בלאט 1פון 9

א קאלעקשען פון שושנת יעקב'ס

געשריבן: מיטוואך פעברואר 24, 2010 3:42 pm
דורך matovu
א קאלעקשען פין שושנת יעקב'ס

How do you attach Songs
i am getting ERRORs

???

געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2014 4:41 am
דורך אליקים געציל
מיר האבן נאך א שאנס דאס צו באקומען...?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2014 6:14 am
דורך אליקים געציל
איך האב צוזאמענגעשטעלט א שטיקל ליסטע פון שושנת יעקב ניגונים:

(עפ"י סדר הא"ב):

1) אלכסנדר (ניגוני בית אלכסנדר טרעק 1)

2) באבוב ר' יוסאלע מאנדלבוים - די אמאליגע פאפולערסטע שושנת יעקב (לחיים טיש פורים 2 טרעק 24)

3) באבוב קדושת ציון (מה אשיב טרעק 4)

4) באיאן ר' בן ציון שענקער (לחיים טיש פורים 3 טרעק 6)

5) בעלזא (זכות אבות טרעק 5)

6) בעלזא ניגון אנע ווערטער (אכסוף נועם שבת טרעק 9)

7) ר' בעריש ווישעווער / ר' ליפא לויאש (לחיים טיש פורים 3 טרעק 16, אפרים וועבערמאן א פורים טיש מיטן רבי'ן טרעק 9 - ואולי הם שני ניגונים נפרדים?)

8) גור - די היינטיגע פאפולערסטע שושנת יעקב (לחיים טיש פורים 1 טרעק 28, און אויף יעדע אנדערע פורים טעיפ)

9) גור (ניגוני שמחה אדר תשס"ז טרעק 3)

10) גור ר' מנחם אירנשטיין ניגון אנע ווערטער (לחיים טיש פורים 3 טרעק 26)

11) גור טאנטץ (ניגוני שמחה אדר תשס"ז טרעק 9, שבועות תשס"ו טרעק 5)

12) אחים ווערצבערגער (מהרה טרעק 5)

13) ר' חיים בנעט (שמחעס פורים טרעק 7)

14) ר' חיים בנעט (מקהלת בודאפעסט טרעק 3)

15) ר' חיים בנעט (נישט לוי יצחק'ס...) כינעזישע ניגון (מקהלת בודאפעסט טרעק 5)

16) ר' ליפא לויאש {אדער אמאל געהערט אז ס'איז ר' יוסל אשכנזי'ס ניגון?} - דאס וואס מ'פלעגט זינגען אין סאטמאר, כ'ווייס נישט אויב ס'איז דא ערגעץ אויף א טעיפ

17) מאדזיטץ (חגים וזמנים טרעק 3)

18) ר' משה מרדכי ראזנבלום (מונה 3 טרעק 6)

19) ר' משה גאלדמאן (אלה מועדי טרעק 10)

20) סקולען

21) קארלין - לעלובער לכה דודי ניגון (לחיים טיש פורים 3 טרעק 27)

22) ראזוואדוב ווארקע (לחיים טיש פורים 3 טרעק 9)


די מקורות/שמות המחברים האב איך געשריבן לויט ווי איך האב זיי פארשריבן ביי מיר (אויך די פאפולערקייט ראטע איז לענ"ד...), ביטע מעורר זיין אויב עפעס שטימט נישט.

ווי אויך ווערט דער עולם געבעטן צוצולייגן אינפארמאציע איבער די ניגונים ווי אויך צו פארגרעסערן די רשימה מיט פרישע ניגונים (מיט מקורות אויב מעגליך).

געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2014 11:24 am
דורך ניגון עתיק
אן קיין ספעציעלן סדר

1) מודזיץ - אמרי אש

2) מודזיץ - אמרי אש

3) מודזיץ - אמרי שאול

4) ר' משה ביק ז"ל (ווערט היינט געזינגען אין סקווירא)

5) ר' בנציון שענקער

6) ר' ברוך אייזענבערג ע"ה

7) מודזיץ - אמרי שאול, הסבר על הניגון

8) באבוב

9) גור - תשי"ז

10) גור - תשי"ח

11) גור - תשט"ו

12) ר' אהרן מיללער ז"ל

13) בעלז

געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2014 1:25 pm
דורך אליקים געציל
WOW! WOW! WOW! האסט שוין איינמאל געמאכט סדר...

דעם באבוב'ער ניגון (נומער 8) אידא ערגעץ צו הערן אויף א געהעריגן טעיפ?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2014 3:16 pm
דורך איימעניט
א פוילישע שושנת יעקב

שושנת יעקב צהלה ושמחה, בראותם יחד תכלת מרדכי. בראותם יחד, בראותם יחד תכלת מרדכי.
היינט איז דאך יעדער איד גאר פרייליך
דער מינסטער לעבט זיך ווי א מלך
מען טאנצט און מען שפרינגט, מען עסט און מען טרינקט
וויין און ביר און שפריצט אן א שיעור.
רעפריין: וואס האבן מיר זיך דען טרויעריג זיך צו לעבן
אז מען קען זיך גוט לעבן
נו וואס האבן מיר דען טרויעריג צו זיין
אז עס קען אונז גוט זיין
אז עס זאל אונז שוין גוט זיין.
עולם זייט נישט קארג, און מאכט א גרויסע הוצאה
קויפט זיך יעדערער א צַשַאריק
און האט פון פורים הנאה
רעפריין: ווייל היינט איז דאך די צייט
צו גדולה און פרייד
און נישט צו לאזן זיך גאר אין צער
צו עסן מיט חשק
מילכיג אדער פליישיג
ואם לא עכשיו אימתי
להודיע צו מאכן וויסן גאטנ'ס ווילן פאר יעדער איינער באזונדער
להודיע צו מאכן וויסן גאט איז פון דער
פאר אלע אידישע קינדער
אוי שכל קוויך לא יבושו ולא יכלמו לנצח
אוי די אלע וואס האפן צו דיר גאט
און זיי טוען דיין געבאט
אוי טוה זיי באשיצן מיט אייער רעכטע האנט
זיי זאלן קיינמאל חלילה נישט וויסן פון קיין שום שאנד
רעפריין: איז דאך טאקע דער תוך
דיר צו לויבן נאך און נאך
אוי וויי אוי וויי אוי וויי כל החוסים בך
איז דאך טאקע דער תוך
דיר צו לויבן נאך און נאך
אוי וויי אוי וויי אוי וויי כל החוסים בך
פירט מען המנ'ן צו דער תלי'
כל הכלבים צועקים לגוי'
גלינג גלאנג, גלינג גלינג גלאנג, גלינג גלאנג, גלינג גלינג גלאנג, גלינג גלינג גלינג גלינג גלינג גלאנג
מאכן די קליינע גלעקעלעך טרררר
אוי ארור המן
פארוואס?
אשר ביקש לאבדי
אוי צען טויזנט צענטן זילבער האט ער געוואלט געבן
אוועקצונעמען ביי אונזערע אידעלעך זייער לעבן
אך מיט ציינער גניבה'ישע אויגן
האט ער די הויט פון די אידעלעך נעבעך אראפגעצויגן
אונזערע אידעלעך האבן מיר דאך א מדה
אז אין דער גרעסטער בידע
דאס וויינען קלאגן
און תהלים זאגן
צו אונזער גאט
השם אחד
און דא איז דאך טאקע אזוי געווען
אונזערע אידעלעך איז גארנישט געשען
מיר האבן געהאט די הצלה
און ער די מפלה
המן ובניו על העץ תלה
רעפריין: איז וואס האבן מיר דאך טרויעריג צו זיין
אז מען קען זיך לעבעדיג זיין
איז וואס האבן מיר דאך טרויעריג צו לעבן
אז מען קען זיך גוט לעבן
אבער געבענטשט זאל ער ווערן
מרדכי הצדיק אונזער גוטער פריינט
וואס מיט זיינע הייסע טרערן האט ער אונז אויסגעוויינט
ער האט געפאסט דריי טאג און דריי נעכט
און קיין אויג נישט צוגעמאכט
מיט זיין הייסע תפלה
איז געווען די בעסטע פעולה
פירט מען זרש'ן צו די פגירה
כל הכלבים צועקים לפגירה
מאכן די קליינע גלעקעלעך טררררר
ארורה זרש
פארוואס?
ווייל זי איז געוועזן אשת מפחידי
אוי גאר שטיל און גאנץ גוט
האט זי געצאַפט פון אונזערע אידעלעך זייערע בלוט
אך מיט אירע גנבה'ישע סטראקן
האט זי אונזערע אידעלעך אויף יעדן טריט דערשראקן
עס האט זיך געשטעלט פאר א שטן
עס האט איר נישט געראטן
נאר דער וואס איז איבער אונז
האט געוויזן א קינץ
אז אלס וואס האבן געקערט
איז געווארן פארקערט
און אלע זייערע עצות
זענען געפאלן אויף זייערע פלייצעס
מיר האבן געהאט די הצלה
און זיי די מפלה
ס'זאלן זיין פאר א שיינע כפרה
און המן עלה
על העץ תלה
אבער געבענטשט זאל זי ווערן
אסתר המלכה אונזער צנועה
וואס מיט אירע הייסע טרערן
האט זי געברענגט אויף אונז א ישועה
זי האט געפאסט דריי טעג און דריי נעכט
און קיין אויג נישט צוגעמאכט
און מיט איר קאפ דעם קליגן
האט זי דעם רשע אינעם זלאַפקע אריינגעקריגן
אויכעט וגם חרבונה
ער איז נישט געווען אזא גוטער יונג
נאר ווי ער האט געזעהן אז עס וועט זיך אים בעסער לוינען
דארטן האט ער געדרייט מיט דער צינג
נישט ווייל ער האט אחשורוש'ן ליב געהאט
האט ער דערציילט די גאנצע מעשה
נאר ווייל המן איז געוועזן א רשע
ומרדכי ידע את כל אשר נעשה
איבער דעם מיר אידן
צאלן מיר אים זיין חוב
ווייל מיר זענען ב"ה צופרידן
זאגן מיר וגם חרבונה זכור לטוב

געשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2014 7:47 am
דורך איטשע
12 איז נישט פון אהרן מיללער.

שושנת יעקב - מיט'ן נאז

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2015 6:31 pm
דורך פיניע חזן
איך זוך די ווערטער פון דעם קאסאניער שושנת יעקב (ווערט גערופן שושנת יעקב מיט'ן נאז)

יישר כח פון פאראויס

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2015 7:11 pm
דורך קנאפער ידען
פיניע חזן האט געשריבן: איך זוך די ווערטער פון דעם קאסאניער שושנת יעקב (ווערט גערופן שושנת יעקב מיט'ן נאז)

יישר כח פון פאראויס

פזמון:
שושנת יעקב צהלה ושמחה, בראותם יחד תכלת מרדכי,
שושנת יעקב צהלה ושמחה, בראותם יחד תכלת מרדכי,
תשועתם היית לנצח ותקוותם בכל דור ודור.
תשועתם היית לנצח ותקוותם בכל דור ודור.

להודיע אידעלך,
להודיע אידעלך.
שכל קוויך לא יבושו ולא יכלמו לנצח, פאר דעם עזות מצח,
פאר דעם גראבין פויער,
לאמיר זינגען נאך אין נאך, לאמיר זיך פרייען נאך אין נאך,
ווער אין ווער ווער אין ווער, כל החוסים בך.

פזמון: שושנת יעקב...

פירט מען המנ'ן צו די תלי'ה בם בבם,
ווערט אין אלע גאסען א רעש און א מהומה. בים בם,
הייבן אהן אלע גלעקער צו קלינגען, בים בם בים בם.......
און מ'שרייט ארור המן,
ס'זאל ווערן פארשאלטין זיין טרייפענער נאמין,
דער טרייפענער בעל באעס,
אראפ פוילין זאל עהם דער נאעס,
פארוואעס?
אשר ביקש לאבדי, אשר ביקש לאבדי,
ברוך מרדכי וואוילער מרדכי, טייערער מרדכי, מרדכי היהודי,
ברוך מרדכי וואוילער מרדכי, טייערער מרדכי, מרדכי היהודי.

פזמון: שושנת יעקב......

פירט מען זרש'ן צו די תלי'ה, בם בם
ווערט אין אלע גאסען א רעש און א מהומה, בים בם
הייבן אהן אלע גלעקער צו קלינגען, בים בם בים בם.......
און מ'שרייט ארורה זרש,
פארטיליגט זאל ווערן די טרייפענע פרינצעסן,
וואס זי האט גיגעבין פאר המנ'ן צו זויפין און צו פרעסין,
איר טרייפענעם בעל באעס,
אראפ פוילין זאל איהר די נאעס
פארוואעס?
אשת מפחידי, אשת מפחידי
ברוכה אסתר וואוילע אסתר, טייערער אסתר, אסתר בעדי
ברוכה אסתר וואוילע אסתר, טייערער אסתר, אסתר בעדי

פזמון: שושנת יעקב......

חרבונה חרבונה, איז גיוועהן א וואוילער יונג, בם בבם.
צי המנ'ןס תלי'ה גיוועהן זייער פלינק, בים בבם,
ער האט געזוכט פאר המנ'ן א זכות, פאר מרדכי'ן א חוב,
פאר המנ'ן א חוב פאר מרדכי א זכות
פאר מרדכי א זכות פאר המן א חוב,
וגם חרבונה וגם חרבונה זכור לטוב, וגם חרבונה וגם חרבונה זכור לטוב.

פזמון: שושנת יעקב.....

[יישר כח פאר דער ניק וואס האט מיר עס געהאלפן אפירזוכן]

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2015 8:19 pm
דורך פיניע חזן
WOW יישר כח, גארנישט אזא קנאפער ידען:?

געשריבן: זונטאג מארטש 08, 2015 4:45 pm
דורך מינצקער
מאיפה הניגון ששרים כך

שושנת יעקב צהלה ושמחה בראותם יחד תכלת מרדכי
תשועתם היית לנצח ותקותם בכל דור ודור
להודיע שכל קווך לא יבשו ולא יכלמו לנצח לא יבשו ולא יכלמו לנצח כל החוסים כל החוסים בך
א הא הא א ייא ייא
ארור המן ארור המן ארור המן אשר בקש לאבדי
ברוך מרדכי ברוך מרדכי ברוך מרדכי היהודי
ארורה זרש ארורה זרש ארורה זרש אשת מפחידי
ברוכה אסתר ברוכה אסתר ברוכה אסתר אסתר בעדי
ארורים ארורים כל הרשעים ברוכים ברוכים כל הצדיקים
וגם חרבונה זכור לטוב וגם חרבונה זכור לטוב

וועמענס ניגון איז דאס ?

געשריבן: מיטוואך מארטש 02, 2016 9:48 pm
דורך פיניע חזן

געשריבן: מיטוואך מארטש 02, 2016 10:02 pm
דורך ראסטעוו
מ'דארף די אלע לינקס טוישן פון קאפי צו דראפבאקס וכדומה

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 03, 2016 12:47 am
דורך נודה לך
ראסטעוו האט געשריבן: מ'דארף די אלע לינקס טוישן פון קאפי צו דראפבאקס וכדומה

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 03, 2016 4:51 am
דורך אליקים געציל
פיניע חזן האט געשריבן: וועמענס ניגון איז דאס?
https://copy.com/TqcDLiNTbNq64Qpe

ר' בעריש ווישעווער

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 03, 2016 8:23 am
דורך zugurnish
ניגון שושנת יעקב פון די חסידים פון בעל התניא, ווי מען זיגנט עס ביים רבינ'ס פארבריינגען פורים תש"מ
(מען קאן הערן ווי דער רבי זינגט מיט)


http://www20.chassidus.com/audio/nigun/ ... eginah.mp3

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 03, 2016 8:28 am
דורך zugurnish
דער חאריטונוב משפחה איז באוואוסט אין ליובאוויטש פאר גרויסער בעלי מנגנים (אינטרעסאנט זיי זיינען אלע געווען שוחטים אויך)
אנהויבנדיק פון דער טאטע פון דער משפחה
מיין זיידעס זיידע הרב אברהם חאריטונוב, וואס עס איז פאראן א בריוו פון רבין רש"ב אז מען זאל נעמען חזנים פאר ימים נוראים,
נאר אזעלכע ווי ר' אברהם.

און זיינע פיר זין ר' אהרן, ר' שלום ר' משה און ר' גדליה,
פון ר' גדליה איז ניטא ניגונים, מסתמה האט ער ניט געמאכט, פון ר' משה איז דא וואס מען וייסט נאר איינער,
אבער פון דער טאטע ר' אברהם און די זין ר' אהרן און ר' שלום איז דא אסאך- פון די באוואוסטע ליובאוויטשע ניגונים.

זיי זיינען אויך געווען פון די ליובאוויטשע שטאט ניקולייב וואו דער רבי'ס זיידע ר' מאיר שלמה ינובסקי איז געווען רב,
און א חוץ פון זיי איז אויך געווען אסאך בעלי מנגנים ווי דער רב דער רבי'ס זיידע, ר' אשר גראסס, משפחת אלטהויז

דא קאנט איהר הערן דער ניגון שושנת יעקב וואס ר' שלום חאריטונוב האט געמאכט
געזונגען דורך זיין זון ר' שמשון


http://www20.chassidus.com/audio/nigun/ ... eginah.mp3

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 03, 2016 12:15 pm
דורך פיניע חזן
פיניע חזן האט געשריבן:
וועמענס ניגון איז דאס?
https://copy.com/TqcDLiNTbNq64Qpe

ר' בעריש ווישעווער


אנדערע זאגן אז דאס איז ר' ליפא ליוש, איז דען דא אויך שייך אלו ואלו דא"ח ?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 03, 2016 2:21 pm
דורך אליקים געציל
פיניע חזן האט געשריבן:
אליקים געציל האט געשריבן:
פיניע חזן האט געשריבן: וועמענס ניגון איז דאס?
https://copy.com/TqcDLiNTbNq64Qpe

ר' בעריש ווישעווער

אנדערע זאגן אז דאס איז ר' ליפא ליוש, איז דען דא אויך שייך אלו ואלו דא"ח ?

שוין אויך אמאל געהערט די ווערסיע.

איך האב דאס גענומען פון דעם טעיפ פון זיינע קינדער:
R' Berish Vishever 1.png
R' Berish Vishever 1.png (145.91 KiB) געזען 9979 מאל


וואס איז דער מקור אז ס'איז ר' ליפא'ס?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 03, 2016 8:24 pm
דורך מייבין
ניגון עתיק האט געשריבן: אן קיין ספעציעלן סדר


4) ר' משה ביק ז"ל (ווערט היינט געזינגען אין סקווירא)

[/url]

האם יש למאן דהו נוסח אחר לשיר הזה שמנגנים בסקווירא, כי אני שמעתיהו בנדבורנה בני ברק ושם היה קצת שינויים, וכן שינו בהלבשת המילים בתוך הניגון
למי שיש נוסח שונה אשמח שיעלהו לכאן

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 03, 2016 11:19 pm
דורך חמרא
דער ניגון שטאמט פון סטרעטן

שושנת יעקב - ר' ליפא-ר'בעריש

געשריבן: זונטאג מארטש 06, 2016 8:17 pm
דורך פיניע חזן
ר' אליקים געציל

מיין ווערסיע אז דאס איז פון ר' ליפא, איז אויך גענומען פון א טעיפ פון זיינע קינדער

און אויב אזוי הדרא קושיא לדוכתא

געשריבן: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:45 am
דורך איטשע
אהרן מיללער׳ס שושנת יעקב
אויף י״ט קויד: YOyZsJWz0

כ׳ווייס נישט וויאזוי מען קען עס דא ארויפלייגן.

געשריבן: דינסטאג מארטש 08, 2016 2:43 pm
דורך דוד משה
איטשע האט געשריבן: אהרן מיללער׳ס שושנת יעקב
אויף י״ט קויד: YOyZsJWz0

כ׳ווייס נישט וויאזוי מען קען עס דא ארויפלייגן.

נאט אייך (אודיא)
https://www.dropbox.com/s/8g1xokzlykwpl ... r.mp3?dl=0

געשריבן: דינסטאג מארטש 15, 2016 4:43 pm
דורך דוד משה
16) נאר מוזיק, אביסל אנדערש ווי איך בין געוואוינט צו זינגען (פון אנעים זמירות 2)
https://www.dropbox.com/s/khllawv61aftz ... v.mp3?dl=0
ווער האט דאס מיט די ווערטער ביטע ?

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: