שאלות אין הלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5527
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

קו הישר האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:27 pm
בבקשה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:24 pm
איז א פראבלעם צו פארקויפן די חמץ 2 מאל?
וויאזוי קענסטו פארקויפן יענעמס רכוש? עס איז מער נישט דיינס (פון ווען די זמן מכירה קומט אן). פארקויפט איז פארקויפט.
די רב איז סך הכל א שליח. איז די שאלה טאמער מען קען מאכן 2 שליחים. וכל הקודם זכה.
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

מעג מען שרייבן חול המועד אויף אייוועלט ??
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

מילדי העברים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:33 pm
מעג מען שרייבן חול המועד אויף אייוועלט ??
וואס איז עס אנדערש ווי סתם א טעקסט מעססעדזש?
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:43 pm
מילדי העברים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:33 pm
מעג מען שרייבן חול המועד אויף אייוועלט ??
וואס איז עס אנדערש ווי סתם א טעקסט מעססעדזש?
טאקע דאס איז די שאלה
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

העולם נהגו היתר בזה
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
שייף עייל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:16 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייף עייל »

אויב נישט צו פרינטן מעג מען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35873
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בבקשה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:24 pm
איז א פראבלעם צו פארקויפן די חמץ 2 מאל?
יא, 10 מאל אויך
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שייף עייל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:16 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייף עייל »

farshlufen האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 8:31 pm
בבקשה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:24 pm
איז א פראבלעם צו פארקויפן די חמץ 2 מאל?
יא, 10 מאל אויך
ניין, דער ערשטער וועט דאס חל זיין, דער אנדערער איז נאר צו געבן געלט פאר דעם דיין
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1645
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

קו הישר האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:27 pm
בבקשה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:24 pm
איז א פראבלעם צו פארקויפן די חמץ 2 מאל?
וויאזוי קענסטו פארקויפן יענעמס רכוש? עס איז מער נישט דיינס (פון ווען די זמן מכירה קומט אן). פארקויפט איז פארקויפט.
Screenshot 2024-04-16 203236.png
Screenshot 2024-04-16 203236.png (41.5 KiB) געזען 727 מאל
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4243
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

בבקשה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:24 pm
איז א פראבלעם צו פארקויפן די חמץ 2 מאל?
זייער שיין פון אייך צו שטיצן בדרך כבוד מנהיגי ישראל.
שייף עייל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:16 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייף עייל »

שייף עייל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 8:33 pm
farshlufen האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 8:31 pm
בבקשה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:24 pm
איז א פראבלעם צו פארקויפן די חמץ 2 מאל?
יא, 10 מאל אויך
אוודאי מעג מען, דער ערשטער וועט דאס חל זיין, דער אנדערער איז נאר צו געבן געלט פאר דעם דיין
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17416
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

קיינער פארקויפט נישט דעם חמץ פאר'ן דיין,, און אפילו א שליח מאכט מען איהם נישט.

מ'גיבט איהם א הרשאה צו פארקויפן דיין חמץ, און מ'קען דאס געבן פאר וויפיהל מענטשן מ'וויל וכל הקודם זכה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

די רביים אין חב"ד האבן יא.
(און נאר זיי נישט די אנדערע אין חב"ד)

ווי דער רבי ברענגט אין היום יום
בבית רבינו נוהגים שלא לעשות את הרב למורשה,
אלא למכור לו את החמץ ובערב קבלן
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

מילדי העברים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:43 pm
משה יצחקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:43 pm
מילדי העברים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 7:33 pm
מעג מען שרייבן חול המועד אויף אייוועלט ??
וואס איז עס אנדערש ווי סתם א טעקסט מעססעדזש?
טאקע דאס איז די שאלה
עיין בספר אוצר הלכות סימן תקמ"ה אות נ"ג אז דאס הייסט נישט קיין מעשה אומן און ס'איז מותר
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
בערענשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

play dough gets sold in chumetz?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

ווי אזוי העלפט די האדמה פון כרפס אויב מ'מאכט א גרויסע הפסק ביז מרור און די שיעור עיכול איז לאנג אריבער?
איך בין משער (אפשר געזעהן אמאל) אז אין ספר מקדש ישראל ווערט גערעדט דערפון.
וואס איז די עצה דערצו?
לא שמענו אז מ'זאל עסן נאך א שטיקל אין מיטן מגיד (נישט קיין שלעכטע איידיע דווקא...) .

וואס איז די דין מיט א קטן לגבי מלאכה ערב פסח נאך חצות?
לייקוס
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע:לעיקוואד

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

להודות האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 11:53 am
ווי אזוי העלפט די האדמה פון כרפס אויב מ'מאכט א גרויסע הפסק ביז מרור און די שיעור עיכול איז לאנג אריבער?
איך בין משער (אפשר געזעהן אמאל) אז אין ספר מקדש ישראל ווערט גערעדט דערפון.
וואס איז די עצה דערצו?
לא שמענו אז מ'זאל עסן נאך א שטיקל אין מיטן מגיד (נישט קיין שלעכטע איידיע דווקא...) .
קוק און תוספות פסחים דף קט״ו ע״א די ערשטע און צווייטע תוספות און אין די מהרש״א אויף די צווייטע תוספות
תוספות האלט דארט אז סאיז טאקע א הפסק און פארדעם עסט מען טאקע פחות מכזית ווייל לויט יענע תוספות איז עס טאקע א הפסק.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9431
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

להודות האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 11:53 am
ווי אזוי העלפט די האדמה פון כרפס אויב מ'מאכט א גרויסע הפסק ביז מרור און די שיעור עיכול איז לאנג אריבער?
איך בין משער (אפשר געזעהן אמאל) אז אין ספר מקדש ישראל ווערט גערעדט דערפון.
וואס איז די עצה דערצו?
לא שמענו אז מ'זאל עסן נאך א שטיקל אין מיטן מגיד (נישט קיין שלעכטע איידיע דווקא...) .
שיעור עיכול איז 72 מינוט (אפשר טאמער עסט מען ווייניגער ווי א כזית איז די שיעור קלענער?), פארוואס זאל נעמען פון כרפס ביז מרור מער ווי 72 מינוט? נישט קיין שלעכטע איידיע....

בפרט היי יאר קען עס נישט נעמען צופיל לענגער טאמער וויל מען עסן די אפיקומן פאר חצות. מ'קומט אהיים פון שול צענע (דער וואס דאווענט ביי ר"ת), ביז כרפס איז 10:30, און 11:30 דארף מען זיך שוין וואשן ס'זאל בלייבן א שעה פאר די כזיתים און שלחן עורך, 12:30 שרייט מען אויס צפון, ביז מ'ברענגט אפיר דעם באהאלטענעם אפיקומן און מ'עסט צוויי כזיתים איז שוין חצות.
לעצט פארראכטן דורך דריידל אום מאנטאג אפריל 22, 2024 7:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1417
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

איינער ווייסט וויפיעל גראם איז די שיעור פון כזית מצה און ״וואג״ לויטן צל״ח
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

@לייקוס
תוספות רעדט פון הפסק ההגדה אבער לכאורה נישט פון שיעור עיכול.
די אמת איז אז איבערמאכן א ברכה ראשונה נאכ'ן שיעור איז א מחלוקת הפוסקים עיין שם
https://din.org.il/2014/05/28/%D7%A9%D7 ... %9C%D7%A9/
און די שאלה איז געווען לויט'ן מג"א ודעמיה אז יא.

@דריידל
דאס ווענדט זיך לויט יעדנ'ס סקעדזשול.
אויב מ'טייטשט די הגדה למשל אדער מ'זאגט אסאך ווערטער קען עס צוזאמען מיט רחצה מוציא מצה נעמען היבש איבער א שעה.
לאידך זענען די אנדערע צייטן אויך טוישבאר איש על מחנהו וכרצון איש ואיש, למשל (נישט יעדער דאווענט ביי 72) עס מוז נישט נעמען א האלבע שעה ביז קידוש, די אפיקומן קען מען אפיר נעמען 12:45 און אויסטיילן צוגעגרייטע כזיתים אין בעגס, א.א.וו.
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

א גוטן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 6:07 pm
איינער ווייסט וויפיעל גראם איז די שיעור פון כזית מצה און ״וואג״ לויטן צל״ח
30 גרם בערך (מער מדוקדק 27.5) דאס דארף ווערן איינגעשלינגען, מדארף למעשה נעמען אין אכט די ברעקלעך וואס בלייבין צווישן די ציין אי פאלן אויפן קיטל.
(שוין געשריבן נאך יו"ט לדורות הבאים)
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1417
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

קונטרס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2024 4:24 am
א גוטן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 6:07 pm
איינער ווייסט וויפיעל גראם איז די שיעור פון כזית מצה און ״וואג״ לויטן צל״ח
30 גרם בערך (מער מדוקדק 27.5) דאס דארף ווערן איינגעשלינגען, מדארף למעשה נעמען אין אכט די ברעקלעך וואס בלייבין צווישן די ציין אי פאלן אויפן קיטל.
(שוין געשריבן נאך יו"ט לדורות הבאים)
איך האב אויך געהערט אז עס איז בערך 30 גראם אבער עס האט נישט געשטימט מיטן מציאת וואס רוב היינטיגע אחרונים זאגן אז עס קומט אויס צו א האלבע מצה אדער צוויי דריטל מצה. ביי מיר איז אויס געקומען צו לערך א דריטל מצה.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

א גוטן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2024 10:21 pm
קונטרס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2024 4:24 am
א גוטן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 6:07 pm
איינער ווייסט וויפיעל גראם איז די שיעור פון כזית מצה און ״וואג״ לויטן צל״ח
30 גרם בערך (מער מדוקדק 27.5) דאס דארף ווערן איינגעשלינגען, מדארף למעשה נעמען אין אכט די ברעקלעך וואס בלייבין צווישן די ציין אי פאלן אויפן קיטל.
(שוין געשריבן נאך יו"ט לדורות הבאים)
איך האב אויך געהערט אז עס איז בערך 30 גראם אבער עס האט נישט געשטימט מיטן מציאת וואס רוב היינטיגע אחרונים זאגן אז עס קומט אויס צו א האלבע מצה אדער צוויי דריטל מצה. ביי מיר איז אויס געקומען צו לערך א דריטל מצה.
פארשטייצעך אז אלעס ווענטזיך וויפיל מצות האסטו אין איין קילו 15 16 19 20?
אלעס וואס שטייט אין ספרים איז נישט מעלה ומוריד. יעדע בעקעריי וועלגערט אנדערש
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

נסתפקתי אויב מ'קען בודק חמץ זיין מיט א דראון ? וואס האלט דערוילעם ?

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”