Re: שאלות אין הלכה
א איד וואס האט געארבעט אין אונזער בנין וואו מיר האבן אן אפיס האט איבערגעלאזט א באקסל מיט קאווע קעי-קאפס. (נישט צופיל ווערד) איך האב איהם שוין געשיקט א וויילע צוריק א מעסדזש "אז ער האט איבערגעלאזט דעם באקס דא ביי אונז, און ער זאל מיר לאזן וויסן אויב איך קען עס לייגן אין גארביטש" למעשה האט ער קיינמאל נישט געענפערט.
שאלה איז, צו איך מעג גיין נעמען דעם באקס און פארקויפן אויף איבעי?
איך ברויך נישט די קעי קאפס, און כ'האב עס נישט פאר וועם צו געבן. איך זוך מיך איהם נישט צו קאלן, וויבאלד איך קום איהם גארנישט. די מעסדזש האט ער געזעהן און עד כאן המעשה.