אין פסוק שטייט ויהי אומן את הדסה היא אסתר בת דודו, משמע זי איז געווען זיין קאזין וכן כתוב בתרגום ראשון. אויך אין אן אנדער פסוק שטייט קלאר בת אביחיל דוד מרדכי.
ווידער בפי העולם איז אנגענומען אז זי איז געווען א ניס. פון וואנעט נעמט זיך דאס? אין תרגום שני קאפיטל ז:ב שרייבט ער אז אסתר האט געזאגט פאר אחשורוש מרדכי אחי אבי, משמע זי איז יא געווען א ניס. דאס איז א סתירה צו וואס ער שרייבט אין קאפיטל ב:טו אז יאיר מיט אביחיל זענען געווען ברודער, משמע אז זי איז געווען א קאזין.
וועלכע איז ריכטיג?
באמת וואלט מען געקענט פארענטפערן איז זי יא געווען א קאזין און דאס וואס תרגום שני שרייבט אחי אבי מיינט ער כדרך אנשים אחים אנחנו.
מערקווירדיג אז אויך יוסיפין שילדערט מרדכי אלס א פעטער פון אסתר שרייבנדיג "ובתוך הרבות שנאספו נמצאה נערה אחת בבבל, יתומה משני הוריה, שהייתה אמונה אצל דודה מרדכי זה היה שמו וכו', אסתר זה היה שמה."
כל עבדי המלך ועם מדינות המלך יודעים אשר כל איש ואשה אשר יבוא אל המלך אל החצר הפנימית אשר לא יקרא אחת דתו להמית.
לך כנוס את כל היהודים הנמצאים בשושן וצומו עלי וגו' ובכן אבוא אל המלך אשר לא כדת וגו'.
קשה מאוד, למה לא שלחה אסתר עם אחד מהמשרתים את המלך, בקשה והזמנת 'תור' (אפוינטמענט בלע"ז) לדבר עם המלך, אין הכי נמי דאין לבוא אל המלך בלי רשות ובלי הזמנה, אבל עם הזמנה מראש בוודאי שמותר. דאי אפשר לומר שלא היתה במציאות כלל לדבר עם המלך גם בהזמנה מראש, דהרי מצינו כשבגתן ותרש רצו להרוג את המלך, מיד כתיב 'ותאמר אסתר למלך'. וכן בהמן כתיב 'והמן בא וגו' לאמר למלך לתלות את מרדכי על העץ'.
ואם כן, למה ראתה אסתר לסכן את חייה ולבוא אל המלך שלא ברשות (וכפתע היתה בינה לבין המלך שלא הרגה, כאמז"ל), ולמה כל הרעש הזה שכל היהודים היו צריכים לצום שלשת ימים, גם ביום ראשון של פסח, (וגם עד היום אנחנו צמים לזכר הנ"ל), הכל כדי שאסתר תבוא אל המלך בלי רשות להזמין את המן אל המשתה אשר עשתה.
ועוד קשה, ואני לא נקראתי לבוא אל המלך זה שלושים יום, איך זה יתכן לגוי מלא בתאוות ותינופת (כאמז"ל, שבגתן ותרש אמרו 'מיום שבאת זו לא ראינו שינה בעינינו') להיות מובדל ומופרש שלושים יום.
בדרך אפשר: לפי מש"כ הקדושת לוי שהכניסה אסתר שידה תחתיה, יתכן שהשידה אכן נקראת אל המלך למלאות תאותה, אבל אסתר האמיתית לא נקראת, וע"כ לא יכלה לעשות 'אפוינטמענט' כי המלך לא ידע שזה שלשים יום שלא נקראת אסתר האמיתית...
לכאורה, התירוץ שלך אינו תירוץ, כי מה איכפת למלך אם זה שעושה 'אפוינטמענט' היא אסתר אמיתי או לא? ואסתר כשהיא עושה 'אפאוינטמענט' לא היתה צריכה לומר שלא נקראת זה שלושים יום, היא גילתה זאת רק למרדכי.
הרב לכאורה, לויט אייער תירוץ האט נישט קיין פשט אוהרע ווערטער, ווייל אויב ער האט זי יא געהאלטען און איין ריפען די דרייסיג טעג, נאר זי האט געשיקט א 'שידה' איז דאך פשוט דא אן עצה, אז דער נעקסטע מאל ער ריפט זאל זי אליינס גיין און נישט שיקען די 'שידה'
---
הרב אשר, בנוגע דיין קשיא פאר וואס זי האט נישט געבעטען אן אפוינטמענט און די ברענגסט צוויי באווייזינגען אז ווען מען וויל קען מען אפילו קומען צום קעניג אהן געריפען, וויא מיר זעהן ווען אסתר האט געזאגט בשם מרדכי די מעשה פון בגתן ותרש, און אויך ווען המן איז געקומען בעטען פון מלך רשות אויפהענגען מרדכי.
ביי בגתן ותרש איז פשוט. אסתר האט געראטעוועט זיין לעבען ביי המן קומען בעטען רשות לתלות את מרדכי, איז אויך געווען לטובת המלך. דער מלך האט יעדען געהייסען זיך ביקען צו המן. דא קומט א יוד און האלט נישט איין דער צווי המלך. דאס איז א בזיון פארען מלך, און עס איז און די אינטערעסע פון מלך אוהם צו הרגנען.
אבער ביי אסתר קומען בעטען פאר די יודען, איז בכלל נישט דא קיין טובה און דעריין פארען מלך.
בנוגע פארוואס זי האט נישט געמאכט אן אפוינטמענט, קען מען אפשר זאגען אז זי האט דווקא געוואלט אז יודען זאלען פאסטען און מתפלל זיין לאביהם שבשמים און נישט זיך פארלאזען אז זיי האבען א שוועסטער בבית המלכות. חז"ל ניצען דער הסבר אויף פארוואס אסתר האט איינגעלאדענט המן צו אוהר משתה היין מיט אחשווראש. ---
אז מען רדעט שוין וועגען די שלושים יום איז כדי צו ברענגען וואס דער מלבי"ם זאגט.
דער מלבי"ם פרעגט, וואס האט אויסגעפעלט פאר אסתר צו זאגען פאר מרדכי אז מען האט זי שוין נישט גערופען דרייסיג טעג? עס איז נאר וויכטיג געווען צו זאגען אז דער ווער עס קומט אל החצר הפנימית אשר לא יקרא, איז, אחת דתו...
זאגט דער מלבי"ם אז אסתר האט געזאגט פאר מרדכי אז עס לוינט זיך נישט איינשטעלען דאס לעבען ווען 'אני לא נקראתי לבוא...זה שלושים יום' הלא ודאי בימים אחדים יקרא אותי ואז יהיה יותר בקל לבקש בעד העם, וטוב יותר להמתין עד שאקרא
נעיין מעט בשורה 14: הנוסח המקובל של השורה הוא 'נץ פרח מלולב, הן הדסה עמדה לעורר ישנים'. אבל נוסח זה משבש את המשקל בשני הטורים. בשני כתבי יד מצא ד"ר בנימין אליצור את הנוסח 'נץ פרח מלולב חן'. לפי חלוקה זו 'חן' הוא כינוי לאסתר, שעליה נאמר 'ותהי אסתר נושאת חן'. ביאור הטור הוא, אם כן, זה: הניצן (הוא אסתר) פרח מגזעו של הלולב הנאה (הוא שאול האב, הנזכר לעיל בשורות 6, 8). נראה שגם 'חסד' (8) הוא כינוי לאסתר, שעליה נאמר באותו עניין: 'ותשא חן וחסד לפניו'. לפי פירוש זה רומזת שורה 8 להמלכתה של אסתר. את התשועה מביאה אסתר בעזרת תפילתה ובעזרת תכסיסה (שורות 14 - 15). הביטוי 'לעורר ישנים' יכול להתפרש 'לעורר את האבות' כדי שיתפללו עבור עם ישראל, אך אפשר לפרש שהכוונה לעורר את עם ישראל לצום ולתפילה, לפי המדרש שישראל היו 'ישנים מן המצוות'.
היות ס'שוין שלשים יום קודם חג הפורים, וויל איך דא עפענען א אשכול אין ארומרעדן ענינים, רובם על דרך הפשט ע"פ דרשת חכז"ל אויף מגילת אסתר, ביז די ימי הפורים. קודם וויל איך שטעלן א פראגע וואס איז מיר זייער שווער אין די מעשה פון די מגילה. אסתר איז דאך לויט די גמ' געווען חתונה געהאט צו מרדכי, ווי די גמ' זאגט "אל תיקרי לבת אלא לבית" אין אויך "כאשר היתה באמנה אתו שהיתה טובלת ויושבת בחיקו של מרדכי", איז ווי קומט זו גענומען צו ווערן מיט'ן "ויקבצו את כל נערה בתולה", איז דען די גזירה געווען אויך אויף פארהייראטער פרויען? כ'האב געפרעגט די קשיא אפאר יודען, גיזוכט אין ספרים, נישט געפונען גארנישט.
מגיני ארץ האט געשריבן:
כ'האב געפרעגט די קשיא אפאר יודען, גיזוכט אין ספרים, נישט געפונען גארנישט.
די האר פון קאפ האבען זיך אויפגעשטעלט ווען איך האב דאס געליינט.
[ויאהב המלך את אסתר] מכל הנשים. הבעולות, שאף נשים בעולות קבץ. (רש"י מגילת אסתר).
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
אמאהל געזאגט א ווארט [ויתכן אז איך האב עס שוין דא געברענגט על שלחן מלכים] נאך דעם וואס אסתר האט געזעהן די גרויסע חסדים פון הימעל אז דער מלך אחשורוש איז ווילענדיג איר אלץ נאך צו געבען אפילו די האלבע מלוכה האט זי געפרעגט נישט אפשטעלען די גזירה גלייך נאר: יבא המלך והמן אל המשתה אשר אעשה להם ומחר אעשה כדבר המלך נאך איז שווער עס העט געזאלט שטיין: יבא המלך והמן אל המשתה אשר אעשה להם מחר ואעשה כדבר המלך נאר אין מדרש שטייט אז די גזירת כליה אויף כלל ישראל איז געווען בעוון זובח לאלהים יחרם מיר ווייסען פון די ספרים הקדושים אז די הנהגה פון הימעל גייט מיט אותיות און צדיקים קענען ממתיק זיין דורך היפוך אותיות, אזוי ווי פון "נגע" צו "ענג" אדער פון "צרה" צו "צהר" איז יתכן אז דא איז דער שורש הגזירה געגאנגען דורך דאס לייכטען אין הימעל פון דאס ווארט "חרם" כדי צו אויספיהרען דער פסוק זובח לאלהים יחרם אבער אסתר האט פארשטאנען אז הגם עס איז דא א קלאהרע סימן אז די ישועה איז דא מכל מקום דארף מען נאך ממתיק זיין די אותיות הגזירה וועגען דעם האט זי געוואלט טוישען די אותיות "חרם" צו "מחר" דערפאר האט זי געזאגט צום קעניג קומט צו די משתה וואס איך וועל מאכען און אזוי ארום וועל איך קענען מאכען פון דעם מלך מלכי המלכים'ס רייד "מחר" ודו"ק
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
עטליכע יאר צוריק לערנענדיג די מגלה איז מיר נתעורר געווארן א גאר אינטערסאנטע זאך, אסתר האט ביום י"ג ניסן געשיקט זאגן צו מרדכי ואני לא נקראתי לבוא אל המלך זה שלשים יום, ד"ה פון י"ג אדר. קומט אויס אז די הסתר פנים (סיי למעלה המלך זה מלכו של עולם, און סיי למטה אז איר פחד צו גיין איז געווען געבויעט אויף דעם וואס זי איז נישט געווארן גערופן זינט דעמאלט'ס) האט זיך אנגעהויבן י"ג אדר, ביום תענית אסתר. ובו ביום לשנה הבאה איז ערשט אינגאנצן נתברר געווארן איך יפול דבר. וביותר, אין דרשות חת"ס שטייט אז די תענית אסתר וואס אונז פאסטן איז ווייל די קטרוג ווערט יעדעס יאר נתעורר בו ביום. ולהנ"ל האט זיך עס אויך יענעם יאר דעמאלט'ס אנגעהויבן.
עס איז לעצטענס ערשינען א הערליכער ליקוט אויף מגילת אסתר געקליבן דורך א בעלזער אינגערמאן. דארט זעט מען אויך אסאך מדרשים, אז אחשורוש האט גענומען נשיאות און בתילות, ער האט נישט מבחין געווען בין נשיאה ובתילה, ולא עוד אלא בכל לילה וישכב עמו בתילה או נשיאה אחרת.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..