן מהר"י טב זצ"ל איז דארט געווען, און ער איז געווען דער דאלמעטשער (דער מהר"י טב האט נישט גערעדט אויפן טעלעפאן כידוע) פאר מרן המהר"ם טב זצ"ל בשעת לידת המהר"א טב, און ווי ער פארציילט האט דער ברך משה געקלערט קודם פון געבן חיים צבי, האט דער רבי געזאגט האסט דאך שוין געהאט א חיים צבי, האט ער געקלערט צו געבן ס'נאמען אהרן נאכן שווער, האט ער געפרעגט וועלכע נאמען ער זאל צוגעבן, און דער פעטער איז גאר געווען דער וואס האט געזאגט ניין! אז ספעלט נישט אויס... עיי"ש.
סאכדעס האט געשריבן: סיז א גרויס ענין אז דאס קינד זאל אריבערגיין א שבת, א ענין אז ס'זאל אריבערגיין 7 גאנצע טעג, סיז דא וואס ווילן זאגן אז מ'זאל פאר א נקבה אויך ווארטן אויפ'ן צווייטן שבת.
מקורות געדענק איך נישט.
בנקבה השבת השני, יש מביאים מבעלזא, יש מביאים משינאווא, ויש מביאים מקארלין, אבל כמדומה שבאיזה מקומות מהנ"ל תלוי באיזה יום בשבוע נולדה, ושמעתי לאחרונה, שבאיזה מקומות אמרו שהוא משום מעשה שהי', שיולדות האט זיך איבערגעארבעט לצורך קידוש, ובאה לידי סכנה.
למה זה תשאל לשמי...
- ביקסאד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע:נעבן סאטמאר
בספר פי צדיק מימרא ט"ו [שינאווא],
ובהג"ה שם מביא כדברים אלו על הדברי יחזקאל מספר בן עוזיאל, ומספר גדולת יהושע.
שמענו שהקפיד מאוד לא לקרוא שם לבת ישראל בהולדתה,
לא בימות החול ואף לא היו"ט, כי אם בשב"ק דוקא.
והגיד משמו של הרב הגה"ק מרופשיץ ז"ל,
כי אם נולדה בערב שב"ק ימתין בקריאת השם עד לשבת שניה.
ובהג"ה שם מביא כדברים אלו על הדברי יחזקאל מספר בן עוזיאל, ומספר גדולת יהושע.
ועמך כולם צדיקים
איך_הער האט געשריבן: פון וואו נעמט זיך דאס א נאמען געבן פאר א יונגל ביים ברית? ביי אברהם זאגט דער פסוק קודם ויקרא אברהם וכו' יצחק, און נאכדעם שטייט וימל אברהם וכו', זע מיר דאך אז ער האט קודם א נאמען געגעבן און נאכדעם הערשט געמאכט דעם ברית.
איך_הער האט געשריבן: קרעמער, סאכדעס, עטץ ווייסט טאקע נישט, אדער האט איר עס נישט באמערקט?
זארעכפעפער האט געשריבן: אברהם האט נישט געדארפט ווארטן ביז צום ברית, ווייל אברהם האט געהאט א בפירוש'ער ציווי פונעם באשעפער: ויאמר אלוקים אל אברהם אבל שרה אשתך ילדת לך בן וקראת את שמו יצחק (בראשית י"ז, י"ט). ועי' ברש"י (בראשית ט"ז, יא) בד"ה וקראת שמו, שפי': ציווי הוא.
איך_הער האט געשריבן: פיין, אבער פון וואו נעמט זיך טאקע אז מ'געט דעם נאמען ביים ברית? און בכלל ווער זאגט אז ער האט נישט געקענט א נאמען געבן יצחק, ווייל דער אייבישטער האט אזוי געהייסן, ביים ברית?
סאכדעס האט געשריבן: סיז א גרויס ענין אז דאס קינד זאל אריבערגיין א שבת, א ענין אז ס'זאל אריבערגיין 7 גאנצע טעג, סיז דא וואס ווילן זאגן אז מ'זאל פאר א נקבה אויך ווארטן אויפ'ן צווייטן שבת.
מקורות געדענק איך נישט.
א אידעלע האט געשריבן: ר' סאכדעס שליט"א
דעי הסבר וואס דו זאגסט מיין איך האט גארנישט צו טוען מיט א נאמען געבן ביים ברית, דאס ווערט געברענגט אלס הסבר פארוואס מען מאכט א ברית דעם אכטן טאג.
סאכדעס האט געשריבן: דאס איז איין זאך, אבער דאס איז נאר א טעם אויף די ציווי השם, אבער לגבי נתינת השם איז דא על פי קבלה גאר הויכע זאכן איבער דעם נושא, די קדושה פון שבת זאל אריבערגיין, די ששת ימי המעשה, די גמר הבריאה, לערן וועסטו וויסן.
א אידעלע האט געשריבן: אוי דו, דו געסט מיר דאך נישט קיין מראה מקומות ווי עס נאכצולערנען.
איינער האט עפעס מוסיף צו זיין, מער קלארער, איבער דער ענין פון א נאמען געבן א אינגל דייקא ביים ברית?
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36566
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
נודע למשגב האט געשריבן: פארוואס גיבט מען נישט אין באבוב די נאמען מאיר נתן נאך די פאטער פון אדמו"ר מהר"ש הראשון ? איז עס ווייל ער איז אוועק אינג ? מ'קען צולייגן אדער אראפ נעמען א נאמען, פארט א טאטע. אדער איז אפשר דא א צווייטע סיבה ?
ובטוח אני בחברי הקרעטשמע היקרים שלא יאכזבו ולא יכזבו
גאנץ פשוט:
רבי מאיר נתן האט נאר געהאט איין זוהן וואס האט מאריך ימים געווען, ער האט נעבעך געליטן פון צער גידול בנים כידוע. געווען איז דאס הרה"ק ר' שלמה מבאבוב זצ"ל.
מען קען זיין זיכער אז אז ר' שלמה'לי'ס ערשטע געבוירענע זוהן האט געהייסן "מאיר נתן" נאך זיין פאטער, ער איז אבער אוועק "יונג", נא פרעג איך, מען האט דא צוויי מיט די נאמען מאיר נתן וואס זענען אוועק יונג, ווער וויל נעמען א ריזיקע?
לאמיר נישט פארגעסן אז מען האנדעלט דא מיט דזיקובער אייניקליך, פחד'נים פונעם ערשטן קלאס, כידוע.
למעשה האט אבער איינמאל דער צאנזער רב געבעטען א חסיד זיינע א נאמען צו געבן מאיר נתןף און ער האט צוגעזאגט אז דאס קינד ועט מאריך ימים זיין, וכך הוה ער איז אועק אין ניו יארק ביי די הונדערט...
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36566
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
ללמוד וללמד האט געשריבן: כ'האב לעצטנס געהערט אז וועגן דעם האט מען ביי אסאך מקומות מקפיד געוועהן צו רופן איינער וואס הייסט "מרים" מיט א פת"ח מַרים אנשטאט מיט א חיר"ק מֶרים, ווייל די מאמע פון אותו האיש האט אזוי געהייסן.
מאריעם איז ס"ה דער פוילישע דיאלעקט, די רעשט, איז שיינע תורה'ס, ס"ה האט זי מזנה געווען, און ווי עס ווערט געברענג אין די יודישע היסטאריע איז עס גאר געווען בלא יודעין, סאו האט זי געהייסען מרים?