נייטרא - הישיבה והישוב
לאמיר דא אראפברענגן זכרונות, צו וואס מען געדענקט אליינס, אדער וואס מען האט געהערט פון אנדערע,
פאר איך הייב אן בעט איך אז מען זאל און די פארום בכלל נישט דערמאנען קיין פאליטיק, נאר סתם רעדן זכרונות פון די ישיבה און נישט אריינמישען קיין פאליטיק, און די נייטרא ישיבה איז היינט איינגעטיילט אז און מאונט קיסקט איז דא די ישיבה גדולה וואס שטייט אונטער די הנהגה פון די נייטרא רב שליט"א, און די ישיבה קטנה וואס איז אונטער די הנהגה פון הגאון ר' מיכאל בער ווייסמאנדל שליט"א בן הרב יוסף עמרם זצוק"ל, און אויך האט ר' מיכאל בער די ישיבה גדולה און טשעסטער, און די נייטרא רב שליט"א האט די ישיבה קטנה און מאנסי, און ווען מיר ריידן פון נייטרא ישיבה מיינען מיר אלעס, מאונט קיסקא טשעסטער מאנסי,
די נייטרא ישיבה איז א וועלט פון זכרונות און בעיקר איבער די גרויסע יודן וואס האבן דארט משמש געווען אלץ רמ"י הישיבה, און לאמיר טאקע דא אנהייבן אויסצורעכענען וויפיל איך ווייס,
רהינו בעל נאות דשא זצוק"ל
רבי חיים מיכאל דוב ווייסמאנדל זצוק"ל
רבינו בעל משאת משה זצוק"ל
רבי יעקב הארנשטיין ז"ל
רבי יצחק זאב מאיער ז"ל
רבי יונה פארסט ז"ל
רבי יעקב אהרן פישער ז"ל
רבי בנימין חיים שטיינער ז"ל
טאבע רב ז"ל
רבי אשר פארסט ז"ל
רבי יעקב פנחס גורעלניק ז"ל
רבי יוסף עמרם ווייסמאנדל ז"ל
און נאך וואס איך געדענק נישט איצטעט אויפן מינוט
עכ"פ טייער נייטרא תלמידים לאמיר אויפוועקן אביסל זכרונות