ראספשע האט געשריבן:
עס האט א שטיקל מקור אין די מגילה ואת פרשת הכסף אשר אמר המן פרשה פון מאכן געלט איז זאגן המן איי וואס האט עס מיט ג' בשלח? כ'ווייס ניש לאמיך טראכטן....
בשלח איז פשוט, דארט שטייט עס
פארוואס דינסטאג? ''המן מן התורה מנין? המן העץ אשר צויתי לבלתי אכול ממנו וכו' '' וועלכע טאג זענען די ביימער ארויסגעוואקסן?
פשטל נפלא... די ערד האט טאקע אנגעהויבן צו שפראצן ביום ג' תדשא הארץ דשא וגו' עץ פרי...
ראספשע האט געשריבן:
עס האט א שטיקל מקור אין די מגילה ואת פרשת הכסף אשר אמר המן פרשה פון מאכן געלט איז זאגן המן איי וואס האט עס מיט ג' בשלח? כ'ווייס ניש לאמיך טראכטן....
הרב רייך שליט"א מרימינוב זאגט אויף קול מבשר א פרישע (אפשר נאר פאר מיר איז עס פריש) פשט פארוואס דוקא דינסאג, ווייל מטיילט דאך איין די פרשה אויף די טעג פון די וואך ממילא קומט אויס אז דינסטאג לערנט מען שלישי ווי ס'שטייט קריעת ים סוף און ס'איז קשה מזונותיו של אדם כקריעת ים סוף ממילא איז ג' בשלח מסוגל אויף פרנסה

אי הכי פארוואס נישט דאנערשטאג? עס שטייט דאך נאך חמישי?...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
חסדי אבות האט געשריבן:
קען מען מרמז זיין דערויף דעם פסוק "ואת פרשת הכסף אשר אמר המן" - אז זאגן פרשת המן איז א סגולה אויף פרנסה.
רמז יפה אף נעים, עוד חשבתי פעם כי מה שכתוב בזו הפרשה ויאמר איש אל אחיו מן-הוא רומז על מאני (געלט באידיש), ויה"ר שיהי' שפע פרנסה בכבוד ובריוח מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.
איך האב נישט געברויכט קוקן אויפן נאמען צו וויסן אז חאצקל האט דאס געשריבן..
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
הזקן הישיש רבי עקיבאל׳ע גאנץ שליט״א פארציילט אז ער האט געלערענט ביים אלטן פאיע רב אין ישיבה, געווען א ישיבה פון 200 בחורים, ג׳ בשלח האט ער אויסגעקלאפט און געזאגט ער האט געהערט פון סטראפקאווער רב וואס האט נאכגעזאגט בשם שיניאווע רב בשם רבי ר׳ מענדעלע מרימינוב זי״ע צו זאגן פרשת המן שמו״ת ג׳ בשלח, און די גאנצע ישיבה האבן אינאיינעם געזאגט פרשת המן, עכ״ד.
גענוג מקור? רבי עקיבא׳לע לעבר נאך לאורך ימים ושנים, מקען איבערפרעגן,
ראספשע האט געשריבן:
עס האט א שטיקל מקור אין די מגילה ואת פרשת הכסף אשר אמר המן פרשה פון מאכן געלט איז זאגן המן איי וואס האט עס מיט ג' בשלח? כ'ווייס ניש לאמיך טראכטן....
הרב רייך שליט"א מרימינוב זאגט אויף קול מבשר א פרישע (אפשר נאר פאר מיר איז עס פריש) פשט פארוואס דוקא דינסאג, ווייל מטיילט דאך איין די פרשה אויף די טעג פון די וואך ממילא קומט אויס אז דינסטאג לערנט מען שלישי ווי ס'שטייט קריעת ים סוף און ס'איז קשה מזונותיו של אדם כקריעת ים סוף ממילא איז ג' בשלח מסוגל אויף פרנסה
לפי זה קען מען לכתחילה נאך היינט משלים זיין, ווייל היינט איז די פרשה טאקע פרשת המן!!
קודם כל פאר אלעמען, איך האב געזאגט די וואך דינסטאג פרשת המן, פשוט דערפאר, ווייל א טאג וואס הונדערטע טויזנטע אידן זאגן פרשת המן, זיי בעטן אויף פרנסה און גלויבן אין די סגולה, האט דאס זיכער א כח אין הימל און עס איז משפיע. דערפאר האב איך געזאגט.
אצינד קען מען זיך ערלויבן קריטיק: דאס אדווערטייזן אז מען שיקט צען מענטשן צום ציון הרה"ק מרימנוב זאגן פאר דיר פרשת המן, וואספארא עסק איז דאס? - פארוואס זאל דאס ביים צדיק מער העלפן ווי זאגן אליין? - כאילו זאגן אליין האט נישט אזא כח, און נאר ווען יענער זאגט פאר דיר (ביים צדיק) האט עס א כח. לאמיר פארשטיין פשט ווי אזוי דאס ארבעט, פרשת המן איז אן ענין, אז מען איז זיך מתבונן במעשי ניסים והשגחה, אז דער אויבערשטער שיקט פאר יעדן וואס ער ברויך, אין דעם זכות איז מען עס זוכה.
טא, ווי אזוי קומט עס אויס, אז ווען א צווייטער איז זיך מתבונן פאר דיר, וועסטו האבן די ישועה, אפילו דו האסט נישט דעם התבוננות?
בכלל, עס קוקט עפעס אויס, ווי דער צדיק איז פועל פאר דיר, בזכות וואס יענער זאגט פרשת המן... מען אדווערטייזט און מען פראבירט איינצורעדן שלומי אמוני ישראל, אז דווקא ביים קבר פון צדיק ווערט מען מער געהאלפן. איז דאס נישט געהעריג דורש אל המתים?
ווערט נישט אריינגעברענגט געוויסע בחינות פון עבודה זרה בתוכינו, און מיר לאזן עס גאר צו?
סגולת אמירת פרשת המן ידועה ומפורסמת בין החסידים שמועילה לפרנסה בשפע, ומובא בשם הרה"ק רבי מנחם מנדל מרימינוב זצוק"ל זיע"א, כי סגולה מיוחדת לומר את פרשת המן (שניים מקרא ואחד תרגום) ביום שלישי בשבוע שקוראים בו את פרשת בשלח,
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
עס איז געפלאנט א גרויסע מעמד אי"ה ג' בשלח. ווי שלום מרדכי רובאשקין גייט אנטוהן די גלעזער פון די חזון איש בייים ציון פון די רביניצער. און אויסזאגן פרק שירה. וואס איז געווארן גייט טאקע זיין דע מעמד?
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
עס איז געפלאנט א גרויסע מעמד אי"ה ג' בשלח. ווי שלום מרדכי רובאשקין גייט אנטוהן די גלעזער פון די חזון איש בייים ציון פון די רביניצער. און אויסזאגן פרק שירה. וואס איז געווארן גייט טאקע זיין דע מעמד?
שטיקל דיפערענץ פין א גאנץ יאר וואס מ' זאגט נאר 1 מאל מקרא און אינעם היינטיגן טאג זאגט מען 2 מאל מקרא + תרגום מיט א סענדוויטש פון יהי רצונס, זעהט אויס די גודל סגולת הזמן איז גורם, אפשר וועגנ דעם גרינעם דינסטאג שניחפעל באו קיע טאוו וואס האט אנגעפאנגן צו שפארצן גרינע גרעזעלעך מיט אלע פיינע fruit מארקעטס, so אפשר איז א גוט idia צו צוזאגן די מאמר פון יום ג'?
ויאמר אלהים תדשא הארץ דשא עשב מזריע זרע עץ פרי עשה פרי למינו אשר זרעו בו על הארץ ויהי כן: ותוצא הארץ דשא עשב מזריע זרע למינהו ועץ עשה פרי אשר זרעו בו למינהו וירא אלהים כי טוב
ג' בשלח איז א סגולה צו זאגן פרשת המן, כדי צו האבן פרנסה ג' בשלח, אזוי ווי אין פסוק שטייט ולקטו דבר יום ביומו ד' בשלח, דארף מען נאכאמאל זאגן כדי צו האבן פרנסה מיטוואך ה' בשלח, נאכאמאל זאגן, כדי צו האבן פרנסה דאנערשטיג ו' בשלח דארף מען זאגן דריי מאל, איינמאל צו האבן פרנסה אויף ערב שבת, און נאך צוויי מאל מיט תרגום אלס די וועכענטליכע מעביר סדרה זיין חיוב ז' בשלח, דארף מען לכאורה נישט זאגן, ווייל שבת איז נישט געפאלן קיין מן
משפטים סקעדזושל: איז די זעלבע ווי בשלח, מיטן אויסנאם פון פרייטיג איז גענוג נאר איינמאל וכן הלאה
זבחי צדק האט געשריבן: