המלך מגילה-שיטת הגר"א והמסתעף
פון א סופריש'ן שטאנדפונקט
1) קודם וויל איך פרעגן צו ווייסט עמעצער די מקור פון המלך מגילות?
האט דאס טאקע א מקור מוסמך אדער סתם א בעל בתישע'ר מושג?
2) אויך אביסל ארום שמועסן איבער די טענה פונעם גר"א אז סינישטא קיין מסורה צו מאכן די אותיות פון די עשרת בני המן גרעסער ווי אלע אנדערע ווערטער פון די מגילה
3) ווי באקאנט האט טאקע דער גר"א און דער חת"ס און מן הסתם אזוי אויך נאך אסאך אנדערע גדולי ישראל געהאט די עשרת בני המן אריין געשריבן אינמיטן אן עמוד
4) אין ירושלים איז געשאפן געווארן א פשרהדיג'ער מושג פון שרייבן אן עלף שורהדיגע'ר מגילה מיילע אזוי האט מען יוצא געווען ביידע שיטות ווייל אזוי איז די עשרת בני המן אויף אן עקסטערן עמוד און אויך איז עס נישט מיט קיין גרעסערן אות אזוי ווי דער גר"א טענהט
אויף דעם אבער טענה'ט הרה"ג ר' משה שטרנבוך אז מאן יימר דאס איז א פשרה אפשר לויט די שיטה פון שרייבן די י' בני המן עקסטער אפשר דארף מען אויך שרייבן מיט א גרעסערן אות? און מאן יימר די האסט יוצא געווען ביידע שיטות?
און אפשר איז טאקע מער אויסגעהאלטן צו נוצן א גרעסערע מגילה מיט ל"ו אדער מ"ב שורות כאמתה של תורה?
5) ווייסט איינער וואספארא מגילה די רבי'ס לבית סיגוט האבן גענוצט?