Re: רבי פנחס (פיניע'לע) טווערסקי מאוסטילא זצ"ל הי"ד - י"ז אייר
נחוניא האט געשריבן:יוסף פריעדמאן האט געשריבן:נחוניא האט געשריבן: עס איז נישט קלאר פונקטליך וועלכע טאג ער איז אומגעקומען.
הרה"ח ר' מאיר לאמעט ז"ל האט דערציילט אז מען האט אים אוועקגעפירט פון סאמבור קיין בעלזיץ שב"ק י"ז אייר תש"ג, און ער איז מסתמא אומגעקומען דעם זעלבן טאג. אנדערע זאגן אז ער האט נאך געלעבט א טאג, און איז אומגעקומען ל"ג בעומר.
אלס די ספק האט זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל קובע געווען די יארצייט אויף י"ז אייר, די יארצייט פון זיין טאטע הרה"ק ר' מרדכי מראחמיסטריווקא זצ"ל.
האם ווייס מען נישט היינט צו זאגן אז ער איז אומגעקומען י"ט?
איר פרעגט אדער איר זאגט?
איך האב נישט געהערט דערפון.
אדרבה אויב איז דא קראנטע מקורות אז ער איז אומגעקומען י"ט לאמיר דאס זען.
איך פרעג.
עפעס א אלטע זיכרון בשם איינעם, א מקור האב איך טאקע נישט.
וועלכען יאהר האט די סקווירא רבי זצ"ל קובע געווען די טאג?
.ע . ע .ע . ע . ע . ש .ע . ע . . ש . .ע . ש .ע . ע .ש . ש . ש .ע . ע ולשמחה נאה לזמר .ע . ע .ע . ע