קעניגזאן האט געשריבן:
עס איז לעצטענס ערשינען א הערליכער ליקוט אויף מגילת אסתר געקליבן דורך א בעלזער אינגערמאן. דארט זעט מען אויך אסאך מדרשים, אז אחשורוש האט גענומען נשיאות און בתילות, ער האט נישט מבחין געווען בין נשיאה ובתילה, ולא עוד אלא בכל לילה וישכב עמו בתילה או נשיאה אחרת.
דער חת"ס האט א מהלך אז מפשטת בנות ישראל מיינט אז ושתי האט איינגעפירט פריצות'דיגע מאדעס ביי יודישע פרויען, אשר ע"כ האבען די מענער נישט געקענט זינגען זמירות שב"ק אינדערהיים. ביום השביעי זענען די פרויען אבער געזעצן ביים סעודת ושתי און די ערליכע יודען וועלכע זענען נישט געגאנגען צום סעודת אחשורוש האבען יא געזינגען זמירות. דערפאר איז מדויק דער גמרא אז די מלאכים האבען פארגליכען יודישע סעודות וואו מען זינגט שירות ותשבחות צו גוי'אישע סעודות וואו מען איז עוסק אין ניבול פה.
האב איך געהערט אמאל א שיינע הוספה פון ר' שמואל ישעי' ווייסמאן שליט"א פון לונדון, אז דערמיט קען מען טייטשען די צוויי נסחאות להיות כל איש שורר (שין ימנית) און שורר (שין שמאלית). טאמער וועט דער מאן געוועלטיגען אינדערהיים און איינפירען צניעות'דיגע קליידער, וועט ער קענען זינגען (שורר) שירות ותשבחות צו השי"ת.
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
אסתר ירקרוקת היתה אלא שחוט של חסד משוך עליה, זאגט רש"י "מאת הקב"ה לכך נראית יפה לאומות ולאחשורוש". שפעטער ווען זי איז אריין צו אחשורוש שטייט, ג' מלאכי השרת נזדמנו לה באותה שעה א' שהגביה צוארה וא' שמשך עליה חוט של חסד וא' שמתח את השרביט. קודם איז דאך אסתר אלס געווען "חוט של חסד משוך עליה" צו וואס האט אויסגעפעלט יעצט עקסטער? ועוד רש"י זאגט "מאת הקב"ה" אין דא איז עס געגאנגען דוקא דורך מלאכי השרת?
גמ' יב: אמר רב כהנא מכאן שהדיוט קופץ בראש, וברש"י שממוכן היה קטן שבכולם שהרי נמנה האחרון. לכאו' וואס מיינט דאס מכאן שהדיוט וכו' וואס קומט דאס צו לערנען? שפעטער שטייט ווען התך האט נישט געוואלט צוריק גיין צו מרדכי שטייט מכאן שאין משיבין על הקלקלה, אן הוראה אז מ'זאל טאקע נישט טון אזוי, אבער וואס וויל ער מיט דעם מכאן שהדיוט קופץ בראש, אן הוראה אז מ'זאל אזוי טון?
מגיני ארץ האט געשריבן:
אסתר ירקרוקת היתה אלא שחוט של חסד משוך עליה, זאגט רש"י "מאת הקב"ה לכך נראית יפה לאומות ולאחשורוש". שפעטער ווען זי איז אריין צו אחשורוש שטייט, ג' מלאכי השרת נזדמנו לה באותה שעה א' שהגביה צוארה וא' שמשך עליה חוט של חסד וא' שמתח את השרביט. קודם איז דאך אסתר אלס געווען "חוט של חסד משוך עליה" צו וואס האט אויסגעפעלט יעצט עקסטער? ועוד רש"י זאגט "מאת הקב"ה" אין דא איז עס געגאנגען דוקא דורך מלאכי השרת?
אסתר האט אלגעמיין נישט געברויכט דעם חוט של חסד ווייל והנערה יפת תאר וטובת מראה, חוץ ווען אויסערליכע אומשטענדען האבען צוגענומען איהר נאטורליכען חן. צ.ב.ש. ווען ותלקח אסתר בע"כ צום ערל טמא, נאך א יאר זיך אויפהאלטען ביי איהם אין פאלאץ, איז געוועהן קענטליך איהר איבעל און ווייטאג, דערפאר האט אויסגעפעלט אן עקסטערע חוט של חסד. אויך ביים ויהי ביום השלישי ווען זי האט שוין געפאסט צוויי-דריי טעג (כמה שיטת בזה) און זי איז געוועהן שטארק דערשראקען האט זיך גענויטיגט אן עקסטערע חוט של חסד, מער ווי פריער.
מאת הקב"ה מיינט נישט אז עס איז נישט געוועהן ע"י מלאך, ווייל בלויז ג' מפתחות זענען ביד הקב"ה. היינט געהערט פון א יוד א רמז אז מען דארף גיין נאך געלט אום פורים. מיטות זהב וכסף - [מען דארף] בעטען [פאר] גאלד און זילבער.
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
פשטות איז אז אסתר נאטירליך לפי פשוטו של מקרא איז געוון א יפת-תואר, און ע"פ חז"ל ירקרוקת. ע"פ חז"ל איז זי נישט געווען א יונגע נערה, און מיט אלץ איז זי גענומען געווארען צו אחשורוש דא אריינגיין צו אחשורוש האט זי געדארפט עקסטערע ניסים [וואס איז פשט 'רעזשווילקע'? ס'דא אויך אין ארץ-ישראל?שולחן ערוך אורח חיים הלכות שבת סימן שב סעיף א הגה: וכ"ש שאסור לנער בגד שנשר במים או שירדו עליו * (ג) גשמים. ודוקא בבגד (ד) ב חדש שמקפיד עליו, (כל בו).ועדיין מהו 'רעזשווילקע'? ]
אין אמת'ן האב איך נישט קיין צייט צו דעם. איך וואלט גיוואלט צוריק-קומען צו די דקדוק אבער איך בין פראנומען. אפשר ועעל איך פארט זען וואס צוטאהן שיין צו זעהן א לעבעדיקן פארום גרויס הצלחה!
עס ווינדערט זיך א פראגע ביי מיר גאר א לאנגע צייט זיך איך איינער וואס קען מיך ארויסהעלפן כידוע ווען אונז זענען געווען קינדער ווי אויך היינט יעדע טעיפ אדער CD וכדו׳ וואס פארציילט די מעשה פון מגילה זאגן אז מרדכי הצדיק איז געווען א פעטער פאר די צדיקת אסתר, אבער אויב קוקט מען אריין במגילת אסתר שטייט בפירוש אז אסתר איז געווען בת דודו דאס מיינט א טאכטער פון זיין פעטער דאס מיינט א שוועסטער קינד, קאזין בלע״ז וויל איך וויסן איז דא עפעס מקורות אז מרדכי איז געווען איר פעטער אדער איז עס איינע פון די וועלט טעותים? און אויב איז עס א טעות פון ווי נעמט זיך די טעות? די פסוק אין מגילה איז ויהי אמן את הדסה היא אסתר ״בת דדו״
קעניגזאן האט געשריבן:
עס איז לעצטענס ערשינען א הערליכער ליקוט אויף מגילת אסתר געקליבן דורך א בעלזער אינגערמאן. דארט זעט מען אויך אסאך מדרשים, אז אחשורוש האט גענומען נשיאות און בתילות, ער האט נישט מבחין געווען בין נשיאה ובתילה, ולא עוד אלא בכל לילה וישכב עמו בתילה או נשיאה אחרת.
כמדומה שרש"י כתב כן על אסתר שטעם איזה טעם שרצה
א אפענע גמרא אין מגילה.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
שם התלמוד האט געשריבן:
עס ווינדערט זיך א פראגע ביי מיר גאר א לאנגע צייט זיך איך איינער וואס קען מיך ארויסהעלפן כידוע ווען אונז זענען געווען קינדער ווי אויך היינט יעדע טעיפ אדער CD וכדו׳ וואס פארציילט די מעשה פון מגילה זאגן אז מרדכי הצדיק איז געווען א פעטער פאר די צדיקת אסתר, אבער אויב קוקט מען אריין במגילת אסתר שטייט בפירוש אז אסתר איז געווען בת דודו דאס מיינט א טאכטער פון זיין פעטער דאס מיינט א שוועסטער קינד, קאזין בלע״ז וויל איך וויסן איז דא עפעס מקורות אז מרדכי איז געווען איר פעטער אדער איז עס איינע פון די וועלט טעותים? און אויב איז עס א טעות פון ווי נעמט זיך די טעות? די פסוק אין מגילה איז ויהי אמן את הדסה היא אסתר ״בת דדו״
אין די מגילה (קאפיטל ב' פסוק ז' ופסוק ט“ו) שטייט בת דודו אבער אין תרגום ראשון (ז' ו') תרגום שני (ב' ז') אבע“ז (ח' א') פירוש המיוחס להרמב“ם (ח' א' ובפסוק ח') מנות הלוי (ח' א') סידור היעב“ץ ועיון תפלה שבסידור אוצר התפילות בקרובץ לפורים בברכת שים שלום מהרש“א (מגילה טז.) יערות דבש (ח“ב דרוש י“ג) פוקד עקרים להגר“צ הכהן ז“ל (אות ה') ובספרו רסיסי לילה (אות נ“ב) שטייט אז מרדכי איז געווען איר פעטער וצ“ע (ספר פרסומי ניסא פי“ג אוצר המנוצר אות ק“ט)
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך: ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישטהנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממשאגרא דכלה פרשת בהר
שם התלמוד האט געשריבן:
עס ווינדערט זיך א פראגע ביי מיר גאר א לאנגע צייט זיך איך איינער וואס קען מיך ארויסהעלפן כידוע ווען אונז זענען געווען קינדער ווי אויך היינט יעדע טעיפ אדער CD וכדו׳ וואס פארציילט די מעשה פון מגילה זאגן אז מרדכי הצדיק איז געווען א פעטער פאר די צדיקת אסתר, אבער אויב קוקט מען אריין במגילת אסתר שטייט בפירוש אז אסתר איז געווען בת דודו דאס מיינט א טאכטער פון זיין פעטער דאס מיינט א שוועסטער קינד, קאזין בלע״ז וויל איך וויסן איז דא עפעס מקורות אז מרדכי איז געווען איר פעטער אדער איז עס איינע פון די וועלט טעותים? און אויב איז עס א טעות פון ווי נעמט זיך די טעות? די פסוק אין מגילה איז ויהי אמן את הדסה היא אסתר ״בת דדו״
אין די מגילה (קאפיטל ב' פסוק ז' ופסוק ט“ו) שטייט בת דודו אבער אין תרגום ראשון (ז' ו') תרגום שני (ב' ז') אבע“ז (ח' א') פירוש המיוחס להרמב“ם (ח' א' ובפסוק ח') מנות הלוי (ח' א') סידור היעב“ץ ועיון תפלה שבסידור אוצר התפילות בקרובץ לפורים בברכת שים שלום מהרש“א (מגילה טז.) יערות דבש (ח“ב דרוש י“ג) פוקד עקרים להגר“צ הכהן ז“ל (אות ה') ובספרו רסיסי לילה (אות נ“ב) שטייט אז מרדכי איז געווען איר פעטער וצ“ע (ספר פרסומי ניסא פי“ג אוצר המנוצר אות ק“ט)
בתר פתגמיא האלין כד פח ואשתדך מרוית חמריה וכד נח תקוף רוגזיה דמלכא אחשורוש שרי למדכר ית ושתי מתיבן רברבנוי וכן אמרין הלא את הוא דחיבת עלה דין דקטול על מה דעבדת אמר להון מלכא אנא לא גזרית למקטלה אלהן די תעול קדמי ולא עלת ופקדית למעדי מנה מלכותא אמרו ליה לא הכי אלהן דין דקטול גזרת עלה בעטת שבע רברבניא מן יד תקוף רוגזיהוגזרי למהוי צליבן שבעא רברבניא על צליבאאז אחשוורוש האט געהאנגען די שבעת שרי פרס ומדי.
אין קאפיטל א' פסוק ט"ז זאגט די תרגום ואמר ממוכן הוא המן בר בריה דאגג רשיעא.
קען זיין מען פרעגט שוין די קשיא, לכאורה וויאזוי האט המן איבערגעלעבט אויב אחשוורוש האט יעדן געהאנגען.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס. #ווייז-די-פרייז
לויט דעם רח"ק וועט אויסקומען אז דאס איז טאקע געווען איינע פון די סיבות פארוואס אחשורוש האט געהייסן הענגען המנ'ען.. ווייל די גמרא (מגילה טז.) זאגט אז אסתר האט געזאגט 'צר זה אינו שוה בנזק של מלך, איקני בה בושתי וקטלה, השתא איקני בדידי ומבעי למקטלי'.. קומט אויס אז זי האט איהם דא מגלה געווען אז דער איינער וואס האט זיך ארויסגעדרייט דעמאלטס איז גאר אונזער המן..
און דאס זאגט די גמרא ווייטער.. 'וחמת המלך שככה שתי שכיכות הללו למה וכו' ואמרי לה אחת של אסתר ואחת של ושתי'.. ווייל נאר יעצט האט ער זיך בארואיגט, האבנדיג געטראפן דעם אנטרונענעם, און מקיים פסק געווען מיט איהם.
ובזה יתיישב ג"כ דאס וואס אלע פרעגן, וואס האט אחשורוש זיך אזוי געוואונדערט 'מי הוא זה ואיזה הוא אשר מלאו לבו לעשות כן', ווען ער איז געווען דער שר המסכים אויפ'ן גזירה.. נאר ער איז ווילד געווארן נאכ'ן וויסן די לעצטע ניין יאר אז איינער האט זיך ארויסגעדרייט פונעם עונש.. און דא זאגט אסתר אז זי ווייסט ווער עס איז.