ברוכים הבאים צו "היימישע דזשורנאל"
די אלטע זענען מער-ווייניגער באקאנט מיטן הלוך ילך דא אין קרעמל, אבער מפעם לפעם איז כדי אויסצושמועסן זאכן, בפרט ווען עס קומט אריין א שטיקל ענדערונג לטובה, און אינאיינוועגס וועלן זיך די נייע מיטגלידער אביסל נאנטער באקענען מיט די היזיגע צוגאנג.
מתחילה ... אנהייב זענען מיר געווען אין היידפארק, וואו עס זענען נישט דא קיין פארומס און סוב-פארומס, אלעס איז איין גרויסע טשאלענט-טאפ אן קיין הבדלים און מחיצות בין קודש לחול ובין אור לחושך, ב"ה מיר האבן זיך באצייטנס אריבערגעצויגן צו א היימישע לאקאל מיט באזונדערע אפטיילונגען פאר יעדע סארט שמועס. פון צייט צו צייט האט מען געגרינדעט נאך פארומס אדער סוב-פארומס כפי הצורך.
איין שיינעם טאג איז אויפגעברענגט געווארן א געדאנק אפצוטיילן א באזונדערע שטובל פאר סתם צווישנרופן און געשפרעכן צווישן מיטגלידער, א שטייגער ווי אין קאווע שטובל... דאן איז געגרינדעט געווארן די "היימישע פארברענגן" פארום. דער פלאן האט געלויטעט אז "היימישע קרעטשמע" זאל בלייבן א פלאטפארמע פאר ארטיקלן און אנאליזן וואס האבן גארנישט קיין שייכות מיט די קרעטשמע אדער אירע מיטגלידער; נאר צב"ש א קאמישע עפיזאד, א דראמאטישע פארזעצונג, און דאס גלייכן. זאכן וואס זענען שוה לכל נפש, און וועלן קענען געליינט ווערן דורך דרויסנדיגע באזוכער, פונקט ווי דער אלטגעזעסענער קרעטשמעריסט.
למעשה זענען אבער די גרעניצן פארווישט געווארן, און עס הערשט היינט צוטאג א שטארקע התבוללות צווישן די קרעטשמע ארטיקלן. פון איין זייט זענען טאקע דא די הערליכע ארטיקלן, מעשיות, איבערלעבענישן, אפהאנדלונגען, און אנאליזן. טעמעס וואס זענען ראוי לעלות על שלחן הדפוס, און יעדע צייטונג וואלט זיך געריסן דערנאך. אבער דאס איז אויסגעמישט מיט אשכולות וואס זענען אויסשליסליך געאייגענט פאר אידישע וועלט שרייבער, צב"ש מזל טוב פאר מערסטע שרייבער און דאס גלייכן.
צוליב די גרויסע נאכפראגע פונעם עולם, און אויף די פערזענליכע ראט פון די חשוב'ע אחראים און מנהלים האבן מיר יעצט מסדר געווען א פרישע רינגל אין די גאלדענע קייט, אונטערן נאמען "היימישע דזשורנאל", וואס אהין וועט מען אי"ה אריינשטעלן אלע אויבנדערמאנטע ארטיקלן וואס זענען אומאפהענגיג אין די קרעטשמע און זענען געשמאק פארן דרויסנדיגן און פארן אינעווייניגסטן צוגלייך. די חשוב'ע שרייבער וועלן ווייטער שרייבן זייערע ארטיקלן אין "היימישע קרעטשמע", און די אחראים ומנהלים וועלן שוין דערצו אז א ארטיקל וואס איז פאסיג פארן דזשורנאל זאל פלאצירט ווערן על מקומו הראוי.
בברכת הצלחה רבה
המנהלים