נייטרא - הישיבה והישוב
היסטאריע פון שטעט און ערטער
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- געריבענער סוחר
- שר האלף
- תגובות: 1269
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע:אין קאנפערענס רום
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
מיינס נאנטער קרוב א יליד תרצ"ח א נייטרא תלמיד האט מיר דערציילט אז אין ישיבה האט געוואינט אן
אלטען איד ר' אשר שוועביל ז"ל וואס איז געבליבען אליין אחרי הזעם האט ער זיך באזעצט אין ישיבה
געווען א ת"ח מופלג (אפשר נאך מער)
ער איז געווען זייער מעורב מיט די בחורים
ווען מען האט מציע געווען פאר הרה"ח ראזענבערג ז"ל א שידוך פאר זיין טאכטער הב' חיים לייב כ"ץ
איז ער געקומען אין ישיבה אום נאכקוקען
ר' אשר האט דאס דערשמעקט האט ער געשיקט בחורים פרעגען בקיאות
און די רעסט איז היסטארי מיס ראזענבערג איז היינט סערדאהעלי רביצין

צווייפעל האט געשריבן:וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן: צווייפעל לאמיר הערן אביסל זכרונות
.
זכרונות האב איך זייער אסאך, וויס נישט ווי אנצופאנגען, צו פון רבינו, צו פון רב הצעיר, בערטשי, ר׳ יענקב פנחס, ר׳ אלי׳, רעב בענאשע, לעווינס לעיק, טענעס קארט, די קליינע הימל ( איינער ווייסט וואס דאס איז?.....)די וואסער רעזערוואר, מיסיס ווייסמאנדלס צעטלעך אויף די גראסערי טיר, די אוצר וואס דער פריץ האט באהאלטן, ר׳ אברהם שארר׳ס ליל ששי'ס, ר׳ נפתלי׳ס דרושים, זיינע עיונים בפרשה, דרשות, ר׳ לייבל פינקלשטיין, שטופן די צייט אין #18 מיט ר׳ מיכאל יוסף, אין #17 אינהאלטפולע שמועסן מיט ר׳ יצחק אלעזר, די גרוך און די גרודער פון די מקוה אין ישיבה קטנה, די פייער און ישיבה גדולה, ר' שמואל דוד (שעמי...) שמחה שאמועלס חריף, צביקיס חזנות, ר׳ ינקף לעיזארס שיעורים, ר׳ ינקף פאנחס גיט אינפארמעישען, דריטע כיתה ישיבה קטנה׳ס גדלות, ערשטע כיתה ישיבה גדולה׳ס גבורות, די ״עד כאן״ דרשה פון ר׳ יצחק אלעזר תשנ״ד, וויצן, שמועסן, ניגונים, ר׳ אלי׳ס אייזערנע שפיצן אוף די שיך (ווינטער) זיינע מסילת ישרים שיעורים, די קאקאש קעיק געזונגאכץ פאר די שבת׳דיגע סעודות, ״פעסטע״ בחורים, ר׳ אברהם שאררס לעצטע דרשה, ר׳ יצחק פערלמוטער שלאפן געלייגאכץ, ווי זאלעך אנהייבן.....
וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן: צווייפעל די האסט דארט געלערענט היבש לאנג וואו עס קוקט מיר אויס, די קליינע הימל ווייס איך נישט וואס עס מיינט
צווייפעל האט געשריבן: נו, ווי זענען די ישוב׳ניקעס זאלן זאגן וואס די קליינע הימל איז?
אזא קליינע טעראסע אין וואלד, מיט זוילען און א דעכל, מקובל אז דער פריץ פלעגט דארט פארריכערן א לילקע, היינט איז דארט די מעין ברעיקער פון די ישיבה.
איר מיינט דאס?
נעוואדע (נישט די סטעיט....) מקובל אז דער פריץ פלעגט דארט פאררייכערען די לילקע, דארט איז די מעין ברעיקער פון די ישיבה (פון וואנעט ווייסעך... ווייל א בחור האט עס אמאל אויספראבירט....)
אגב די גרעיע לאנטש רום טירן (מיט די קעסטעלעך אויפן וואנט) און די לעקטערס דערקען איך נישט, עס פלעגט זיין ליכטיג ברוין שוין אפי' נאכן פייער...
יישר כח יציב, גיימער לערנען היינט נאכט ווי א בחור...
אגב די גרעיע לאנטש רום טירן (מיט די קעסטעלעך אויפן וואנט) און די לעקטערס דערקען איך נישט, עס פלעגט זיין ליכטיג ברוין שוין אפי' נאכן פייער...
יישר כח יציב, גיימער לערנען היינט נאכט ווי א בחור...
- סיפורי צדיקים
- שר האלף
- תגובות: 1521
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
- לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...
איך בין געווען אפאר יאר צוריק אויף א שבת אין נייטרא צוליב א משפחה שמחה בין איך געגאנגען שפאצירן מיט מיין טאטע, און ער האט מיר געוויזן אפאר פלעצער איבערבלייבענישן פונעם פריץ, דענק איך אז מיר זענען אריין אין א וואלד און בעק פון בנין הישיבה וואס אריינצוגיין אין די וואלד גייט מען דורך א שיינע טויער (עכ"פ אמאל געווען שיין...) מיט סטעפס אראפ צו די וואלד האט ער מיר געזאגט אז דארט האט די פריץ געהאט א בלומען פעלד און דאס איז די שיינע אריינגאנג צום פעלד, אויב איינער ווייסט פון וואס איך רעד ביטע ארויפברענגען א פיקטשער איך האב פרובירט אביסל צו זוכן דא אינעם אשכול און נישט געטראפן.
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
- אַבּערוואַס
- שר האלפיים
- תגובות: 2178
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm
סיפורי צדיקים האט געשריבן: איך בין געווען אפאר יאר צוריק אויף א שבת אין נייטרא צוליב א משפחה שמחה בין איך געגאנגען שפאצירן מיט מיין טאטע, און ער האט מיר געוויזן אפאר פלעצער איבערבלייבענישן פונעם פריץ, דענק איך אז מיר זענען אריין אין א וואלד און בעק פון בנין הישיבה וואס אריינצוגיין אין די וואלד גייט מען דורך א שיינע טויער (עכ"פ אמאל געווען שיין...) מיט סטעפס אראפ צו די וואלד האט ער מיר געזאגט אז דארט האט די פריץ געהאט א בלומען פעלד און דאס איז די שיינע אריינגאנג צום פעלד, אויב איינער ווייסט פון וואס איך רעד ביטע ארויפברענגען א פיקטשער איך האב פרובירט אביסל צו זוכן דא אינעם אשכול און נישט געטראפן.
איר מיינט אפשר צווישן די שמות הויז און גאלדפיש און לעווינס לעיקס? איך געדענק אז דארט זאל האבן געווען א (געוועזענע) גרינהויז. אדער מיינט איר די אנדערע זייט סתם א שטיקל פעלד?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
- Gevald Geshrigen
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4183
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
ר׳ מיכאל בער האט עס אפגעקויפט פון די יורשים פון א גאר רייכער אמעריקאנער גוי. די בחורים און תושבים רופן עם דעם פריץ.
ער איז נישט געווען ממש דער זעלבער פריץ וואס האט געהאט א מאשקע ווי אין רוסלאנד ווי ר׳ משה לייב סאסעווער האט געדארפט געבן געלט פאר פדיון שבויים אבער פארט א פריץ.
דער גוי מיטן לעצטן נאמען ברוסטער האט עס גענוצט אלס זיין וועקעישן הויז און .
האט געהייסן די ברוסטער עסטעיט און איז באשטאנען פון א ריזן פאלאץ מיט אלע צוגעהערן און קליפערלעך מיט נאך עטליכע בילדינגס אויף א ריזן שטח בעיקר אויסגעשטעלט פא פארשידענע ערליי פארוויילונגען.
דער ברוסטער האט געהאט עפעס א גרויסן שותפות מיט ראקעפעלער אין זיין אויל ביזנעס פון וואס זיי זענען אלע געווען גאר גרויסע עשירים