שמות אנשים
איך ווייס נישט צו דאס באלאנגט אין דעם אשכול, אבער פארט איז דאס א תורה'דיגע שמועס
וזה החלי:
ווי דערמאנט רבי שריהדעבליצקי (נאר ביי מפורסמים זאל מען שרייבן א לעצטע נאמען) - די טאטע פון עזרא הסופר האט אזוי געהייסן
להבחל"ח רבי דןסגל (אפשר גייט דאס אריין אין דעם כלל פון מרדכי הנ"ל) - פון די י"ב שבטי קה
איך קען א יונגערמאן מיט'ן נאמען כלב. - כלב בן יפונה פון די מרגלים וואס זענען יא אריין קיין ארץ ישראל
הרה"ח ר' גד'ל אייזנער. מחשובי חסידי גור - פון די י"ב שבטי קה
הג"ר חיים זבולוןחרל"פ. געווען א רב אין ארץ ישראל - פון די י"ב שבטי קה