איך זוך א קאנטרי!
אבער פאוואליע. פאר מיר גייען צו צום ענין ברויכן מיר געבן א שטיקל איבערבליק און פארציילן אונזער היסטאריע פון וואנעט איך קום און פארוואס מיר זיכן א קאנטרי בכלל.
לעצטע יאר צווישן פורים און פסח, ווען דאס הויז איז געווען אונטערן גערוך איינדרוק פון 'וועל דאן' און 'מיסטער קלין' האט זיך פארגליסט פאר ס'ווייב'ס חבר'טע צו מאכן א וויכטיגען טעלעפאון ריף צו מיר אהיים. והנה, זי שלאגט פאר אז היי יאר האט זיך געפענט א פרישע קאנטרי און זי פלאנט צו גיין אהין און זיכט פשוט קאמפעני וואס זאל מיטגיין און זי טראכט אז מיין ווייב וואלט גוט געווען דערפאר. א וואדזשנע איינפאל, קוקט אויס זייער גוט.
נישט אז איך האב געדארפט אהיימקומען צו הערן פון דעם פלאן, און מיינט נישט אז זי האט אויסגעטוען די געלע פלאסטישע הענט-שוך וואס קומט ארויף ביזן עלענבויגן בכדאי מיך צו ריפן. נע, נישט טראכטענדיג קיין דריי האט זי געכאפט דעם טרייבל און מיט די בליטש פאשמירטע הענטשוך האט מען אריינגעדיילט מיין נומער בכדאי מיר "אנצופרעגן" איבערן פלאן.
דאס איז איינע פון די זאכן וואס מיין 'חתן מלמד' האט פארפעלט מיר צו זאגן בעפארן שטעלן די טריט אינטערן חופה. דהיינו: "אויב דאס ווייב פרעגט דיר איבער א זאך וואס איז איר נוגע – קיין חילוק אויב דאס איז איבער א קליידל, שייטל אדער ביגל ברעיט – ענטפער וואס זי גלייכט און וויל הערן ווייל דאס טוט זי עניוועי." דאס אנפרעגן איז נאר א וואוילער אנשטעל וואס ווערט מיסתמא אנגעזאגט פאר אלע כלות צוגלייך, אבער אין ראעאליטעט האט דאס גארנישט מיטן מציאות.
גארנישט אנדערש איז געווען די היינטיגער טעלעפאון קאול. זי וויל וויסן וואס איך זאג צו אזא פלאן. עכככככהעעם.. וואס איך זאג? האללאו, די ווייסט אז די ווילסט נישט וויסן וואס איך זאג ווייל מיין ערשטע קשיא איז פארשטייצעך געווען 'וואס קאסט דאס'? אבער זי איז אנגעקומען אנגעגרייט פאר דעם אויך און זאפארט מיר דערמאנט איבערן טשעקל וואס דארף שוין ליגן אין די מעיל פאר ווייסעך ווי לאנג און נאך אלץ נישט אנגעקומען. נעמליך די 'טעקסט ריטורין'. נו, כ'מיין, מיר זענען דאך גרויסע עשירים, ס'נישט שייך צו זיין שפארזאם און אויסקוקן ווי א חזיר, מ'דארף ניצן דאס געלט און באלד ווארפט זי פאר אז אייגענטליך איז דאס בכלל נישט פאר איר נאר בעיקר פאר די קינדער. כ'מיין, וואס טוט מען נישט פאר די קינדער, זיי וועלן ממש משוגע ווערן דא אין די שטאט זאגט זי און חוץ דעם האט אונזער שכנטע געמאלדן אז גארנישט אנדערש ווי די לעצטע צוואנציג יארן פארן זיי אויך היי יאר אין קעמפ.
איר זאלט בעסער נישט וויסן איבער מיין שכנטע, אבער דער מאן אלץ מלמד קריגט פרייע קאנטרי יעדעס יאר אין די מוסד קעמפ ווי ער איז איינגעשטעלט. און גלייבט מיר אויפן ווארט, אויב דארף ער צאלן פאר קעמפ פאר די אריבער מנין קינדער בליעה"ר וואס ער פארמאגט וואלטן זיי געזיצן דא אין שטאט און מיינע קינדער וואלטן געהאט מיט וועם צו שפילן. יעצט בין איך שולדיג אז ער פארט אוועק יעדעס יאר און מיינע קינדער ווערן אויסגעשפילט, דער בילדונג ווערט מער-ווייניגער אויסגעליידיגט. בקיצור, דאס און נאך טענות זענען אלע געניצט געווארן מיך צו איבערצייגן אז מ'דארף גיין אין קאנטרי. יואלי, די דארפסט פארשטיין – לאזט זי נישט נאך – קריינצי זאגט מיר אז פאריאר האבן אירע קינדער געהאט א באאאל די צווייטע העלפט זומער. די ערשטע העלפט דא אין שטאט זענען זיי ממש משוגא געווארן. יעצט איך אלץ טאטע ווי איז מעגליך איז זאל בשט נפש משוגע מאכן מיינע קינדער. ווי טאר איך דאס טוען? גוט, וועמער רעדן אינדערהיים איז מיין קורצער ענטפער און איך גיי צוריק צו מיין ארבייט.
איך בין אפשר צוריק צו מיין ארבייט, אבער אויף די אנדערע זייט טריייבל האט מען שוין איבערגעלאזט דאס פסח'יג מאכן אויף א צווייטע געלעגענהייט, אויסגעטוען די ריזיגע געלע הענטשוך, פארמאכט די מיסטער קליען באטל און אריינגעווארפן די עטליכע פייכטע שמטאטע'ס און וואש מאשין. גרויסע טעג קומען אצינד.
פון דא און ווייטער איז שוין געפארן אלעס ווי אויף קראאז. מיט א – כלומרשט'ע – פולע הסכמה פון מיר האט מען אנגעפאנגען ארבייטן אויף די קאנטרי. אהיים קומענדיג האב איך שוין געהאט א פארטיגער סקעטש פון די גאנצע קאלעני. פונקטליך ווי יעדער באנגעלוי געפינט זיך, דאס בית מדרש, סווימינג פול, די פלעי גראונד'ס און נאך. אויף מיין וואונדער פון וואנעט זי האט דאס אזוי שנעל פארשאפט האט זי מיר גענטפערט אז זי האט דאס נאכגעמאלן לויט ווי איר פרעינד האט איר עס אראפגעלייגט אויפן טעלעפאון... איבעריג צו זאגן אז דאס האט נישט געהאט מיטן מציאות גארנישט.
איינע פון טעג נאכן אהיים קומען פונעם שיעור זעה איך איר ווייטער זיצן איבערן בלו פרינט און זי זאגט אז עס איז שוין זייער שפעיט. מ'דארף שוין אויסוועלן וועלעכען באנגעלוי, נאך פארן געבן די דעפאזיט. בקיצור נאכן רעדן עטליכע מאל מיטן בראוקער פונעם ניי קאנטרי זעה איך אז זאכן הייבן אן צו ווערן פארנעפלט. עס איז דערווייל נישט זיכער מיט דעם און א צווייטע זאך קוקט אויס וועט נישט זיין, אבער ער שווערט ביי זיין גרויסן פאולדער אין די האנט אז דאס וועט זיין פארטיג ווען מיר קומען אן און ער פארגעסט נישט צוצילייגן – פאר זיכערהייט באווארענונגען – מעגליך א וואך-צוויי נאכן אנקומען, אבער דאנט ווארי – בארואיגט ער מיך – עס וועט זיין א הערליכע זאך.
אקעי. נאך פסח איז מען געפארן קוקן דעם קאלעני. נאך איין מזל איך האב נישט מיטגענומען איר סקעטש וואס זי האט אויסגעמאלן. איך וואלט זיכער געמיינט אז איך בין אויף א צווייטער פלאץ.. בקיצור מ'האט ארומגעקוקט דער באנגעלוי, יענער באנגעלוי. זי טענה'ט אז עס איז בעסער וואס נענטער צום סווימינג פול און די פלעי גראונד, ווידער איך האב געהאלטן אז שלאפן שבת נאכמיטאג איז ביי מיר א וויכטיגער טייל און לעבן און איך גיי דאס נישט לאזן ווערן אפגע'הרג'ט דורך קוויטשערייען און וויינערייען פון קינדער ביים פלעי גראונד. דאס נישט! זאג איך.
און אפשר איז גוט נעבן דעם ביהמ"ד טראכט מען. נע, כ'ווייס דאך נישט ווער עס קומט נאך דא. אפשר וועט זיין עפעס א עסקן פון די שטאט וואס ועט דא נאכמאכן א חברת תהילים צופרי, נאר דאס זאל ער מיך נישט אוועקנעמען. דאס שלאף שבת אינדערפרי אויף וואס מיר קוקן ארויס די גאנצע וואך. נע, ערגעץ אינדערמיט מיין איך איז דאס בעסטע. למעשה איז מען דארט אזוי געשטאנען ביז עס איז געווארן נאכט, קיין לעקטער איז נישט געווען, אלזא זענען מיר געווען געצווינגען צו פארלאזן די בערג און צוריקפארן די צוויי און א האלב שטונדן צו די ווילי. אבער נאך אלץ נישט קלאר וועלעכע בענגעלוי צו נעמען. נומער 10 דארף מען טאקע ארויפגיין עטליכע טרעפ אבער איז פארט אין א גוטער געגענט. נומער 2 איז נישט אזא גוטע געגענט. מער ביים עק אבער עס איז גראונד פלאר.. די מייז ברויכן זיך נישט פלאגן. זיי זענען ממש דא איטער די פיס.
ביז עטליכע טאג ווען דער קאנטרי בראקער האט שוין געסטראשעט אז אונז פארליר מער די באנגעלוי האבן מיר געגעבן דעם ענגדילטיגן אנטווארט אז מיר נעמען באנגעלוי 4. און מזל טוב! מ'שרייבט קאנטראקט! און פאר איך פארגעס – מ'האט אויך אראפגעלייגט טשעקלעך אין די ווערט פון פינף אלפים.
נו, יעצט בין איך א מענטש! איך שפאציר אזוי אויף בעדפארד עוועניו ארויף צו פען סטריט און איך שפיר ווי איך קען שוין גיין מיטן קאפ גראד, מער נישט אראפגעבויגן ווי ביז היינט, איך בין שוין נישט דער נעבעך פון שטאט וועלעכער פארלייבט דא אין די וויסטע היצן און טרינקענע ליפט, איך בין נישט אזוי צוריקגעשטאנען ווי יוסל אונזער מקוה איד און זיין שווער זז"ג אינאיינעם וועלעכע פארבלייבן אין די שטאט צו היטן אירע איינזאמע הייזער. איך בין א מענטש צווישן מענטשן און איך ווי אלע פארן אי"ה אין קאנטרי! יעעעעס!
פון דעם טאג ביז מיר זענען בשעטומ"צ אנגעקומען מיט די זעק און פעק – פלאס אביסל זעק און פעק און נאך אביסל – האב איך אויסגעגעבן א סכום הגון לטובת ה'קאנטרי וואס אויב וואלט איך געגעבן דעם סכום פארן הייליגן מוסד 'הצלת ילדי אוזבעקיסטאן' וואלט איך ביי זייער דינער געווען דער גרעסטער נדבן און איך וואלט זיכער געקריגן א פלעג אויפן אויב-אן פארנט פון טויזענטער צושויער באגלייט מיט ברכות לרוב אין די פול-זייטיגער דזשורנאל וואס וואלט ארויסגעקומען לכבוד'ן דינער. אבער ווי געזאגט – דא גייט דאך אלעס אז "די קינדער" זאלן עס אינדזשויען. נו, מ'פרעגט נישט קיין קשיות דעראויף. כ'האב שוין געוואלט מאכן א פשעטעל אז פונקט ווי הוצאות פון שכר לימוד און די ארדער לכבוד שב"ק קומט צוריק, קען מען מעגליך זאגן אויף גיין אין קאנטרי וואס איז לכילי עלמה (נישט ממש, נאר לויט אלע פרויען) נאר פאר די קינדער, פאר א געזונטער חינוך און לעבעדיגע לעבן. בקיצור, דערווייל האב איך עס נאכנישט צוריקגעזען. (מיין שבת ארדער גראדע אויך נישט)
אנקומענדיג אין קאנטרי זענען מיר געוואויער געווארן אז דער שפריך ווארט פון "צוזאגן און ליעב האבן קאסט נישט קיין געלט" איז אין פאקט א אמת'ער מעשה.. ס'איז אמאל געשעהן.. מ'האט מיר אנגעוויזן אויף א שטיק צעמענט און געזאגט, זעסט? דא גייט זיין די לאנדי רום. אזוי? און דערווייל? דערווייל - זאגט ער - איז דא א 'לאנדרי-מעט' נישט ווייט פון דא, עס נעמט מיט א קאר בלויז געציילטע מינוטן צופארן. א ברירה האבן מיר? מ'פאקט אן פעק און זעק און... די שכנטע פון באנגעלוי 5 וויל זיך מיטכאפן. וואס איז זי שולדיג אז איר מאן האט נישט קיין אויטא, זי וויל אויך אויסוואשן אירע זאכן, אבער קיין סאך פלאץ איז נישטא און די קידער איז נישטא ווער ס'זאל אובאכט גיבן האט מען אלעס ארינגעשטופט אין מיין קליינער אויטא וואס צומזל זענען די רעדער געווען פיל מיט לופט און עס האט מיר געטראגן ביז אהין.
אויפן וועג אהיים האט מען דאס שוין צוטיילט אין באזונדערע גרופע'ס און פעקלעך. א גאנצע מערכה איז עס געווען, אבער דער עיקר טעות פון מיטברענגען דעם צווייטן איז געווען אז זי האט שוין געוויסט יעצט ווען פונקטליך איך וויל פארן אויף וואל מארט און זיך גלייך איינגעשריבן אלץ ערשטער קונה מיטצופארן מיט מיין וואגאן.
אייגענטליך בין איך דא פארפארן און מיין פלאן איז נישט צו שרייבן איבערן פאריעריגען קאנטרי יעצט. למעשה האבן מיר גענדיגט דעם זימער מיט גאר א פיינעם קאנטרי. חעסקי פריעדמאן, דער שמש פון אונזער שול האט אונז צוגעשטעלט א נאבעלער געזעגענונג'ס פארטי/מלוה מלכה, ער האט דערביי געריפן מוזיק און זינגער'ס. ער זעלבס האט געהאלטן א רירענדע דרשה, קוקט אויס אז ער האט שוין געוויסט אז מ'גייט אום נישט צוריקנעמען דאס יאר, א דרשה געפלאכטן מיט מאמרי חז"ל, פארגעזאגט האט ער גאנצעטע שטיקער תנ"ך און מיר האבן אלע גענטפערט 'אמן'.
**
א קיילעכדיג יאר איז אריבער און דער זומער ריקט זיך אונטער. מ'גייט נאך מיט די שטיוול און אויער-שיצער'ס, עס גייט א שניי ביז איבער די קניען און די נאז איז טונקל-רויט פון די קעלט, אבער דאס האלטן נישט אפ מרת. פיידלשטיין צו רעדן פון קאנטרי. נו, זי האט דאך נישט קיין אנדערע דאגות. ס'געזעמל אירע שיקט מען סייווי צו מיר אהיים שפילן און ס'קוקט אויס אז ביי מיר קריגן זיי שוין באלד סאפער צו עסן אויך. געלט איז דא גענוג זינט איינע פון די וועלט בארימטע חסד ארגענעזאציע'ס האבן זיך דערוויסט פון זייער געלט מצב. נו, וואס נאך דארף מען יעצט. שטייט זי טאג-איין-טאג-אויס ביים באס-סטאפ מיט די קליינטשיגע און פארציילט פונקטליך ווי מ'האלט שוין מיטן קאנטרי. נע, מ'רעדט נישט פון אויסוועלן א באנגעלוי. מ'שטיינס געזאגט, זיי האבן שוין זיבן יאר דאס זעלביגע באנגעלוי, איין יערליכע חילוק איז נאר, יעדעס יאר קומט זי דארט מיט אנדערע קינדער, איינער האט חתונה אין א צווייטער ווערט געבארן, קע"ה.
נו. איך האב שוין אויך א קאנטרי. פאריאר בין איך טאקע געווען דער נאר פון שטאט. צוערשט האב איך מסופק געווען אין די גאנצע קאנטרי געגייאכץ, נאכן ווערן אריינגעדרייט דעראון זעמער נאך געווען מסופק וועלעכע קאנטרי צו גיין, מיט וועלעכע שכנים און פריינדינע'ס. נאכן טוישן הין-און-צוריק די אלע זאכן זעמער אנגעקומען צום גרויסן פראבלעם, נעמליך וועלעכער באנגעלוי צו נעמען. נאך גרויס דרוק און פרעשור האבן מיר מסכים געווען צו אונזער באנגעלוי און געווען ב"ה צופרידן דערמיט. אבער היי יאר? ס'איז א מחי-ה! מ'דארף פשוט "צוריקגיין"! מ'האט אלעס, מ'ווייסט אלעס.
אקעי. עס טוישן זיך געוויסע שכנים, באנגעלוי 3 וועט נישט קומען ווייל זי האט נישט געגליכן די 'קראוד'. באנגעלוי 13 און 14 האבן גלאט אזוי געטראפן א צווייטן קאנטרי. נו זיי האבן דאך די גאנצע זימער סייווי פאברענגט אינאיינעם, נישט טוישענדיג א ווארט מיט אנדערע. זאלן זיי גיין. עטליכע פון די העכערע סעקשאן דארט ביי די דרייסיגער נומערען קומען אויך נישט ווייל "זיי קענען נישט". נו, ווילסט עס ריפן אזוי, מסכים, אבער וואס איז די סוד? מיינסט מ'וועט נישט וויסן?.. אבער אווער-אלל איז גאנץ פיין.
אזוי האב איך געמיינט.
ריפענדיג דעם מענעדזשער אין די פארגאנגענע חדשים האב איך זיך אנגעהאנקערט אין זיין 'וואויס מעיל'. איך האב נאר אזא פאביע, זינט איך האב געקריגן בערל'ס מעסעדזש וואס ער האט געלאזט פאר זיין ברודער חיים מיט וועמען ער איז צוקריקט, לאז איך שוין נישט קיין וואויס מעסעדזש'ס. אלזא האב איך געשיקט א 'טעקסט' מעסעדזש און אום געמאלדן איבער מיין צוריקקער דאס יאר און איך וויל הערן פון אום ווי אומשנעלסטן.
עז ווי ספיק/טייפ – קוקט אויס אז איך גיי מיך אריינלאזן אין די זעלבע פרשה ווי פארגאנגענער יאר. ווי עס קוקט יעצט אויס וועט זיך אונזער באליבטער קאנטרי נישט עפענען צוריק און מיר הייבן אן פון אל"ף..
***
זאג, 'נחלת בנמין אפרים' האט נאך באנגעלוי'ס עוועליבעל? וויזוי איז אויסגעשטעלט די קאנטרי? ווי א חי"ת אדער ענדע-מ"ם אדער ווי א למ"ד? וועלעכע באנגעלוי אזי נאך עווליבעל? אה נאר ממש ביים ראוד.. אההה.. כ'פארשטיי שוין. אקעי. איין בעדרום אדער צוויי? וויפיל איז די דעפאזיט? וויפיל עקסטערע קאסט א עיר-קאנדישאן? האט איר אויך א פלעי גרופ? און איבער א דעי קעמפ וואס הערט זיך? וואס איז די נענסטע גראסערי צו דעם קאלעני?
דאס און נאך טויזענטער פראגע'ס הייבן זיך פריש אן ווען מ'גייט פריש ארויס אויפן מארק "זיכן א קאנטרי".
ווי הייב איך אן?
---
נאדער אין PDF פארמאט.
- אטעטשמענטס
-
- איך זוך א קאנטרי.pdf
- (694.25 KiB) געווארן דאונלאודעד 250 מאל