מנהגים שונים בקריאת שמות

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

א נאמען געבן ביים ברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פון וואו נעמט זיך דאס א נאמען געבן פאר א יונגל ביים ברית? ביי אברהם זאגט דער פסוק קודם ויקרא אברהם וכו' יצחק, און נאכדעם שטייט וימל אברהם וכו', זע מיר דאך אז ער האט קודם א נאמען געגעבן און נאכדעם הערשט געמאכט דעם ברית.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעמער, סאכדעס, עטץ ווייסט טאקע נישט, אדער האט איר עס נישט באמערקט?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אברהם האט נישט געדארפט ווארטן ביז צום ברית, ווייל אברהם האט געהאט א בפירוש'ער ציווי פונעם באשעפער: ויאמר אלוקים אל אברהם אבל שרה אשתך ילדת לך בן וקראת את שמו יצחק (בראשית י"ז, י"ט). ועי' ברש"י (בראשית ט"ז, יא) בד"ה וקראת שמו, שפי': ציווי הוא.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פיין, אבער פון וואו נעמט זיך טאקע אז מ'געט דעם נאמען ביים ברית? און בכלל ווער זאגט אז ער האט נישט געקענט א נאמען געבן יצחק, ווייל דער אייבישטער האט אזוי געהייסן, ביים ברית?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

סיז א גרויס ענין אז דאס קינד זאל אריבערגיין א שבת, א ענין אז ס'זאל אריבערגיין 7 גאנצע טעג, סיז דא וואס ווילן זאגן אז מ'זאל פאר א נקבה אויך ווארטן אויפ'ן צווייטן שבת.
מקורות געדענק איך נישט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע:דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

ר' סאכדעס שליט"א
דעי הסבר וואס דו זאגסט מיין איך האט גארנישט צו טוען מיט א נאמען געבן ביים ברית, דאס ווערט געברענגט אלס הסבר פארוואס מען מאכט א ברית דעם אכטן טאג.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דאס איז איין זאך, אבער דאס איז נאר א טעם אויף די ציווי השם, אבער לגבי נתינת השם איז דא על פי קבלה גאר הויכע זאכן איבער דעם נושא, די קדושה פון שבת זאל אריבערגיין, די ששת ימי המעשה, די גמר הבריאה, לערן וועסטו וויסן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע:דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

אוי דו, דו געסט מיר דאך נישט קיין מראה מקומות ווי עס נאכצולערנען.
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

מנהגים שונים בקריאת שמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

ווי איז דער מקור נישט צו געבן א נאמען נאך איינעם וואס איז אוועק יונג?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אינגערמאן.
נישט אינגאנצען.
דער מנהג אויף רוב פלעטצער איז צו צו געבען נאך א נאמען אויב דער נפטר איז אוועק יונג.

אבער אויב מען גיבט א נאמען נאך א טאטע אדער א מאמע, זענען דא וואס וועלען נישט צוגעבען קיין נאמען אפילו זיי זענען נפטר געווארען יונג.

דאס נישט צוגעבען א נאמען ווען מען גיבט נאך עלטערען, כמדומה אז איך האב דאס געהערט בשם ר' הערשעלע ספינקער זי"ע. אבער 'דאונט קוואט מי' ביז מען איז דאס נישט מברר
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

scy4851 האט געשריבן: דאס נישט צוגעבען א נאמען ווען מען גיבט נאך עלטערען, כמדומה אז איך האב דאס געהערט בשם ר' הערשעלע ספינקער זי"ע. אבער 'דאונט קוואט מי' ביז מען איז דאס נישט מברר
ואני שמעתיו בשם מהר"א מ'בעלזא.

מרן התפארת צבי מ'ספינקא, לא הוסיף שם לשני יו"ח הראשונים שנקראו על שמות אמו הי"ד וחותנו ז"ל,
מאז שבא לארה"ב הוסיף על שמות חותנתו, אביו וזקנו הי"ד.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

ביקסאד האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן: דאס נישט צוגעבען א נאמען ווען מען גיבט נאך עלטערען, כמדומה אז איך האב דאס געהערט בשם ר' הערשעלע ספינקער זי"ע. אבער 'דאונט קוואט מי' ביז מען איז דאס נישט מברר
ואני שמעתיו בשם מהר"א מ'בעלזא.

מרן התפארת צבי מ'ספינקא, לא הוסיף שם לשני יו"ח הראשונים שנקראו על שמות אמו הי"ד וחותנו ז"ל,
מאז שבא לארה"ב הוסיף על שמות חותנתו, אביו וזקנו הי"ד.


איך האב דאס געהערט בשם רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל אז ער האט אזוי געזאגט פאר קריגס איבערלעבער וואס האבן עם דאס אנגעפרעגט לגבי צוגעבן צו זייער עלטערנ'ס נאמען
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

מאקאווער האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן: דאס נישט צוגעבען א נאמען ווען מען גיבט נאך עלטערען, כמדומה אז איך האב דאס געהערט בשם ר' הערשעלע ספינקער זי"ע. אבער 'דאונט קוואט מי' ביז מען איז דאס נישט מברר
ואני שמעתיו בשם מהר"א מ'בעלזא.

מרן התפארת צבי מ'ספינקא, לא הוסיף שם לשני יו"ח הראשונים שנקראו על שמות אמו הי"ד וחותנו ז"ל,
מאז שבא לארה"ב הוסיף על שמות חותנתו, אביו וזקנו הי"ד.


איך האב דאס געהערט בשם רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל אז ער האט אזוי געזאגט פאר קריגס איבערלעבער וואס האבן עם דאס אנגעפרעגט לגבי צוגעבן צו זייער עלטערנ'ס נאמען


דער מקור פון נישט געבן א נאמען פון איינער וואס איז אוועק יונג איז געבויט אויף א ספר חסידים אז דער נאמען גורם לטובה ולהיפך ח"ו, און איינער וואס איז אוועק יונג איז ריע מזלי' ח"ו.
רביה"ק בעל דברי יואל האט געהייסן צוגעבן נעמען ביי די וואס זענען אוועק ביי די קריג, און ס'איז באקאנט אז דאס געווען איין אינציגע זאך וואס רביה"ק בעל ברך משה האט גע'פסק'ט פאר חסידי סאטמאר אנדערש ווי דעם רבין, ער האט נישט געהייסן צוגעבן א נאמען ביי איינעם וואס איז אוועק ביי די קריג (חוץ ווען איינער האט סיקירט אז דער פעטער האט יא געהייסן צוגעבן, האט ער געזאגט נו געב צו).
דער רבי דער ברך משה האט גע'טענה'ט אז מען קען נישט זאגן ריע מזלי' אויף די וואס זענען אוועק ביי די מלחמה, ווייל ס'איז געווען א גזירה כללית אויף אידן, און פונקט ווי מען געט די נאמען עקיבא נאכן תנא ר' עקיבא אפילו ער איז געווען פון די עשרה הרוגי מלכות.
און דער ברך משה אליין האט טאקע געגעבן א נאמען פאר זיינע קינדער, בנו הגדול האדמו"ר מהר"א שליט"א הייסט נאך זיין שווער וואס איז אוועק ביים קריג, בתו הבכירה מרת חי' ע"ה הייסט נאך זיין שוויגער וואס איז אוועק ביי די קריג, בנו מהרז"ל הייסט נאך זיין ברודער דער סיגעטער רב וואס איז אוועק ביי די קריג (האק נישט אריין ייטב לב... בעיני ראיתי א העתק פון א בריוו ווי דער ברך משה שרייבט אז דער נאמען איז לעשות שם ושארית לאחי, איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין געדרוקט אין ומשה הי' רועה אבער די מערכת דארט האט עס אין באזיץ) בנו מהרש"א הייסט נאכן גרויסן זיידן וואס איז אוועק ביי די קריג.
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

רעדענדיג צו איינעם יעצט זאגט ער מיר אז ס'איז א תוספות (די מראי מקום געדענק איך שוין נישט) וואס תוס' רעדט ארום דארט וואס ס'הייסט שטארבן יונג. ביי 50, צו ביי 60. (ס'איז 2 וועגן אין תוס'). און וועגן דעם אויב איינער שטארבט פארדעם גיבט מען נישט קיין נאמען נאך יענעם. (און וועגן דעם זענען דא מענטשען וואס זענען מקיל צו געבן א נאמען נאך איינעם וואס איז געשטארבן נאך 50 ווייל לויט איין וועג אין תוס' איז דאס שוין נישט יונג!)

אבער אינטערסאנט איז אז כ"ק אדמו"ר (מהר"א) מ'סאטמאר הייסט קלאר נישט צוגעבען אפילו אויב יענער איז געשטארבן פאר די 50!

און אויך פארציילט מיר יענער אז ר' מאטעלע (מ'וויזניץ) הייסט צוטיילן די נאמען. למשל אויב האט ער געהייסן אברהם יעקב, הייסט ער געבן נאר אברהם אדער נאר יעקב.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אינגערמאן האט געשריבן: רעדענדיג צו איינעם יעצט זאגט ער מיר אז ס'איז א תוספות (די מראי מקום געדענק איך שוין נישט) וואס תוס' רעדט ארום דארט וואס ס'הייסט שטארבן יונג. ביי 50, צו ביי 60. (ס'איז 2 וועגן אין תוס'). און וועגן דעם אויב איינער שטארבט פארדעם גיבט מען נישט קיין נאמען נאך יענעם. (און וועגן דעם זענען דא מענטשען וואס זענען מקיל צו געבן א נאמען נאך איינעם וואס איז געשטארבן נאך 50 ווייל לויט איין וועג אין תוס' איז דאס שוין נישט יונג!)

עי' מועד קטן כ"ח ע"א.
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

קרעמער שכוח פאר'ן צוצייכענען.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ווארד2007 האט געשריבן: בנו מהרש"א הייסט נאכן גרויסן זיידן וואס איז אוועק ביי די קריג.

ער איז אבער נישט געווען קיין יונגערמאן.
the SCY is the limit
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

אפילו ער איז נישט געווען קיין אינגערמאן, אז איינער איז אוועק נישט דורך דעם נערמאלן אופן, (עקסידענט, טראגעדיע, וכדו') אפילו ער איז געווען א בן שמונים פירט מען זיך צוצוגעבן א נאמען. און אויף דעם האט די ברך משה געהאלטן אז די ביי די אידן וואס זענען אוועק ביי די צווייטע וועלט מלחמה דארף מען נישט חושש זיין.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

יש לחלק, עס דא צוויי סארטן שטארבען יונג:

1. אויב איינער האט געהאט זון, און איז געשטראבן יונג, גיבט מען בכלל נישט דעם נאמען נאכאמאל, אבער אין דייטשלאנד האט מען יא.
2. א נאמען געבען נאך א טאטע'ן אדער מאמע'ן איז א חיוב אל מצות כיבוד אב ואם, אפי' מען שטארבט יונג לייגט מען נישט צו, ווי מען געפינט אסאך מאל א זון טראגט דער זעלבע נאמען ווי דער טאטע ווייל דער טאטע איז א וועק פאר דער זון איז געבוירן, א נערגעץ געפונט אז מען זאל צולייגן א נאמען, אדרבא ביידע טראגען גענוי דער זעלבע נאמען.
3. ביי א זיידער למשל אויב מען איז א וועק יונג יונג ליגט מען יא צו, אבער לאו דווקא אוועק יונג, אויב איז ער געווען א בעל צרה וכדו' לייט מען אויך צו.
4. אין באבוב זענען פארהאן הונדערטע בן ציון'ס, דער קדושת ציון איז גע'הרג'עט געווארן אין די עלטער פון 65 ביים קריג.
5. אזוי אויך האט דער באבוב'ער רב געהייסן שלמה נאך זין זיידע דע ערשטע באבוב'ער רב וואס איז אוועק ווען ער איז געווען 58.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אין די שאפערס רוט איז געלאפן אן אינטערעסאנטע אפהאנדלונג איבער נעמען ערגעץ אנהייב ווינטער.

איינער קען אריינסקענען?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

scy4851 האט געשריבן:
ווארד2007 האט געשריבן: בנו מהרש"א הייסט נאכן גרויסן זיידן וואס איז אוועק ביי די קריג.

ער איז אבער נישט געווען קיין יונגערמאן.

דער וואלאווער רב מיט די רעבעצין זענען אויך נישט געווען יונג, והוא אשר דברתי בענין וואס זענען אוועק ביי די קריג

אוועק יונג איז א באזונדערע שאלה, מען זעט דער ברך משה האט א נאמען געגעבן פאר זיין קינד (פאר די קריג) נאכן טאטן דער עצי חיים, און אזוי אויך איז דא אסאך אייניקלעך וואס הייסן נאכן עצי חיים מיט די רעבעצין, טראץ וואס זיי זענען ביידע אוועק אונטער 50
ואולי פון דארט נעמט רבינו מהר"א די הוראה פון נישט צוגעבן
ובפרט אז דאס געבן א נאמען נאך די עלטערן איז דא אין דעם א ענין פון כיבוד אב (כך ראיתי באיזה ספר)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איטשע האט געשריבן: יש לחלק, עס דא צוויי סארטן שטארבען יונג:

1. אויב איינער האט געהאט זון, און איז געשטראבן יונג, גיבט מען בכלל נישט דעם נאמען נאכאמאל, אבער אין דייטשלאנד האט מען יא.
2. א נאמען געבען נאך א טאטע'ן אדער מאמע'ן איז א חיוב אל מצות כיבוד אב ואם, אפי' מען שטארבט יונג לייגט מען נישט צו, ווי מען געפינט אסאך מאל א זון טראגט דער זעלבע נאמען ווי דער טאטע ווייל דער טאטע איז א וועק פאר דער זון איז געבוירן, א נערגעץ געפונט אז מען זאל צולייגן א נאמען, אדרבא ביידע טראגען גענוי דער זעלבע נאמען.
3. ביי א זיידער למשל אויב מען איז א וועק יונג יונג ליגט מען יא צו, אבער לאו דווקא אוועק יונג, אויב איז ער געווען א בעל צרה וכדו' לייט מען אויך צו.
4. אין באבוב זענען פארהאן הונדערטע בן ציון'ס, דער קדושת ציון איז גע'הרג'עט געווארן אין די עלטער פון 65 ביים קריג.
5. אזוי אויך האט דער באבוב'ער רב געהייסן שלמה נאך זין זיידע דע ערשטע באבוב'ער רב וואס איז אוועק ווען ער איז געווען 58.

איך קען גראדע איינער וואס איז געבוירן לאחר פטירת אביו און מען האט "יא" צוגעגעבן א נאמען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36761
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' איטשע האט רעכט, קוקענדיג און לייענענדיג אלטע מציבות האב איך אויך באמערקט עטליכע מציבות ווי טאטע און זון הייסן גענוי די זעלבע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ער איז נישט גערעכט! ווייל ער שרייבט "א נערגעץ [אויך מיר א ווארט..] געפונט אז מען זאל צולייגן א נאמען", און איך האב יא געפונען ערגעץ (וסימנך שלמה דוד יקותיאל ב. ני"ו).
נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

פארוואס גיבט מען נישט ביי די משפחת התמרים די נאמען אלעזר ניסן ?
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”